בלאט 54 פון 148

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 02, 2013 6:39 pm
דורך יוראפ
סיז טאקע היימישע פארברענגען און טאקע כמעט אלע מיינע בויך קוועטשענישען און שאלעס וואס כאבאמת געווארט אויף א טערעטץ זענען נישט פארענדערט, סארי פארענטפערט געווארן. האבעכדאכנאך.
וואסידאס ווארשע בונד? שוין ערגעץ גערעדט דערפון דא?

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 02, 2013 7:36 pm
דורך ים רויבער
לכאורה די ווארשע פאקט, דאס איז געווען א אליאנץ פון לענדער וואס האבן אנגעהערט צום קאמינוסטישען אידעלאגיע געגרינגעט צו דינען פאר א קאנטער ארגענעזאציע קעגען נאט"א
עס הייסט אזוי ווייל די אסיפה איז געווען אין ווארשע

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 03, 2013 7:12 am
דורך msp

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 03, 2013 10:05 am
דורך יוראפ
קודם כל א גרויסן דאנק ים רויבער מיט מספ, אבער שפאצירנדיג אביסל נעכטן אין ניי מאונט כרמל ביה"ח איז דא א ריזיגע חלקה פון די סארט אידן, אינצווישן איז אויך דא א ארבייטער רינג חלקה געגרינדען אין 1900, כ'בין נישט זיכער צו דאס איז אלעס איינס.
די פאקט האט זיך געגרינדעט אין 1955 לויט ווי מספ האט צוגעברענגט, און דא איז שוין דא מעשו.. וואס האבן זיך שוין גענומען דאס חיים אין 1943 - אויף זיין מצבה שטייט אז ער איז פון די 'ארבעטער בונד'

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 03, 2013 10:14 am
דורך יוראפ
נאך פון דעם מאדנעם

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 03, 2013 10:16 am
דורך יוראפ
בערנארד

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 03, 2013 10:20 am
דורך ים רויבער
אה, דאס איז געווען א שטייגער ווי א אידישער ארבעטער יוניאן, גראדע אויך א סאציאליסטישע באוועגונג
איך האב נישט קיין עקסעס צו וויקיפידיע אבער געב א זוך פאר Jewish Labour Bund

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 03, 2013 10:30 am
דורך יוראפ
ים רויבער האט געשריבן:אה, דאס איז געווען א שטייגער ווי א אידישער ארבעטער יוניאן, גראדע אויך א סאציאליסטישע באוועגונג
איך האב נישט קיין עקסעס צו וויקיפידיע אבער געב א זוך פאר Jewish Labour Bund

יישכ"ח דאס האב איך טאקע געטראפן - שטימט מיט נאך אפאר מצבות וואס ס'איז דא דארט

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 03, 2013 11:26 am
דורך יוראפ
דזשאן מילל
גרינדער און בויער פון בונד

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 03, 2013 12:51 pm
דורך msp
די בונדיסטען זענען געווען טאקע סאציאליסטען
איינע פון די "איזמען" וואס האט געמאכט א חורבן אין כלל ישראל

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 03, 2013 3:33 pm
דורך קיקיון
ווי לאנג קען דויערען א גסיסה ר"ל ?
pending.PNG
pending.PNG (4.52 KiB) געזעהן געווארן 422 מאל

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 07, 2013 10:53 am
דורך farshlufen
דער רד"ק אויף "ההמיר גוי אלקים" זאגט צוויי פשטים, איינס לשון גדולה און איינס לשון המרה - פארבייטן, דארונטער תמהני אונזער ניק "מאן יימר" איז לויט וועלכער פשט?

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 07, 2013 10:55 am
דורך קיקיון
יימר איז נישט לה"ק

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 07, 2013 8:40 pm
דורך מאנ-יימער
farshlufen האט געשריבן:דער רד"ק אויף "ההמיר גוי אלקים" זאגט צוויי פשטים, איינס לשון גדולה און איינס לשון המרה - פארבייטן, דארונטער תמהני אונזער ניק "מאן יימר" איז לויט וועלכער פשט?

