גריסן און שמועסן
דאנערשטאג נובמבר 07, 2013 4:40 pm
צייט צו מופען צו א נייעם סייט
Advertisement
דאנערשטאג נובמבר 07, 2013 5:57 pm
שנאפס האט געשריבן:צייט צו מופען צו א נייעם סייט
any suggestions
ווי איך וועל קיינעם שטערען ?
דאנערשטאג נובמבר 07, 2013 6:05 pm
חס וחלילה, מיר דארפען דיר דא.
דאנערשטאג נובמבר 07, 2013 6:05 pm
קיקיון האט געשריבן:שנאפס האט געשריבן:צייט צו מופען צו א נייעם סייט
any suggestions
ווי איך וועל קיינעם שטערען ?
ער מיינט צו זאגן אז אייוועלט זאל מופן צו א נייע סייט, איר זאלט בעסער דא בלייבן און ווייטער הנאה האבן און מהנה זיין אנדערע
דאנערשטאג נובמבר 07, 2013 6:16 pm
ייש"כ מאן יימער פארן אויסקלארן
די גלעזל איז האלב פול, טאטע שיק מיר הויזן, וכו'
דאנערשטאג נובמבר 07, 2013 6:20 pm
אז די גלעזל איז האלב פיל קומט נישט אריין דא, סארי טריי אין אנאנדער אשכול.
דאנערשטאג נובמבר 07, 2013 6:23 pm
אין וועלכע אשכול זאל איך טרייען?
זונטאג נובמבר 10, 2013 4:58 pm
ווי אזוי איז מען מקיים זיין הוכח לחכם ויאהבך אין מרמז זיין פאר א ידיד אז איידער ער
שטעלט אויס עפעס וואס ער האט באקומען אויף בליץ פאסט זאל ער וועגען
והייתם נקיים מברר זיין פון ווי עס שטאמט

- oops.JPG (13.34 KiB) געזעהן געווארן 457 מאל
שבת נובמבר 16, 2013 9:14 pm
אויב עלוין האט געגעבען קדוש דעם שבת לכבוד זיין אושפיזין.
שבת נובמבר 16, 2013 11:00 pm
וויזוי לינקט מען צי א תגובה?
נישט צי א אשכול, נאר צי א ספעציפישע תגובה אונמיטען א פעידזש
שבת נובמבר 16, 2013 11:04 pm
אויפן רעכטן זייט פון די תגובה פאר די ווארט דורך פלעכטער איז דא א קליין בלעטל, גיב דערויף א רייט קליק און סעלעקט דעם 'קאפי לינק אדרעס'
שבת נובמבר 16, 2013 11:26 pm
כ'האב עס, שכח.
זונטאג נובמבר 17, 2013 12:14 am
מאנ-יימער האט געשריבן:פארוואס google bot און bing bot האבן נאכנישט געשריבן קיין איין תגובה אפילו זיי זענען אלץ אריינגעסיינט
וואס מיינט Google [Bot] דאס איז א ניק?
זונטאג נובמבר 17, 2013 12:50 am
דאס איז א גוגל ראובאט וואס ליינט דורך אלע תגובות (ווי אויך יעדע זאך וואס ווערט געשריבן אויף די אינטערנעט) אז ווען איינער מאכט א סוירטש זאלן זיי עס האבן אין זייער דעטע בעיס.
זונטאג נובמבר 17, 2013 2:30 am
יוסף שרייבער האט געשריבן:אויב עלוין האט געגעבען קדוש דעם שבת לכבוד זיין אושפיזין.
זונטאג נובמבר 17, 2013 2:35 pm
ואלה בני שובל עלון ומנחת ועיבל שפו ואונם (בראשית לו פסוק כג).
זונטאג נובמבר 17, 2013 8:03 pm
יוסף שרייבער האט געשריבן:ואלה בני שובל עלון ומנחת ועיבל שפו ואונם (בראשית לו פסוק כג).
פארוואס לאך איך ווען איך ליין די תמימות'דיגע תגובה?
מיינסט טאקע איך וויל וויסען? א קלאפ אין וואנט... (ווטעא"מ) איך ווייס שוין איינמאל!
זונטאג נובמבר 17, 2013 8:35 pm
איך האב שוין היפש מאל ג'שריבען די מנב"ת ווען אנדרע שרייבען
אשת חבר
עזר כנגדו
באלעבאכטע
פלג גופא וכדומה
פארוואס האט מען דאס ניט אויפגעכאפט
עס איז פיל קירצער און כ'מיין שענער
מנב"ת = מִנָּשִׁים בָּאֹהֶל תְּבֹרָךְ
זונטאג נובמבר 17, 2013 10:11 pm
מענטשן שרייבן געווענליך וויאזוי זיי זענען צוגעוואוינט.
און בכלל איז מנב"ת נישט עכט די ריכטיגע אויסדריק ווען מ'וויל זיך באציען צו א גברא, ס'איז מער א ברכה.
מאנטאג נובמבר 18, 2013 12:13 am
ידיד האט געשריבן:מענטשן שרייבן געווענליך וויאזוי זיי זענען צוגעוואוינט.
און בכלל איז מנב"ת נישט עכט די ריכטיגע אויסדריק ווען מ'וויל זיך באציען צו א גברא, ס'איז מער א ברכה.
מאנטאג נובמבר 18, 2013 12:25 am
ידיד האט געשריבן:מענטשן שרייבן געווענליך וויאזוי זיי זענען צוגעוואוינט.
און בכלל איז מנב"ת נישט עכט די ריכטיגע אויסדריק ווען מ'וויל זיך באציען צו א מענטש, ס'איז מער א ברכה.
דינסטאג נובמבר 19, 2013 12:15 pm
אין וועלכער שנירל איז די מערסטע כדאי אנציצינדן אין איר א הייסע קאפ צו קאפ דיסקוסיע אויף די העכסטע טענער?
דינסטאג נובמבר 19, 2013 2:01 pm
חחחח
לויט די לעצטע אנטוויקלונגען, קוקט אויס ווי מען קען דאס ערלעדיגן אינעם פינף ווערטער שנירל אויך...
מיטוואך נובמבר 20, 2013 10:10 am
דאנערשטאג נובמבר 21, 2013 1:08 pm
איז דא א סטאטיסטיקס אשכול, ווי וועליכע איז דער גרעסטע אשכול (מערסטע תגיבות אדער עמודים), וועליכע אשכול האט די מערסטע צפיות, וועליכע אשכול איז זייער קליין אבער האט רעלעטיוולי א סאך צפיות, וועליכע אשכול איז זייער ניי אבער האט גאר א סאך צפיות, וכו'.