גריסן און שמועסן
דאנערשטאג דצמבר 12, 2013 6:39 pm
קיקיון האט געשריבן:זארג נישט האט געשריבן:סאו ענק ווייסן שוין?
נו אדרבא הייב די אן
וואס פלאנסט די צי טוען?
אני הקטן וועט מן הסתם דאווענען מעריב פאר צאת ליינען ק"ש פאר קידוש און
אניאגען מאכען קידוש פאר 6:00 איך בין געלאדענט צו שבע ברכות ווי מען וועט
דאווענען אויפען פלאץ
דאווענען אי"ה אין ביהמ"ד וואו מיר דאווענען יעדע וואך, כ'האב נאכנישט קיין אנונג ווען מ'דאווענט דארט די וואך
און לויט'ן חשבון קוקט נישט אויס אז וועלן מיר קענען מאכן קידוש פאר זעקסע - זיך שלעפן מיט די קינדערלעך אין די קעלט, זאגן גוט שבת פאר די עלטערן, זינגען זמירות וכו'
אלזא האפן מיר אז מיר וועלן קענען געהעריג זיין ביי די כוחות און נישט צו שטארק נערוועז [נאך א טאג פאסטן] און מאכן קידוש זיבענע צייט
Advertisement
פרייטאג דצמבר 13, 2013 8:58 am
זארג נישט האט געשריבן:קיקיון האט געשריבן:זארג נישט האט געשריבן:סאו ענק ווייסן שוין?
נו אדרבא הייב די אן
וואס פלאנסט די צי טוען?
אני הקטן וועט מן הסתם דאווענען מעריב פאר צאת ליינען ק"ש פאר קידוש און
אניאגען מאכען קידוש פאר 6:00 איך בין געלאדענט צו שבע ברכות ווי מען וועט
דאווענען אויפען פלאץ
דאווענען אי"ה אין ביהמ"ד וואו מיר דאווענען יעדע וואך, כ'האב נאכנישט קיין אנונג ווען מ'דאווענט דארט די וואך
און לויט'ן חשבון קוקט נישט אויס אז וועלן מיר קענען מאכן קידוש פאר זעקסע - זיך שלעפן מיט די קינדערלעך אין די קעלט, זאגן גוט שבת פאר די עלטערן, זינגען זמירות וכו'
אלזא האפן מיר אז מיר וועלן קענען געהעריג זיין ביי די כוחות און נישט צו שטארק נערוועז [נאך א טאג פאסטן] און מאכן קידוש זיבענע צייט
לכאורה איז נישט גלייך צו פארברענגען איין מינוט מיט דברים אחרים איינמאל מ'מעג אויספאסטן, גוט שבת זאגן קען מען שפעטער אויך.
פרייטאג דצמבר 13, 2013 9:11 am
אויב איז די כוונה נישט לשם תענית, נאר שלא לקדש בין שש לשבע, אינו עושה איסור בזה. (ולענ"ד אויב קען מען זיך און מען ווייסט אז שפעטער גייט מען זיך נישט ארויסשלעפן צו זאגן גוט שבת, איז כיבוד אב ואם פריער, מיטן זעלבן חשבון ווייל ס'איז נישט לשם תענית).
פרייטאג דצמבר 13, 2013 10:53 am
למעלה משבעים האט געשריבן:אויב איז די כוונה נישט לשם תענית, נאר שלא לקדש בין שש לשבע, אינו עושה איסור בזה. (ולענ"ד אויב קען מען זיך און מען ווייסט אז שפעטער גייט מען זיך נישט ארויסשלעפן צו זאגן גוט שבת, איז כיבוד אב ואם פריער, מיטן זעלבן חשבון ווייל ס'איז נישט לשם תענית).
געכאפט אויפן ווינק
דאווענען דאווענען מיר דארט לשם מצות כיבוד אב, אויפ'ן וועג אהיים נישט קיין שום אומוועג לויפט מען שנעל אריין זאגן גוט שבת פאר די מאמע זז"ג וואס דאס איז איר ממש מחי', ארויסגיין נאך די סעודה איז שוין גאר גאר א זעלטענהייט
שבת דצמבר 14, 2013 7:28 pm
געהערט היינט מנהג זידיטשויב [וכן בספינקא] איז אויך ביים בענשען איז שבע ברכות אנגעהויבן מיט ברכת בורא פרי הגפן
ווייסט אימיצער ציציוויזען בכתב ?
מיטוואך דצמבר 18, 2013 1:25 pm
איך האב געזעהן אין דעם אשכול וועגען ר יעקב אסטרייכער נ"י
ציטירט פון NY TIMES א גאנץ אריכות
איז ניט דא חשש אז פאר א TIMES לויער זאל איינפאלען צי מאכען א SEARCH
מיטוואך דצמבר 18, 2013 1:31 pm
מען טאר נישט נאכקאפירן אן אויסצוג פונעם טיימס?
