בלאט 57 פון 148
פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 10:27 am
דורך שנאפס

- Untitled-1.jpg (112.72 KiB) געזעהן געווארן 638 מאל
פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 10:30 am
דורך שנאפס
עס קען זיין אז איך האב אליינס געמאכט די אוועקגעלייגטע פאלדער
דו קענסט אויך אליינס מאכן א פאלדער
פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 10:41 am
דורך מאנ-יימער
יישר כח, געמאכט א נייע פאלדער און אהינגעשיקט אלע הודעות.
פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 10:44 am
דורך farshlufen
מאנ-יימער האט געשריבן:וואס טוט מען אז די פריוואטע הודעות קעסטעל איז פיל?
מען צאלט איין 75 טאלער א יאר פארן שמש פאר א נייע קעסטל.
פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 11:08 am
דורך לוי יצחק
ווי איז קיקיון טאקע לעצטענס? מ'הערט נישט פון אים?...
פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 12:00 pm
דורך ידיד
זעט אויס אז ער איז פארנומען זיך גרייטן אויף די הייליגע טעג.
פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 1:51 pm
דורך לכתחילה אריבער
שנאפס האט געשריבן:צייכן אן אלע הודעות פונעם פעידזש און סעלעקט פיר ווייטער צו אוועקגעלייגטע
Capture.JPG
טוה עס ווי שנעלער ווייל דאכט זיך אז מען קען נישט באקומען קיין פרישע אויב דער פאלדער איז פול, אדער ווערן די אלטע פארמעקט
זאלסט דערלעבן משיח!! פונקט געהאט די זעלבע זאך יעצט!
פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 1:51 pm
דורך לכתחילה אריבער
מאנ-יימער האט געשריבן:וואס טוט מען אז די פריוואטע הודעות קעסטעל איז פיל?
ישר כח פארן פרעגען!
פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 1:55 pm
דורך שנאפס
לכתחילה אריבער האט געשריבן:שנאפס האט געשריבן:צייכן אן אלע הודעות פונעם פעידזש און סעלעקט פיר ווייטער צו אוועקגעלייגטע
Capture.JPG
טוה עס ווי שנעלער ווייל דאכט זיך אז מען קען נישט באקומען קיין פרישע אויב דער פאלדער איז פול, אדער ווערן די אלטע פארמעקט
זאלסט דערלעבן משיח!! פונקט געהאט די זעלבע זאך יעצט!
אמן!!!
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 25, 2013 11:43 am
דורך ק.נ.א. וועטער
אין קרית יואל קומט יעדע וואך אן אויף פאסט עטליכע אדווערטייזמענט בראשורן, איינע פון די דאזיגע בראשורן רופט זיך Shoppers Guides, וואס אויב מ'טרעפט די סימבאל זייערע אין איינע פון די עדס, און מ'רופט אן און מ'לאזט א מעסעדזש ווי מ'האט עס געפינען, קען מען געווינען א $50 סערטיפיקאט ביי otzer judaica אין וויליאמסבורג.
איז אבער זייער אינטערסאנט אז כמעט יעדע וואך איז דא געווינער חוץ מגבולי קרית יואל, און אפט מאל בארא פארקע איינוואוינער גאר.
וויל איך וויסן וואס דא גייט פאר? מ'אדווערטייזט אין קרית יואל; קרית יואל'ע איינוואוינער שיקן אריין ווי מ'האט געפינען די סימבאל, בארא פארקע איינוואוינער געווינען, און די געווינס איז א $50 סערטיפיקאט אין א וויליאמסבורגע געשעפט...
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 25, 2013 11:55 am
דורך פליגל
פארשאפט איייך א בארא פארקע טעל. #.
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 25, 2013 12:13 pm
דורך פליגל
דאן פארשאפט איייך א קראון הייטס'ער אדרעסס.
פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 01, 2013 12:00 pm
דורך קיקיון
כ'האב ג'דאווענט לעזטענס ש"ק אין א "אט אט חצות" מנין צום ליינען האט זיך צי געשטעלט א אינגערמאן וואס האט ניט
ג'פלאנט דאווענען אזוי שפעט איז ער ניט ג'ווען ריכטיג פארג'קוקט
אן אנדערען עק בה"מ איז ג'זעסען א בעל קריאה מומחה וואס איז אלעמאל פארגעקוקט און ביי יעדען טעות זיך ג'לאזט הערען
ןןיל איך וויסען פארוואס ער האט ניט ג'ליינט אדער לכה"פ זיך געשטעלט לעבען קורא און אינטערזאגען
פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 01, 2013 12:29 pm
דורך פישל
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:אין קרית יואל קומט יעדע וואך אן אויף פאסט עטליכע אדווערטייזמענט בראשורן, איינע פון די דאזיגע בראשורן רופט זיך Shoppers Guides, וואס אויב מ'טרעפט די סימבאל זייערע אין איינע פון די עדס, און מ'רופט אן און מ'לאזט א מעסעדזש ווי מ'האט עס געפינען, קען מען געווינען א $50 סערטיפיקאט ביי otzer judaica אין וויליאמסבורג.
