בלאט 55 פון 148
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 17, 2013 10:36 am
דורך פרעג מיין קינד
ער האט לכאו' נישט געלייגט אלס מורא פון עמיצן
נאר אלס אהבה, רעספעקט, בענקשאפט, הכרת הטוב אדער פארפלוכטונג צום טאטן
די זעלבע דערהער איז דא ביי די חברה צו זאגן קדיש און צינדן לעכט נאך די עלטערן
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 17, 2013 11:15 am
דורך פישל
קיקיון האט געשריבן:זעהנדיג די " ט' באב השגהה פרטית" מעשה האב איך זיך דערמאנט אן אלטע תמי'
פאר לכה"פ 50 יאר צוריק האט א"א ז"ל געהאט קאנטאקט מיט א איד וואס האט געהאלטען 0 פון תו"מ
אבער תפילין האט ער געלייגט יעדען טאג ווייל ער האט צוגעזאגט פאר זיין טאטען לפני מתיתו
אויב ער האט ניט געגלייבט, פון וועמען האט ער מורא געהאט ?
תורה מן השמים ניט און השארת הנפש יא?
איך האב געהאט א ענליכע פראגע.
כידוע זענען נעבעך געווען הונדערטער און אפשר טויזענטער אידן (בעיקר פון פוילן) וועלכע האבן ל"ע מיטגעמאכט די ביטערע 5 יאר אין די צווייטע וועלט מלחמה, זיי האבן פארלוירן גאנצע משפחות דאס ווייב און קינדער ל"ע, און האבן נאך די מלחמה אפגעלאזט די תורה ומצוות און זיי האבן מער פון גארנישט געוואלט וויסן. און זיי האבן רח"ל געהאט תרעומות אויפ'ן רבוש"ע.
מיר האבן אלע נעכטן ת"ב געקלאגט אויף דעם גלות השכינה און אויך אויף דעם ביטערן חורבן פון כלל ישראל וועלכע האבן מיטגעמאכט אזעלכע צרות בשעת דעם חורבן ביהמ"ק די אלע שחיטות והריגות און מיתת צדיקים הם ונשיהם ובניהם וטפם, און מיר גלייבן אין דעם דברי הנביא וואס האט אלעס פאראויס געזאגט אין מגילת איכה, און האט דארט קלארגעשטעלט אז מפי עליון לא תצא הרעות והטוב, מה יתאונן אדם חי גבר על חטאיו, נחפשה דרכינו ונחקרה ונשובה עד ה', נשא לבבנו אל כפים אל א-ל בשמים, נחנו פשענו ומרינו אתה לא סלחת וגו'.
מיין פליאה איז אבער, אז אפי' די אידן וועלכע האבן נישט פארשטאנען אז אין הימל האט אלעס א חשבון און די צרות זענען געקומען צוליב א סיבה, האבן אבער פארמאגט א איינגעבאקענע אמונה פון קינדווייז אן וואס זיי האבן אפי' נישט אויפגעכאפט, אז דאס איז קלאר 100 פראצענט אז דער רבוש"ע פירט די וועלט און ער האט דאס אלעס געברענגט, נאר זיי זענען געווען (נעבעך) אויפגערעגט אויפ'ן רבוש"ע רח"ל, און דערפאר האבן זיי אים געוואלט סטראשענען און אפלאזן שמירת התורה והמצוות.
דאס איז עפעס א סארט עזיבת התורה ומצוות וואס איז אונטערגעלאנט מיט א פעסטע אמונה אז אלעס קומט פון רבוש"ע.
יה"ר דאס זאל זיין עפעס א לימוד זכות פאר זיי.
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 17, 2013 9:42 pm
דורך טייבעלע
בעזה"י וועט מען זיין איינע פון די שבתים אין מאנראו, איז מיין פראגע אזוי:
איז דא דארט א מנין וותיקין שבת?
כ'גלייב אז יא, וא"כ איכן?