מיר זענען מסכים צו ביידע פשטים אבער יימר און המיר זענען צוויי אנדערע ווערטער.

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 07, 2013 9:20 pm
דורך קיקיון
זוגתי שתחי' האט זיך געטראפען מיט א חבר'טע וואס איז א דורך א שווערע פרשה
זאגט יענע "מען דארף געדענקען אז דא איין זאך וואס . . . קען נישט, זיך טועה זיין"
קען מען זאגען אזעלכע דיבורים?

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 07, 2013 9:38 pm
דורך לוי יצחק
נו פאר שיחת נשים איז עס נישט געפערליך.

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 07, 2013 10:56 pm
דורך לכאורה
קיקיון האט געשריבן:זוגתי שתחי' האט זיך געטראפען מיט א חבר'טע וואס איז א דורך א שווערע פרשה
זאגט יענע "מען דארף געדענקען אז דא איין זאך וואס . . . קען נישט, זיך טועה זיין"
קען מען זאגען אזעלכע דיבורים?

אויף א בשר ודם האט זי דאס געזאגט? שטייט דאך שוין אין די פריערדיגע אז א מענטש איז לא ימלט משגיאה.
אויף כביכול? וואס איז די פראגע?

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 07, 2013 11:17 pm
דורך קיקיון
לכאורה האט געשריבן:
קיקיון האט געשריבן:זוגתי שתחי' האט זיך געטראפען מיט א חבר'טע וואס איז א דורך א שווערע פרשה
זאגט יענע "מען דארף געדענקען אז דא איין זאך וואס . . . קען נישט, זיך טועה זיין"
קען מען זאגען אזעלכע דיבורים?

אויף א בשר ודם האט זי דאס געזאגט? שטייט דאך שוין אין די פריערדיגע אז א מענטש איז לא ימלט משגיאה.
אויף כביכול? וואס איז די פראגע?

"קען ניט"

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 08, 2013 1:28 pm
דורך לכאורה
לא הבנתי.

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 08, 2013 1:33 pm
דורך קיקיון
. . . קען ניט קלינגט ניט מאדנע? טאקע א משהו צייט אבער מען דארף ווארטען ביז צום סוף זאץ!

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 08, 2013 2:19 pm
דורך לכאורה
לכאורה האט געשריבן:לא הבנתי.

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 08, 2013 2:24 pm
דורך קיקיון
זעט אויס אז שרייבען הסברים איז נישט איינע פון מיינע מעלות.

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 15, 2013 11:29 am
דורך לוי יצחק
אויב אנעים'ס 2000'סטע תגובה גייט זיין אן ארטיקל אדער סתם א תגובה?
אויב ס'גייט נאך קומען היינט אדער נאך ת"ב?

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 15, 2013 12:46 pm
דורך אנעים זמירות
לוי יצחק האט געשריבן:אויב אנעים'ס 2000'סטע תגובה גייט זיין אן ארטיקל אדער סתם א תגובה?
אויב ס'גייט נאך קומען היינט אדער נאך ת"ב?


1. אן ארטיקעל.
2. היינט.

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 17, 2013 8:31 am
דורך קיקיון
זעהנדיג די " ט' באב השגהה פרטית" מעשה האב איך זיך דערמאנט אן אלטע תמי'
פאר לכה"פ 50 יאר צוריק האט א"א ז"ל געהאט קאנטאקט מיט א איד וואס האט געהאלטען 0 פון תו"מ
אבער תפילין האט ער געלייגט יעדען טאג ווייל ער האט צוגעזאגט פאר זיין טאטען לפני מתיתו
אויב ער האט ניט געגלייבט, פון וועמען האט ער מורא געהאט ?
תורה מן השמים ניט און השארת הנפש יא?