איז אבער זייער אינטערסאנט אז כמעט יעדע וואך איז דא געווינער חוץ מגבולי קרית יואל, און אפט מאל בארא פארקע איינוואוינער גאר.
וויל איך וויסן וואס דא גייט פאר? מ'אדווערטייזט אין קרית יואל; קרית יואל'ע איינוואוינער שיקן אריין ווי מ'האט געפינען די סימבאל, בארא פארקע איינוואוינער געווינען, און די געווינס איז א $50 סערטיפיקאט אין א וויליאמסבורגע געשעפט...
דאס איז דער זעלבער אייגענטומער פון וויליאמסבורגער בולעטין, זיי פירן דורך איין גורל אויף אלע זייערע פובליקאציעס, און רוב מאל געווינען ברוקלינער איינוואוינער וועלכע זענען די מערהייט פון זייערע ליינער
פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 01, 2013 12:30 pm
דורך פישל
קיקיון האט געשריבן:כ'האב ג'דאווענט לעזטענס ש"ק אין א "אט אט חצות" מנין צום ליינען האט זיך צי געשטעלט א אינגערמאן וואס האט ניט
ג'פלאנט דאווענען אזוי שפעט איז ער ניט ג'ווען ריכטיג פארג'קוקט
אן אנדערען עק בה"מ איז ג'זעסען א בעל קריאה מומחה וואס איז אלעמאל פארגעקוקט און ביי יעדען טעות זיך ג'לאזט הערען
ןןיל איך וויסען פארוואס ער האט ניט ג'ליינט אדער לכה"פ זיך געשטעלט לעבען קורא און אינטערזאגען
טאמער וואלט ער נישט געהאט די סיפוק פון יענעם אריינזאגן איינמאל און נאכאמאל וואלט אים דער גאנצער שבת נאכמיטאג געווען צושטערט... פון איין אזא קריאת התורה שעפט ער חיזוק אויף א שטיק צייט
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 03, 2013 8:00 am
דורך msp
עס ליגט מיר אין קאפ
אז דער דברי חיים האט געזאגט אז בני יששכר מאמר יום תרועה איז די כוונות התקיעה
שטימט דאס? און ווי שטייט עס?
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 03, 2013 10:45 am
דורך יוראפ
לעצטנס באגעגנט א נייער קרן והשיב
שעל ידי גמ"ח "צדקתו עומדת לעד"
ת.ד. 57424 ירושלים. טל': 02-5387901
פקס: 02-5003406.
דוא"ל:
f**@bezeqint.netצופעליג דער געדאנק קוקט מיר אויס גאנץ גוט, ווייסט איינער מער אינפארמאציע איבער זיי?
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 03, 2013 12:38 pm
דורך מכטי1
והשיב לב אבות על בנים...
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 03, 2013 12:56 pm
דורך געלינקטער
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 03, 2013 12:58 pm
דורך שנאפס
וואס זעט מען אין דעם לינק?
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 03, 2013 1:02 pm
דורך געלינקטער
ראש מוסד: הרב דב פייגנבוים
מנהל הרב שלמה פיין
כתובת אמרי בינה 9 ק. צאנז
תא דואר
57424
עיר ירושלים
ארץ ישראל
מידע נוסף...
פרטים נוספים: טלפון 1:
טלפון 2:
פקס
מספר עמותה:
איש קשר:
972-054-8474175
972-2-5387901
972-2-5003406
580460863
מרדכי וינברג 972-52-7632828
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 03, 2013 1:05 pm
דורך יוראפ
איינער קען אים פון דער נאנט?
איינער קען די אקטיוויטעטן פון די נאנט?
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 09, 2013 2:01 pm
דורך מצב כללי
איך וויל פאוסטען דא א לינק וויאזוי מאך איך עס?
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 09, 2013 2:03 pm
דורך שנאפס
קאפי עס אריין אין א תגובה און דריק "שיק עס"
אפשר ווילסטו מאכן א
הייפערלינק?
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 09, 2013 9:30 pm
דורך מצב כללי
אויב עמיצער דא איז - אדער ווייסט איינער וואס איז - באקאנט אין לעגאלע איינגעלעגענהייטן בנוגע עפענען א ביזנעס זאל ער מיר ביטע איינמעלדן אין אישי איך האב א וויכטיגע פראגע וואס איך וויל וויסן.
יישר כח למפרע