כ'ווייס נאכנישט וואו פונקטליך מיר וועלען זיך אויפ האלטן, בכ"ז איז כדאי צו וויסן די אינפארמאציע וואס פריער.
א דאנק.
יא פאר כ'פארגעס, ווי אזוי איז דא אויב איינער גייט מיט א שווארצן זיידענעם שלייף ביים האלדז?
און א ווייסען שמאטקעלע וואס שטעקט זיך ארויס ביים אויברשטן טעשעל פונעם אנצוג?
וואו אזוי וועט מען אויפנעמען אזא איינעם?
א דאנק אייך מיינע פריינד.
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 17, 2013 9:59 pm
דורך זייער נייגעריג
קאנטעקט מיר אין אישי.
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 17, 2013 10:33 pm
דורך פליגל
זאכן וואס כ'וויל וויסן:
טייבעלע האט געשריבן:יא פאר כ'פארגעס, ווי אזוי איז דא אויב איינער גייט מיט א שווארצן זיידענעם שלייף ביים האלדז?
און א ווייסען שמאטקעלע וואס שטעקט זיך ארויס ביים אויברשטן טעשעל פונעם אנצוג?
וואו אזוי וועט מען אויפנעמען אזא איינעם?
א דאנק אייך מיינע פריינד.
וואסי דאס מלבוש?
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 17, 2013 10:36 pm
דורך לוי יצחק
ר' טייבעלע און וויזוי נעמט דאס אויף אין וויליע?
און וויזוי אין קאנגרעס?
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 17, 2013 10:55 pm
דורך טייבעלע
ביי אונז אין ביורא איז געוועהן אזוינע וואס האבן נישט געטראגן קיין שניפסל, האט מען זיי פארגעהאלט דערוועגען, און געזאגט אז לויט די סטאנדארטן פונעם פלאץ דארף מען דאס טראגן, קען מען טאקע זעהן ווען די לייט קומען אן, מען הענגט אויף די אנצוג און מען בינד זיך ארום דאס האלדז מיטן שיינעם שניפסעל.
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 17, 2013 11:21 pm
דורך קיקיון
קיקיון האט געשריבן: איך געדענק אין די י' און כ' יארען אויף BROOKLYN AVE האבען באבאובער אינגעלייט אויסגעטוען די נעקטטייס צו מנחה און צירוק אנגעטון אבער נישט אויפען האלז נור אלס ....... גארטעל
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 17, 2013 11:35 pm
דורך קיקיון
א שפאציר ארום א computer room פון 40 יאר צירוקזיידע ומומחה האט געשריבן: .....די בעלי בתים זענען געווען 3 יאנג איזראעל אינגעלייט וואס האבען אבער זייער מחשיב געווען די 15 היימישע
אינגעלייט וואס האבען פאר זיי געארבעט; אויסער איין זאך; חוה"מ האבען זיי פשוט מורא געהאט אז אויב מען
וועט נאכגעבען פאר א פאהר מענטשען, וועט מען מוזען יעדען נאכגעבען. איין אינגערמאן האט מיטגברענגט
זיין שטריימעל, אז ער זאל כאטש עסען lunch בבגדי יו"ט (גאנץ יתכן אז ער האט אויך אויסגעטוען דערnecktie,,,,,
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 18, 2013 12:04 am
דורך לכאורה
... אויב סאכדעס'נס מאגן האט זיך שוין בארוהיגט פונעם היינטיגן טשאלענט...
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 18, 2013 7:49 am
דורך msp
וואס איז געווען דער משפחה נאמען פון ר' מענדעלע לינסקער?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 18, 2013 7:51 am
דורך לוי יצחק
רובין
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 18, 2013 4:29 pm
דורך שנאפס
לכאורה האט געשריבן:... אויב סאכדעס'נס מאגן האט זיך שוין בארוהיגט פונעם היינטיגן טשאלענט...
