בלאט 8 פון 148

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 07, 2011 7:58 am
דורך פעדער
אטא דאס האב איך געמיינט לאפיקו! זעסטו דו האסט עס זייער גוט פארשטאנען! א דאנק פארן ארויסהעלפן. :smile:
איך בין אבער נישט סעטיספייד, איך פארלאנג מער א קלארערן הסבר,

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 07, 2011 8:01 am
דורך msp
דאס וועסטו שוין דארפען אנ עלעקטרישאן
אדער א פראפעסער אין פיזיקס און עלעקטראניקס
אין די זאכען בין איך נישט קיין מומחה...

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 07, 2011 1:33 pm
דורך שאלת_חכם
פעדער וואס איז נישט קלאר אין מנחם שלום'ס תגובה?

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 07, 2011 3:46 pm
דורך מומחה עצום
פעדער די לינקס וועלן דיר אפשר ארויסהעלפן
How Stuff Works
האחד
השני
והשלישי
די דריטע לינק איז גאר אינטרעסאנט וויאזוי עלעקטרא מאגנעטישע קראפט (שטראלן) קען צוריקהאלטן א קאמפיוטער פון זיך אנצינדן.

דאס אז עס איז דא א באמבע וואס קען ארויסשיקן אויסטערליש שטארקע עלעקטרא מאגנעטישע שטראלן און עס קען חרוב מאכן יעדע עלעקטראנישע כלי ווייסט איר דערפון.

המשך יבא

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 07, 2011 3:53 pm
דורך פעדער
איך האב געוויסט אז עס זענען דא מאשינען וואס קענען אויסשאלטערן עלקטריציטעט,דורכן ארויסשיקן שטראלן און פארדרייען די סאטעליט, סיגנאלן, און אזוי ארום סאבאטאזשירן די טעלעקאמיוניקאציע, פארבינדוגונגען.
און דאס אויך מפי השמועה..און איך בין אלץ געווען מסופק צו ס'איז בכלל אמת..

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 07, 2011 4:01 pm
דורך מומחה עצום
און יעצט...

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 12, 2011 10:46 am
דורך מומחה עצום
וואו איז נטרונא'ס נייער סייט, ס'דאך שוין סעפטעמבער

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 21, 2011 1:43 pm
דורך ריק פערי
ס'דריקט מיר שוין זייער לאנג, עטליכע שלאפלאזע נעכט זענען שוין אויף פארגאנגען אויף דעם אבער איך ווייס נאך אלס נישט, פארוואס איז דא אויף די ח' און די כ' קנעפל אויף די קיבאורד אזא שטיקל איבעריגע פלעסטיק? די זעלבע זאך אויף די פינף'ער קנעפל אויף די טעלעפאון איז דא א שטיקל איבעריגע ראבער? פארוואס?

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 21, 2011 1:47 pm
דורך פעדער
;l;p- דו שיינסט מיר ווי יענער האט געזאגט . "פארוואס איז דא אזא זאך ווי א לעפל, ציוואס איז עס פאבריצירט געווארן?"
כ'על דיר זאגן . דער אמת איז אז ס'איז געמאכט געווארן ספעציעל פאר בלינדע מענטשן, מאך דיך נישט צוטוהן דערמיט! באדער דיך נישט ! ס'דארף דיך נישט קימערן אזוינע נארישקייטן.

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 21, 2011 3:26 pm
דורך ווינקל
פערי, דו טייפסט מיט די עשר אצבעות?

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 21, 2011 3:54 pm
דורך יואל ווייס
פערי, דיין פראגע פאסט פאר די גרינע ענווייראנמענטאליסטן...

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 21, 2011 4:49 pm
דורך מידער
דאס איז ספעציעל געמאכט אז ווען איינער שיסט אויס פאר געלעכטער אין קרעטשמע זאלן די דאזיגע צוויי קנעפלעך זיין גלייך צו די האנט.

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 21, 2011 6:34 pm
דורך למעלה משבעים
פערי, דו ביזט גאר גוט, איך טייפ שוין יאאאאאארן און קיינמאל נישט באמערקט די איבריגע שטיקל פלאסטיג.

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 21, 2011 6:37 pm
דורך שטארק זיך
מידער האט געשריבן:דאס איז ספעציעל געמאכט אז ווען איינער שיסט אויס פאר געלעכטער אין קרעטשמע זאלן די דאזיגע צוויי קנעפלעך זיין גלייך צו די האנט.
אדער פאר:
אלטחע בחורלח

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 21, 2011 9:38 pm
דורך ריק פערי
עטס מיינטס טאקע? איך בין געווען ערנסט נייגעריג, וואס טוט מען און אזא פאל? מ'פרעגט גוגל, און דאס איז די ענטפער www.computerhope.com/issues/ch000922.htm אז מ'זאל קענען וויסן 'אן קוקן' ווי צו לייגן די ערשטע פינגער פון ביידע הענט, פאר די וואס טייפן בעשר אצבעות.

