Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

מיטוואך ינואר 01, 2014 1:39 pm

איך זוך וויכטיג צו זען א קאפי פון די פריערדיגע דרוקן פון ספר מכלול להרד"ק - אדער אין זיין ערשטן נאמען "חלק הדקדוק"

אין אוצר החכמה איז דא דפוס פיורדא תקנ"ג און ליק תרכ"ב
אין היברו-בוקס איז דא איינס עלטער וויניציאה ש"ה

איך זוך די פריערדיגע קושטא רצ"ב-ד, רצ"ג, און דעם ערשטן דרוק מיטן נאמען "חלק הדקדוק" קושטא רפ"ה [אינפארמאציע גענומען פון בית עקד ספרים]

איך האב אוצר החכמה א אלטע גירסא - אפשר אין די נייע גירסא איז עס שוין יא דא
אויב איינער ווייסט ביטע מיר מעלדן
אדער, אפשר א פלאץ ווי מען קען דאס זען אדער דאונלאודן (בר אילן?)

תודה למפרע

Advertisement

פרייטאג ינואר 03, 2014 2:14 pm

VATS PSHAT

מיינע קינדער פון אפסטעיט (7 נפשות בלעה"ר) זענען אריינגעקומען מיטהאלטען שבת שבע ברכות פון א ידיד
און שטייען איין ביי אינז
איז אנגעקומען
PEKEL.jpg

זאל איך זיין באליידיגט? צוויי ליכט שפילט א ראלע ביי עלטערען?
איך האב ניט אפגעציילט די ראגעלעך אבער דאס דארף געניג זיין?
ווי זענען די בראפען גלעזעלעך מיט וואס מען דארף טרינקען דאס וואסער?

מען מיז מאכען קידוש און בה"מ? מען וועט ניט האבען כח גייען 2 בלאק צום זאל?
הבדלה?
welcome.JPG

זונטאג ינואר 05, 2014 3:37 pm

#style

זונטאג ינואר 05, 2014 10:07 pm

ןןעך איך קום אריין אין פאדערשטיב אין וויל טוישען פון די געפיטערטע שוך אויף שטעקשיך
טיע איך מיר אויס אדער טיע איך מיר אן?
טיע איך אויס די לינקע פוס ערשט
אדער טיע איך אן די רעכטע פוס ערשט

מאנטאג ינואר 06, 2014 10:04 am

קיקיון האט געשריבן:
VATS PSHAT

מיינע קינדער פון אפסטעיט (7 נפשות בלעה"ר) זענען אריינגעקומען מיטהאלטען שבת שבע ברכות פון א ידיד
און שטייען איין ביי אינז
איז אנגעקומען
PEKEL.jpg

זאל איך זיין באליידיגט? צוויי ליכט שפילט א ראלע ביי עלטערען?
איך האב ניט אפגעציילט די ראגעלעך אבער דאס דארף געניג זיין?
ווי זענען די בראפען גלעזעלעך מיט וואס מען דארף טרינקען דאס וואסער?

מען מיז מאכען קידוש און בה"מ? מען וועט ניט האבען כח גייען 2 בלאק צום זאל?
הבדלה?
welcome.JPG


הרב קקיון, דאס איז א סטייל וואס די בעלי שמחה שטעלן צו פאר א גאסט, אפגעזעהן צו די עלטערן האבן-געבן צו נישט.

על פי רוב לייג איך עס אוועק ווען איך וועל פארן אין די מרחקים.

מאנטאג ינואר 06, 2014 10:15 am

פריילאך האט געשריבן: הרב קקיון, דאס איז א סטייל וואס די בעלי שמחה שטעלן צו פאר א גאסט, אפגעזעהן צו די עלטערן האבן-געבן צו נישט. על פי רוב לייג איך עס אוועק ווען איך וועל פארן אין די מרחקים.

דאס איד די אבזורד פון דעם סטייל קומט דער גאסט אן צי די עלטערען\געשוויסער וכדומה צי וואס פעלט דאס אויס?
אלעס קענען זיי געבען נור די נארישע פאר רוגעלעך און פלעשעל וואסער ניט?
קומען זיי אן אין א "הכנסת אורחים " דירה איז דאס געניג?

מאנטאג ינואר 06, 2014 10:25 am

קיקיון האט געשריבן:דאס איד די אבזורד פון דעם סטייל קומט דער גאסט אן צי די עלטערען\געשוויסער וכדומה צי וואס פעלט דאס אויס?
אלעס קענען זיי געבען נור די נארישע פאר רוגעלעך און פלעשעל וואסער ניט?
קומען זיי אן אין א "הכנסת אורחים " דירה איז דאס געניג?

הרב קיקיון איר נעמט דאס צי פערסינעל, עס האט זיך אנגעהויבען ווען בעלי שמחות האבען ציגעשטעלט א פלאץ צי שלאפען ביי פרעמדע הייזער, א שטייגער ווי א שכן, אדער א שכן'ס ברידער'ס פירסט רומאוו קאזן'ס שוועסטער, און זיי שטעלען צי א בעסמענט מיט צוויי בעטן, מיט א קריב, האט די בעל שמחה געוואלט אז זיין גאסט זאל נישט אויסגיין פין דארשט ווען ער קימט אהיים פין די שבע ברכות, האט ער ציגעשטעלט א פעקל. שפין ווייטער די מעשה.

