Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

זונטאג דצמבר 08, 2013 11:31 pm

פליגל האט געשריבן:האט נאך איינער באמערקט (אזוי שפעט ווי מיר) אז שנאפס האלט ביי מער פון עשרת אלפים ככר תגובות?


ביסט טאקע שפעט. ס'האט זיך געטון טישען און בענק, פייער לעשער און פאליס, שמאטעס און מצוה מענטשעלעך, אינעם קרעטשמע ווען דאס האט פאסירט.
viewtopic.php?f=3&t=21265

Advertisement

מאנטאג דצמבר 09, 2013 3:24 am

שכח פלעכטער פארן אריין פלעכטען די לינק.

שנאפס א שאד א שאד.

מאנטאג דצמבר 09, 2013 12:22 pm

וואס איז פשט פון דעם בילד?
עטעטשמענטס
BbDzihwIMAAHky7.jpg

מאנטאג דצמבר 09, 2013 12:54 pm

ער האט פארגעסן זיינע קליידער...

מאנטאג דצמבר 09, 2013 12:55 pm

ס'מוז זיין א עכטע בילד?

דינסטאג דצמבר 10, 2013 9:32 am

פארוואס ווייזט אייוועלט נאך דער זומערדיגע זייגער ווען איך בין נישט אריין געסיינט? איז דער פראבלעם מיין קאמפיוטער?

דינסטאג דצמבר 10, 2013 9:34 am

לאדיךארויס האט געשריבן:פארוואס ווייזט אייוועלט נאך דער זומערדיגע זייגער ווען איך בין נישט אריין געסיינט? איז דער פראבלעם מיין קאמפיוטער?

מיר אלעמאל, ווען איך אריין געסיינט אויך

דינסטאג דצמבר 10, 2013 9:38 am

ר' קיקיון, איר קענט עס טוישן ביי די 'פארום פרעפרענצען'.

דינסטאג דצמבר 10, 2013 9:41 am

ידיד האט געשריבן:ר' קיקיון, איר קענט עס טוישן ביי די 'פארום פרעפרענצען'.

און איך? ווען איך בין נישט אריין געסיינט?

דינסטאג דצמבר 10, 2013 9:47 am

ווען מ'איז נישט אריינגעסיינט ווייזט עס ביי יעדן די זומער זייגער.

דינסטאג דצמבר 10, 2013 9:51 am

נו אפשר איז צייט די הנהלה זאל עפעס טון דערוועגן?

דינסטאג דצמבר 10, 2013 9:51 am

ידיד האט געשריבן:ר' קיקיון, איר קענט עס טוישן ביי די 'פארום פרעפרענצען'.

וועלכע?
וועלכע.JPG
וועלכע.JPG (33.57 KiB) געזעהן געווארן 197 מאל

דינסטאג דצמבר 10, 2013 9:55 am

וויאזוי ווערט מען אויפגעסיינט אויף אמ"ג?

דינסטאג דצמבר 10, 2013 9:58 am

קיקיון האט געשריבן:
ידיד האט געשריבן:ר' קיקיון, איר קענט עס טוישן ביי די 'פארום פרעפרענצען'.

וועלכע?
די עטעטשמענט וועלכע.JPG איז מער נישטא.
עטעטשמענטס
ivelt.jpg

דינסטאג דצמבר 10, 2013 9:59 am

קיקיון האט געשריבן:
ידיד האט געשריבן:ר' קיקיון, איר קענט עס טוישן ביי די 'פארום פרעפרענצען'.

וועלכע?
וועלכע.JPG

דאס לאז אזוי ווי ביז יעצט.
ביי די נעקסטע אפציע "דעילייט סעיווינגס טיים איז אנגעשטעלט" סעלעקט "ניין".

--
לאדיך האקט

דינסטאג דצמבר 10, 2013 10:00 am

לאדיךארויס האט געשריבן:וויאזוי ווערט מען אויפגעסיינט אויף אמ"ג?

מ'ברויך קאנטעקטן "געלעגער" אין אישי, און אויב מ'ווערט אפראווט ביי אים לייגט ער ארויף.

דינסטאג דצמבר 10, 2013 10:02 am

בילד
ערלעדיגט

דינסטאג דצמבר 10, 2013 10:05 am

קיקיון האט געשריבן:בילד
ערלעדיגט

פשי... האסטו א שיינע שריפט..!