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 21, 2011 9:47 pm
דורך פעדער
אה ...דאס איז שוין אן אנדער מעשה . נעקסט טיים זאג אז דו ווילסט געהעריג וויסן.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 22, 2011 12:28 am
דורך צים פינטעל
זייט ווען הייבט מען אן צו טאנצען ביי א חתונה די ערטשע ניגון אויף "עוד ישמע"

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 22, 2011 2:22 am
דורך שוטה
און ביי הקפות 'אשרי העם'.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 22, 2011 3:56 am
דורך msp
דאס איז אלץ הייליגע מינאגים....
שא!!!
מ'טאר נישט פרעגען קיין קאשעס אויף מינאגים....

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 22, 2011 7:58 am
דורך פעדער
און זייט ווען האט מען זיך אנגעהויבן שעמען צו זאגן א ברייטן "גוט שבת" פאר יעדן איד וואס מען גייט פארביי פרייטיג צונאכטס, נישט קיין נ"מ וויפיהל ווייסע האר עס שפראצט אים?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 22, 2011 8:06 am
דורך msp
זייט מ'האט מעהר נישט קיין צייט צו גארנישט
אלעס דארף גיין שנעל שנעל שנעל

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 07, 2011 5:06 pm
דורך פעדער
איך האב יעצט געהאט ביי מיר א צוויי באקסעס. סאדע וואסער , און קאקאקאלע האבן זיך מיר אויסגעוועפט נישט מער געדאכט, ווי ציכטיגע וואסער. וואלט עס אבער ווען געווען ציכטיג, העט'ס ווען געקאנט נאך אנגערופן ווערן "גאנץ גינסטיג" פאר געוויסע. דא עקא, אז דער ציפיגער נאכטעם, רעגט מעך דאס מערסטע אויף.
נאך אזא פרעצעדענטלאזן געשעהעניש האבעך באשלאסן, אז כ'מוז וואנס ענד פאר אלל, דערגיין וואס דער סוד דערפון איז.
"פ"וו די העק, וועפט א גאזיגער געטראנק אויס נאך א שטיק צייט, אויב איז ער פארמאכט מיט א צמיד פסיל עליו, א "געדעכט-רויטן דעקל מיט שטעכערס ארום"??

און צו דען האטעס צו טאן מיטן קלימאט, און טעמפוראטער, דארט ווי ס'איז פלאצירט??

און אויב שוין יא וועפן, דאן פארוואס נישט וועפן אין באבנ'ס באבן אריין, קאָלעכן אזש ביז דער ציפ זאל ציוועפט ווערן אויף מיינע שונאים במהרה בימינו??

דא שטעלט זיך מיר נאך א פראגע. ווען ער הייבט בעשטומ"צ אהן דאס וועפעריי פראצעדור, "על אפי ועל פפי" דאן לפי משכל ראשון, נמצא, אז ווי מער מען ליידיגט דעם פלעשל, דער מערער האט ער ארט צו אריינוועפן, און דעריבער די האלבע איבערגעבליבענע באטלעך סעלטצער און קילונגס-קעסטל (מער ווי א טאג צוויי) וועלן שטענדיג אראפגעשיקט ווערן אינעם קראן-דרעין - איז מיין טעאריע אזוי: וועט דאן העלפן איינצוקנייטשן דעם באטל, אזוי ארום צו פארשפעטיגן דעם וועפעראציע?

זאכן וואס איך וויל וויסן

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 14, 2011 1:16 pm
דורך abimlaibt
פארוואס שבת ווען איך עס די ברעקלעך פון די חלה דארף מען עס נאך אלץ צוקייען?

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 14, 2011 1:17 pm
דורך abimlaibt
איך האב געזעהן א איד אין מקוה נאכען ניצען די האנטוך פארן נאז,
עס פארשטעקען אינעם באקס פון אונטען, (פון די געניצטע) איז ער א מענטש אדער א אומענטש?

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 14, 2011 1:36 pm
דורך מידער
ענדערש מענטש ווי ער זאל ארויסשפאצירן פון מקוה מלא חן.

----

אגב, שלום עליכם אבעלע, דו ביסט פון די ניקלעך צו וועם יעדער האט זיך געבענקט!