מיטוואך דצמבר 18, 2013 1:37 pm
ידיד האט געשריבן:מען טאר נישט נאכקאפירן אן אויסצוג פונעם טיימס?
איך וויל ניט גיין קיקען אין TIMES סייט
אבער איך בין משער אז עס איז COPYRIGHT
אדרבא פריוו מאכען א SEARCH אויף א זאץ וועסט זעהן אז עס איז ניט אוזער דעם TIMES
מיט די ווערטער
מיטוואך דצמבר 18, 2013 1:53 pm
דאס איז א בלאגער, און גיבט קרעדיט פארן מקור, ברויך'ס זיין א פראבלעם?
מיטוואך דצמבר 18, 2013 1:57 pm
פליגל האט געשריבן:דאס איז א בלאגער, און גיבט קרעדיט פארן מקור, ברויך'ס זיין א פראבלעם?
ווייס ניט בין נור מעורר חכמים הזהרו
האפענטליך אז די מנהלים קענען זיך יא אויס
ב"ה אז איך בין ניט קיין לויער און ניט קיין בלאגער
מיטוואך דצמבר 18, 2013 1:59 pm
גערעכט, איר האט א נקודה.
מיטוואך דצמבר 18, 2013 9:25 pm
ווען די קופאַ גייט שוין האלטן נאך יום כיפאָר
דאנערשטאג דצמבר 19, 2013 8:15 am
דאנערשטאג דצמבר 19, 2013 10:03 am
בעאבאכטער האט געשריבן:וואס האט
דאס שייכות
אהער
נאר וואו דען?
דאנערשטאג דצמבר 19, 2013 10:03 am
נגינה, מנגן, זינגען, זינגערס, רינגט א בעלל?
דאנערשטאג דצמבר 19, 2013 10:04 am
פראביר און זעה וואס עס געשענט.
דאנערשטאג דצמבר 19, 2013 10:46 am
פארוואס געפינט זיך די מעלות אשכול אויף די מעין פעידזש? סאיז נישט קיין נייע אשכול. און בד"וו די לינק ארבעט נישט.
דאנערשטאג דצמבר 19, 2013 1:36 pm
וואו קומט אויס די העלפט פון ש"ס בבלי אין בלעטער?
דאנערשטאג דצמבר 19, 2013 4:26 pm
מכטי1 האט געשריבן:בעאבאכטער האט געשריבן:וואס האט
דאס שייכות
אהער
נאר וואו דען?
אין איינס פון די פאלגענדע:
אשכול פון "בילדער פון פלאמבערס"
אשכול פון "בילדער פון עלעקטרישנס"
אשכול פון "בילדער פון פיצא סטאר אייגנטימער"
אשכול פון "אייזקריעם לעקערס"
אשכול פון "בילדער פון פליגן פארטרייבערס"
ועוד ועוד...
דאנערשטאג דצמבר 19, 2013 4:38 pm
לכאורה, האט שוין מן הסתמא געלערנט ביז דארט.
דאנערשטאג דצמבר 19, 2013 7:49 pm
farshlufen האט געשריבן:לכאורה, האט שוין מן הסתמא געלערנט ביז דארט.
מיר ענדיגן יעצט נזיר, וויל איך וויסן וויפיל איך ברויך נאך לערנען צו האלב ש"ס, אדער איך האב שוין געלערנט האלב...
פרייטאג דצמבר 20, 2013 7:43 am
מיר האלטען שוין ה' ברכת הפירות סימן רי"ג
די שאלה איז וואס נעקסט?
איינער האט מייעץ געווען עפעס אין חו"מ
אבער איז דא עפעס אין חו"מ אזוי ווי משנה ברורה אדער ווי בדי השולחן?
פרייטאג דצמבר 20, 2013 9:48 am
לכאורה האט געשריבן:farshlufen האט געשריבן:לכאורה, האט שוין מן הסתמא געלערנט ביז דארט.
מיר ענדיגן יעצט נזיר, וויל איך וויסן וויפיל איך ברויך נאך לערנען צו האלב ש"ס, אדער איך האב שוין געלערנט האלב...
איך האב קנאת סופרי"ם
זונטאג דצמבר 22, 2013 9:44 am
געזען א איד האלטן אויפן דעשבאורד א ספר הזהר הק', דאס איז עפעס א סגולה אדער שמירה צו וואס?
זונטאג דצמבר 22, 2013 9:58 am
יאך מיין אז יענער איד דארף נייטיג האבען א סגולה צי זכרון
ספרים לאזט מען ניט אין פענסטער פון א קאר שכיחי היזיקא
פון די זון