דינסטאג דצמבר 10, 2013 10:18 am

אינטערסירט אימיצען דאס וואס איך שטעל ארויס אין VORT VINKEL ??
שיינע רעינות איך בין נור פויל איבערשרייבען און נאכקוקען מקורות

מיטוואך דצמבר 11, 2013 7:31 pm

וואו איז דער מקור פון דער טייטש און פשט - וואס קוקט מיר אויס ווי א פשוט'ער סילוף - אז "דרך ארץ" בחז"ל [דרך ארץ קדמה לתורה, אם אין דרך ארץ אין תורה, ועוד....] מיינט "רעספעקט", בשעת ווען די מפרשים זענען אלע מסביר אז ס'מיינט ארבעטן?!

מיטוואך דצמבר 11, 2013 11:40 pm

קוק די מפרשים אויפן פלאץ, אבות פ"ג יז

ברטנורא: אין משאו ומתנו יפה עם הבריות.

תוי"ט: אלא שכוונת התנא שאם אינו לומד אע״פ שנושא ונותן לא יהיה יפה עם הבריות. כי לא ידע כדת מה לעשות כענין חז״ל בפרק המניח האי מאן דבעי למיהוי חסידא לעיין במילי דנזקין וכן אם אין דרך ארץ כלומר שאינו נושא ונותן יפה וכו׳ סוף שתורתו משתכחת ממנו על העון אשר חטא שהוא מחלל שם שמים שאומרים אדם זה שלמד חורה כמה מקולקלין מעשיו

רבינו יונה: ר"ל שצריך תחילה לתקן את עצמו במידות, ובזה תשכון התורה עליו, שאיננה שוכנת לעולם בגוף שאינו בעל מידות טובות שילמוד התורה ואחר כך יקח לו המצוות כי אי אפשר וזהו כעניין שנאמר נעשה ונשמע וכמו שכתבנו

ס'דא א גאנצע מסכת דרך ארץ וואס באציט זיך אויף מדות וכדו'

דרך ארץ מיינט א שטייגערליכער אויפירונג, וואס דאס נעמט אריין גוטע מדות, ארבייט, און נאך (דערמאנט אין די הגדה, זו פרישות ד"א)

אן אינטערסאנטע אפהאנדלונג

דאנערשטאג דצמבר 12, 2013 8:29 am

אין די תשובה למדינה ידועה פון הג"ר אלחנן וואסערמאן זצ"ל הי"ד רעדט ער ארום וועגען די נקודה

דאנערשטאג דצמבר 12, 2013 8:38 am

וואס איז די הנאה פון איבערקייען נייעס אידישע ווי גוי'אישע הונדערט און איין מאל?

ביי די תורה הקדושה שטייט בכל יום יהיו בעיניך כחדשים, אבער סתם פלוידערן הני מאי עבידתהו?

דאנערשטאג דצמבר 12, 2013 9:43 am

Silent האט געשריבן:קוק די מפרשים אויפן פלאץ, אבות פ"ג יז

ברטנורא: אין משאו ומתנו יפה עם הבריות.

תוי"ט: אלא שכוונת התנא שאם אינו לומד אע״פ שנושא ונותן לא יהיה יפה עם הבריות. כי לא ידע כדת מה לעשות כענין חז״ל בפרק המניח האי מאן דבעי למיהוי חסידא לעיין במילי דנזקין וכן אם אין דרך ארץ כלומר שאינו נושא ונותן יפה וכו׳ סוף שתורתו משתכחת ממנו על העון אשר חטא שהוא מחלל שם שמים שאומרים אדם זה שלמד חורה כמה מקולקלין מעשיו

רבינו יונה: ר"ל שצריך תחילה לתקן את עצמו במידות, ובזה תשכון התורה עליו, שאיננה שוכנת לעולם בגוף שאינו בעל מידות טובות שילמוד התורה ואחר כך יקח לו המצוות כי אי אפשר וזהו כעניין שנאמר נעשה ונשמע וכמו שכתבנו

ס'דא א גאנצע מסכת דרך ארץ וואס באציט זיך אויף מדות וכדו'

דרך ארץ מיינט א שטייגערליכער אויפירונג, וואס דאס נעמט אריין גוטע מדות, ארבייט, און נאך (דערמאנט אין די הגדה, זו פרישות ד"א)

אן אינטערסאנטע אפהאנדלונג

יישר כח, טאקע אן אינטערסאנטע אפהאנדלונג!
msp האט געשריבן:אין די תשובה למדינה ידועה פון הג"ר אלחנן וואסערמאן זצ"ל הי"ד רעדט ער ארום וועגען די נקודה

מה זה?

דאנערשטאג דצמבר 12, 2013 4:42 pm

וויפיל אידען וועלען דעם ליל ש"ק איבערליינען ק"ש פאר קידוש ?
און וויפיל וועלען זאגען יציל נפשותינו מן השעות הרעות פאר קידוש ?
און וויפיל וועלען טוען וואס דער מנחת יצחק האט ג'טוען זוצער ?
שרייב א תגובה

Advertisement