פרעג זיין מאגן
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 18, 2013 4:30 pm
דורך שנאפס
טייבעלע, מיר גייען אויך אי"ה זיין אין קרית יואל אויף שבת, אפשר מאכט מען א באטע?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 18, 2013 4:31 pm
דורך טייבעלע
לוי יצחק האט געשריבן:ר' טייבעלע און וויזוי נעמט דאס אויף אין וויליע?
און וויזוי אין קאנגרעס?
וואס איז דאס וויליע?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 18, 2013 4:32 pm
דורך מכטי1
טייבעלע האט געשריבן:לוי יצחק האט געשריבן:ר' טייבעלע און וויזוי נעמט דאס אויף אין וויליע?
און וויזוי אין קאנגרעס?
וואס איז דאס וויליע?
מסתמא וויליאמפעסט בלע"ז
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 18, 2013 4:33 pm
דורך מכטי1
טייבעלע האט געשריבן:יא פאר כ'פארגעס, ווי אזוי איז דא אויב איינער גייט מיט א שווארצן זיידענעם שלייף ביים האלדז?
און א ווייסען שמאטקעלע וואס שטעקט זיך ארויס ביים אויברשטן טעשעל פונעם אנצוג?
וואו אזוי וועט מען אויפנעמען אזא איינעם?
א דאנק אייך מיינע פריינד.
כ'האב אלעמאהל זיך פארגעשטעלט אז די גייסט מיט א באווטיי....
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 18, 2013 6:14 pm
דורך טייבעלע
שנאפס האט געשריבן:טייבעלע, מיר גייען אויך אי"ה זיין אין קרית יואל אויף שבת, אפשר מאכט מען א באטע?
זייער א פיינער געדאנק, אבער דערווייל זעהט נישט אויס אז מיר וועלן זיין דארט דער קומעדיגער שבת.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 4:13 pm
דורך גיכער
וואסי פשט פין גריסען "גיט מארגען" צופרי? ס'העט ווען ענדערשט געפאסט פאר ביינאכט. מיר איז בייגעפאלען א פשט, אז אין ענגליש גריסט מען good morning, אין morning מיט מארגען איז זייער ענדליך.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 4:24 pm
דורך קיקיון
גיכער האט געשריבן:וואסי פשט פין גריסען "גיט מארגען" צופרי? ס'העט ווען ענדערשט געפאסט פאר ביינאכט. מיר איז בייגעפאלען א פשט, אז אין ענגליש גריסט מען good morning, אין morning מיט מארגען איז זייער ענדליך.
פארוואס האבעו אידען ג'גריסט גוט צארגען זיי זענען רעגעקומען אין ענגליש רעדענדע לענדער ?
ווי אזי האט דיין מלמד געטיישט שמר נישט מארגען שטערן?
יעצט וועל איך דיר מגחה סיין א סוד אידיש אעז א ציהארגעטער דייטש
און אויף דייטש איז MORNING מארגען
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 11:43 pm
דורך פאמיליעמירעלס
וואס האט דער חזון איש געזאגט בפה קדשו פאר הרב וואזנער?
http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... 24&hilite=
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 11:54 pm
דורך קיקיון
פארשטיי נישט, די פרענסט אדער זאגסט?
זייער קלאר געשריבען לה"ק נישט לאדינא
אז רב וואזנער שיבלח"ט זאל זיך האלטען פעסט אבער ער דער חז"א האט נישט מצליח געווען
פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 26, 2013 12:02 am
דורך פאמיליעמירעלס
איך פרעג
והפטיר בפה קדשו ... -דלו ז"ל- וואס מיינט דאס?
פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 26, 2013 12:15 am
דורך קיקיון
פאמיליעמירעלס האט געשריבן:איך פרעג
והפטיר בפה קדשו ... -דלו ז"ל- וואס מיינט דאס?
דלוֹ = פאר אים (ז"ל איז רב וו' מוסיף) לא עלה בעדו= איז ניט געלונגען
פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 26, 2013 12:58 am
דורך פאמיליעמירעלס
יישר כח.