בלאט 60 פון 148
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 03, 2013 10:49 am
דורך שאינו יודע
ווי לאנג דויערט די טעסט ביי די די עם ווי פאר א פערמיט (אטלאנטיק)
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 03, 2013 10:56 am
דורך ידיד
ווענדט זיך ווי גוט דו קענסט.
איינמאל דו האסט געענטפערט אלע פראגן קענסטו גיין.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 03, 2013 11:13 am
דורך שנאפס
ער אידעך א אינו יודע..
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 03, 2013 11:17 am
דורך שאינו יודע
ווילאנג דארף מען ווארטן?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 03, 2013 11:27 am
דורך שנאפס
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 03, 2013 11:43 am
דורך SPUSMN
שנאפס האט געשריבן:ער אידעך א אינו יודע..
אבער ער איז א "
יודע" שאינו יודע! דאס איז שוין א מדריגה.
ווי האט אמאל א בעל דרשן געזאגט און מיטען דרשה: "ווייסטס וואס איך וועל ענק זאגען?", האבען טייל געשאקלט מיטען קאפ. זאגט ער: פאר די וואס ווייסען שוין, דארף מען דאך נישט זאגען; און פאר די וואס ווייסען נישט, זאלען די וואס ווייסען זאגען פאר די וואס ווייסען נישט.
פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 06, 2013 2:09 am
דורך פלעכטער
עשי"ת האב איך ביי יעדע תפילה פארגעסן המלך הקדוש, אבער זייט נאך סוכות זאג איך ביי יעדע תפילה המלך הקדוש, פארוואס?
פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 06, 2013 6:13 am
דורך msp
מעשה שטן....
פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 06, 2013 7:44 am
דורך farshlufen
פלעכטער האט געשריבן:איך וויל שוין לאנג וויסען ווער עס האלט די ספר תורה ווען מען זאגט די הושענות חול המועד סוכה'ס ביי די ערשטע מנין 6:30 צופרי ווען ס'איז נאך נישטא קיין בחורים אין שוהל.
המובחר אז מען טיילט זיך איין.
חולק על הראשונים
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 08, 2013 8:04 am
דורך ירושלימ'ער קוגל
וואס איז די פשט אז א היינטיגע גדול קריגט נישט אויף א פריעדיגע גדול
מיר זאגן דאך כל מה שתלמיד וותיק... נו אז סאיז תורה....?
איך האב אן ענטפער, כוויל נאר זען וואס דער עולם זאגט
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 08, 2013 9:49 am
דורך צים פינטעל
א עכטע גדול קריגט היינט אויך
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 08, 2013 1:28 pm
דורך למעלה משבעים
צים פינטעל האט געשריבן:א עכטע גדול קריגט היינט אויך
צב"ש?
די סיבה איז פשוט, ירידת הדורות און אונז קענען נישט משיג זיין זייער שכל, ממילא וואס שייך צו קריגן?
אין גמרא זעט מען אויך אזוי, אן אמורא קען זיך נישט קריגן מיט א תנא, און אפי' רב וואס די גמ' זאגט רב תנא הוא ופליג, זאגט די אגרות משה אז ס'איז מסתבר אז דאס איז נאר אויף ברייתות נישט אויף משניות.
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 08, 2013 1:44 pm
דורך hyper
א קשיא וואס באדערט מיר שוין פון אלץ קינד
פארוואס איז דא געוויסע וואס ענטפערן ביי קדיש, ביי שמיה דקודשא ברוך הוא, איז דא וואס זאגן אמן, און עס איז דא וואס זאגן ברוך הוא?
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 08, 2013 1:51 pm
דורך צים פינטעל
עפ"י אר"י זאגט מען אמן
כדי עס זאל זיין 5 אמנים ביי קדיש
סתם אידן פירן זיך נישט אייביג עפ"י אר"י
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 08, 2013 2:02 pm
דורך למעלה משבעים
ראה סי' נ"ו ס"ב.
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 08, 2013 2:19 pm
דורך טאלאנטפולער
hyper האט געשריבן:א קשיא וואס באדערט מיר שוין פון אלץ קינד
פארוואס איז דא געוויסע וואס ענטפערן ביי קדיש, ביי שמיה דקודשא ברוך הוא, איז דא וואס זאגן אמן, און עס איז דא וואס זאגן ברוך הוא?
אז מ'רעדט שוין יא, וואלט איך געוואלט וויסן פארוואס אין געוויסע פלעצער לאזט דער בעל תפילה אויס "שמי דקודשא ברוך הוא", און אין אנדערע פלעצער (למשל בעלזא וכדומה), לאזט מען אויס "שמי דקודשא". און בריך הוא זאגט מען צוזאמען מיט לעילה.
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 08, 2013 2:21 pm
דורך שנאפס
קען מען שוין אריינפארן אין די וויזניצע מנהג פון מיטזאגן די צווייטע האלב קדיש מיטן בע"ת
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 08, 2013 3:34 pm
דורך למעלה משבעים
די אלע זאכן ווערן אויסגעשמועסט אין שו"ע סי' נ"ו ווי געשריבן אויבן.
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 08, 2013 9:33 pm
דורך פלעכטער
פארוואס איז נאך דא עדווערטייזמענטס פון חודש אלול פון קופת העיר ???????? ?
http://www.kupat.org/news/?story=61&?source=ivlt
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 09, 2013 7:05 am
דורך msp
ווייל דאס געלט ווערט נישט קליא....
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 09, 2013 9:14 am
דורך יוראפ
און קיינער אין אוסטראליע האט נאכניש געווינען די וויזניצע גורל?
פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 11, 2013 2:37 pm
דורך ש. נייווירטה
שלו' עליכם. איך האב באקומען א טיקעט פארן האלטן א טעלעפאן אין האנט ביים דרייוון. איינער זאגט מיר אז טעקסטן ביים דרייוון איז ארויף צו 5 פוינטס, אבער אויפן טיקעט שטייט נישט אז כ'האב געטעקסט ס'שטייט סתם "פארטעבעל דעווייס סעלפאון", איז דאס אויך 5 פוינטס?
און ס'איז שוין דורך כמעט 2 וואכן און איך קען נישט טרעפן מיין טיקעט אויף די די עם ווי וועבסייט און אויפן טיקעט שטייט אז מ'מוז זיך אנרופן אין 15 טעג פון באקומען דעם טיקעט. וויאזוי איז עס מעגליך, קען זיין אז דעט טיקעט איז פארלוירן געגאנגען?
א דאנק פון פארויס ווער ס'קען ענטפערן.
פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 11, 2013 2:51 pm
דורך קיקיון
די עם ווי וועבסייט
NYS DMV ? אדער
New York City "e-Service", ?
די NYC SITE האט נאר פארקינג וכדומה
אז די מיינסט NYS DMV וואס דער אדרעס?
פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 11, 2013 4:27 pm
דורך ש. נייווירטה
קיקיון האט געשריבן:די עם ווי וועבסייט
NYS DMV ? אדער
New York City "e-Service", ?
די NYC SITE האט נאר פארקינג וכדומה
אז די מיינסט NYS DMV וואס דער אדרעס?
http://www.dmv.ny.gov/
פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 13, 2013 7:26 am
דורך קיקיון
ווי אזוי זאגט מען פאר א ציבראכענע נשמה אז ער איז זיך טועה מיט טייטש און זמירות