מאנטאג ינואר 06, 2014 1:41 pm

ווייזט אויס אז די אקאנאמי איז ברוך השם מסודר

מאנטאג ינואר 06, 2014 1:46 pm

להגדיל שמו האט געשריבן:.... שפין ווייטער די מעשה.

יא אי א נארישער שפין געוועבעכץ מאכט אזויפיל "סענס" ווי דער הבדלה אויף דעם סדר היום

מאנטאג ינואר 06, 2014 1:49 pm

האט איר שוין לאנג נישט חתונה געמאכט, אוי איז דאס פאן ווען די חתן מאכט הבדלה און מען שיסט האנטיכער מיט you name it.

מאנטאג ינואר 06, 2014 3:28 pm

וויפיל אזייגער געפאלט היי יאר תקופת טבת (אופק נוי יארק)?

מאנטאג ינואר 06, 2014 4:14 pm

זאל איך נאכאמאל פרעגן?

מאנטאג ינואר 06, 2014 4:16 pm

יא. דאס מאל שריי העכער.
דערמאנט מיך עס די מעשה פין למעלה.

מאנטאג ינואר 06, 2014 4:31 pm

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:וויפיל אזייגער געפאלט היי יאר תקופת טבת (אופק נוי יארק)?

שוין געווען

מאנטאג ינואר 06, 2014 5:02 pm

ווי א שירעם נאך א רעגן...

יעצט דארף מען אויסגיסן אלע אפענע וואסער באטלעך וואס האבן נישט פארמאגט קיין אייזן... (חוץ אויב מ'קען זיך פארלאזן אויף די נעגל פונעם דאך) :cry:

מאנטאג ינואר 06, 2014 5:06 pm

מאן דלא קפיד וכו',

דער עולם איז מקיל פאר סאם ריזאן

מאנטאג ינואר 06, 2014 5:11 pm

תקופת טבת איז מען מער מקפיד, והא ראיה איך האב באקומען טעלעפאנישע רופן סיי פון די מוטער זז"ג און סיי פון די שוויגער זז"ג.

מאנטאג ינואר 06, 2014 5:12 pm

מער אבער נישט יעדער.

מאנטאג ינואר 06, 2014 5:15 pm

שאינו יודע האט געשריבן:מאן דלא קפיד וכו',

דער עולם איז מקיל פאר סאם ריזאן

אז איך וועל יעצט וועלין מחמיר זיין און זיך ניט פארלאזען אויף די BEAMS וכ'
וועל איך ניט טרעפען וואס אויסגיסען

מאנטאג ינואר 06, 2014 5:16 pm

זאל איך אייך באשטעלן א גראסערי ארדער?

מאנטאג ינואר 06, 2014 5:21 pm

מאנ-יימער האט געשריבן:זאל איך אייך באשטעלן א גראסערי ארדער?


פון וואס? אפענע פלעשלעך SPRING WATER ?

א מצוה אויסגיסען אז מ'דארף זיכען וואס ?

מאנטאג ינואר 06, 2014 6:43 pm

לכאורה האט געשריבן:תקופת טבת איז מען מער מקפיד, והא ראיה איך האב באקומען טעלעפאנישע רופן סיי פון די מוטער זז"ג און סיי פון די שוויגער זז"ג.

און איך האב גערופן דעם טאטן און דעם שווער בלויז אויף צו הערן פון ביידע אז זיי האבן נישט געזען ביי זייערע עלטערן מקפיד זיין דערויף.
אבער דער זיידע האט א טובה געטון און געזאגט אז "עס שטייט" אז מען זאל נישט לאזן אפענע משקאות, און אפן האט ער געזאגט מיינט אן קיין דעקל (קיינער זאל אויף דעם גארנישט בויען...).
און אין פרידזשידער האב איך שוין געהערט פון אסאך אז מען איז מקיל לכתחילה.

עס וויל מיר קיינער פותר חלום זיין ?

מאנטאג ינואר 06, 2014 7:39 pm

קיקיון האט געשריבן:ןןעך איך קום אריין אין פאדערשטיב אין וויל טוישען פון די געפיטערטע שוך אויף שטעקשיך
טיע איך מיר אויס אדער טיע איך מיר אן?
טיע איך אויס די לינקע פוס ערשט
אדער טיע איך אן די רעכטע פוס ערשט

דוכט זיך אז דאס איז ניטל כחורה

מאנטאג ינואר 06, 2014 7:42 pm

איך וואלט פארגעשלאגן צו טוישן די שיך אויף א וועלקאם מעט, הנקרא בלשון אידיש קאץ מיט א קמ"ץ, און טאקע אויסטוהן די לינקע פריער און נאכהער די רעכטע, און דערנאך הערשט אנטוהן די רעכטע און דאן די לינקע.

מאנטאג ינואר 06, 2014 7:53 pm

אבער דער mat איז דאך נאס פון די שניי
שרייב א תגובה

Advertisement