בלאט 6 פון 148
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 08, 2009 3:42 pm
דורך סתם_אזוי
פארוואס ווערט עס א כ'?
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 08, 2009 3:43 pm
דורך האמבורגער
יישר כח קרעמער.
איך דערמאן זיך יעצט אז איך האב שוין אמאל געהערט דערפון, איינער האט א מקור? [אריין אין ווי איז די מקור אשכול]
___________________
אגב אורחא לפי הנ"ל ווען א גוי איז זיך מגייר פאלט אים ארויס א צאהן?
אדער פארקערט ווען א איד שמד'ט זיך רח"ל וואקסט אים ארויס א פרישער צאהן?
=================
איכער האט אריינגעהאקט... דאס ערשטע מאל וואס איך הער [נישט די ניק] דערפון, ס'איז א גוט ווארט.
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 08, 2009 3:46 pm
דורך איך_הער
סתם, פראביר, וואסארא צורה ווערט אין א ברויט למשל, ווען מ'בייסט אריין דערין?
האמבו, כ'לאך פון דיין קשיא.
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 08, 2009 3:47 pm
דורך סתם_אזוי
די ציינער איז א שעיפ פון א כ'. אפילו מען בייסט נישט אריין האט מען א כ' אין די מויל.
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 08, 2009 3:50 pm
דורך איך_הער
א קשיא אויף מיין רבי.
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 08, 2009 3:53 pm
דורך האמבורגער
א קשיא אויף דיין רבי? ביי אונז האט מען געוואוסט אז מ'טאר נישט האבן קשיות אויף א רבי! מוזט שנעל זוכן א גוטן תירוץ.
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 08, 2009 4:03 pm
דורך קרעמער
איך האב עס געהערט פון א רב (זכרונו לברכה)
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 08, 2009 4:25 pm
דורך האמבורגער
יעצט פייגעבאלן א שיין ווארט! מ'זאגט אין די הגדה ביים רשע ואף אתה הקהה את שיניו, לכאורה פארוואס עפעס פונקט די ציין? נאר וויבאלד ער איז א רשע און א כופר בעיקר מוז זיין אז ער האט א איבריגע [דריי און דרייסיגסטע] צאן, ממילא פאר דו ענטפערסט אים א תשובה אויף זיין קשיא זיי מקיים דעם ואף אתה הקהה את שיניו, און ערשט נאכדעם ווען ער וועט געאידישט ווערן קענסטו אים מסביר זיין בעבור זה עשה ה' לי בצאתי ממצרים.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 30, 2011 9:53 pm
דורך Jewboy
וואס מיינט פאנזי?
כ'האב געליינט אין א צייטונג "דער פאנזי מיידאף"
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 30, 2011 10:14 pm
דורך שטרויזאק
עס הייסט נאך
טשארלס פאנזי וואס איז געווען דער ערשטער שווינדלער מיט אזא סארט סקעם, על שמו ולזכרו ווערן גערופן אלע סקעמס נאך אים.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 30, 2011 10:24 pm
דורך Jewboy
ייש"כ
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 30, 2011 10:55 pm
דורך elmonsey
jewboy welcome back!!
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 30, 2011 11:18 pm
דורך מומחה עצום
פארוואס הייבן זיך אן די נאמבערס פון גאסן ביי איינס פארוואס נישט ביי זירא? הגם שטעלט אייך פאר דאס.
משה: "האלא וואס איז דיין אדרעס"
ברוך: "זירא לינטש סט."
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 30, 2011 11:27 pm
דורך מומחה עצום
האמבורגער האט געשריבן:אגב אורחא לפי הנ"ל ווען א גוי איז זיך מגייר פאלט אים ארויס א צאהן?
אדער פארקערט ווען א איד שמד'ט זיך רח"ל וואקסט אים ארויס א פרישער צאן?
אמאל געהערט אז א גוי וואס איז זיך מגייר ווערט שוין געבוירן מיט איין צאן ווייניגער. אויף דיין צווייטע שאלה האב איך דערווייל נישט א תירוץ, ועוד חזון למועד.
פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 01, 2011 2:25 am
דורך למעלה משבעים
האמבורגער האט געשריבן:אדער פארקערט ווען א איד שמד'ט זיך רח"ל וואקסט אים ארויס א פרישער צאהן?
א איד וואס שמד זיך ווערט נישט קיין גוי, ער ווערט אן עבריין ל"ע, אבער א איד בלייב ער.
פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 01, 2011 7:00 am
דורך יואל ווייס
מומחה עצום האט געשריבן:פארוואס הייבן זיך אן די נאמבערס פון גאסן ביי איינס פארוואס נישט ביי זירא? הגם שטעלט אייך פאר דאס.
משה: "האלא וואס איז דיין אדרעס"
ברוך: "זירא לינטש סט."
שוברו בצדו, האסט דאך אליין געענטפערט...
דערמאנסט מיר ווי יענער אינגל וואס אויף די פראגע 'וואו זיצטו?' האט ער געענטפערט: איינס פאר די ערשטע...
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 19, 2011 11:38 am
דורך ווינקל
פארוואס ווען מען קוקט א טעקסט/אימעיל/טשעט/בילד אויפן סעל/שמערי-בערי/ענד-רויט/נאוקיא האלט מען עס ביים חזה נגד מקום הגארטל, און מען בייגט זיך אראפ?
(כ'רעד נישט אין בהימ"ד ווען מען וויל עס באהאלטן אבער וואס...)
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 19, 2011 11:46 am
דורך יקותיאל
זיי מער מסביר וויאזוי מען זאל עס האלטן - ממש ביי די אויגן?- ביי די פיס- אין די זייט - צולייג אביסל בעסער די קשיא וואס דו ווילסט וויסן
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 19, 2011 1:23 pm
דורך ווינקל
הויך נעבן די אויגן. פארוואס זיך אראפבייגן?
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 19, 2011 1:42 pm
דורך סמארט
כ'ווייס נישט פונקטליך וואס דו מיינסט נעבן די אויגן, מ'קען נישט קוקן אויף איהם ווען ער איז ממש דארט
און איך האלט עס טאקע נישט ביים גארטל, ענדערש אביסל אינטערען בארד
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 19, 2011 6:02 pm
דורך אויפריכטיג
קרעמער האט געשריבן:אמאל געהערט אז א איד האט 32 (כמנין ל"ב) און א גוי 33 (כמנין ג"ל של עצמות).
איך גלייב אז א דענטיסט וועט דאס נישט באשטעטיגן.
אז מען האט ארויפגעבראכט דעם פארשטויבטן אשכול, וועלעך צוצייגן אז אינעם ערשטן 'הפעמון' (איינער ווייסט צי ער קומט נאך ארויס?)איז געווען א לאנגע הערליכע שמועס איבער די ציינער פון א איד און א גוי, און אזוי אויך ווערט דארט געברענגט די ווארט אויף ואף אתה הקהה את שיניו וואס איינער האט דא געטייטשט.
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 20, 2011 3:54 am
דורך msp
איך מוז אייך זאגען אז עס איז מיר טאקע נאך נישט פארגעקומען דער חילוק צווישען אידען און גויים בנוגע די צאל פון די ציין...
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 20, 2011 10:22 am
דורך פעדער
קען מען ליינען די אפט געפרעגטע פראגעס - אויבן לינקס - אין אידיש? אדער נאר אין עברית, און ענגליש?
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 20, 2011 10:26 am
דורך msp
לא הבנתי שאלתך, הרב קולמוס?
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 20, 2011 10:28 am
דורך למעלה משבעים
ער פרעגט אויב
דאס קען מען ליינען אין אידיש.