בלאט 5 פון 148
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 20, 2008 5:59 am
דורך KCSP
עס וואונדערט מיר, פארוואס ביי די נייע בילדינגס אין וויליאמסבורג איז די עלעוועיטאר ביים אראפ גיין צום בעיסמענט, ווען עס קומט אן אינטען נעמט עס זייער לאנג ביז עס עפענט זיך אויף..... און ביי אלע אנדערע שטאקען עפענט זיך עס תיכף ווען עס קומט אן ?????
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 20, 2008 12:08 pm
דורך אלחנן
ווי איך פארשטיי טוט די עליוועטער זיך עפענען נאר ווען עס לעוועלד מיטן ערד, במילא משום איזה סיבה שהוא ווען ער קומט אן אינגאנצן אינטען נעמטעס אים לענגער צו זיך שטעלען אויפן פלאץ.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 20, 2008 7:33 pm
דורך KCSP
פארוואס טאקע איז עס אזוי ?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 20, 2008 8:26 pm
דורך שמערי בערי
און איך וויל וויסן פארוואס פאר א שווארץ פרעז... כ'מיין שווארץ יאר איך האב נישט געקענט אריין פלאצן אין קרעטשמע אפילו פאר א מינוט'קעלע דורכאויס דעם וואך.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 20, 2008 10:20 pm
דורך אלחנן
דער 'פירער' האט דיך נישט געלאזט!
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 20, 2008 10:29 pm
דורך זאנוויל
שמערי, פרעג דעם בעה"ב פון דיין ניק אפשר ווייסער.....
פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 21, 2008 1:15 am
דורך טהור-עיניים
שמערי, איך וויל אויך וויסן ס'זעלבע
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 23, 2008 1:31 am
דורך שמערי בערי
זאנגביל, כאבעם געפרעגט און ער פרעגט מיר אויך די זעלבע, וואס טוט מען?
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 23, 2008 1:39 am
דורך זאנוויל
אז ער וויסט שוין אויך נישט איז גרויסע גרויסע צרות!
כ'ציטער זייער אז דיין ניק-בילד ליידט אויף אלצהיימערס.
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 23, 2008 1:50 am
דורך שמערי בערי
נאופס, ער ווייסט אליינץ נישט פארוואס, ער טענה'ט אפשר וויל איך בין געווען ביזי, אבער וואס האט עס מיט אים?
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 24, 2008 5:04 am
דורך פויער
כ'וויל וויסן וואס איז נייעס
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 24, 2008 11:26 am
דורך אלחנן
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 17, 2009 8:52 pm
דורך ווער בין איך?
איך וויל וויסן פארוואס די בענקלעך אין די דאקטאר'ס אפיס זענען עפ"י רוב רויט?
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 17, 2009 9:39 pm
דורך למעלה משבעים
אז מען זאל נישט באמערקן אויב עס איז אנגעשפריצט מיט בלוט

עעעךךךךךך.
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 18, 2009 6:52 pm
דורך ווער בין איך?
בל תשקצו
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 21, 2009 10:31 pm
דורך איך_הער
כ'בין נישט זיכער צו ס'קומט דא אריין, אבער דערווייל ווייסעך נישט וואו יא, לייגעכעס דא.
פון וואנעט איז אפיר געקומען די נאמען פאר די שבת'דיגע ברויט, 'חלה'?
אין הלכה לערנען מיר, מקדשין על הפת. סאו איז די נאמען חלה דערמאנט ערגעץ ווי פריער? וואס איז די פריסטע וואס מ'האטעס שוין אזוי גערופן?
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 22, 2009 7:55 am
דורך מאשקע
אין די תורה. אבער פארוואס נאר די שבת'דיגע רופט מען אזוי, ווייס איך נישט.
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 22, 2009 1:35 pm
דורך איך_הער
מאשקע, זייער קורץ, כ'ווייס אויך אז ס'שטייט אין די תורה חלה תרימו, אבער דאס גייט ארויף נאר אויף וואס מ'שיידט אפ פארן כהן, אדער שטייט על חלת לחם, באט נאך אלץ זע איך נישט וואו די ברויט ווערט אנגערופן נאר מיט די נאמען חלה.
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 22, 2009 2:22 pm
דורך שמערי בערי
לחמי תודה ווערן אנגערופן חלות.
שתי הלחם ווערן אויך אנגערופן חלות. נאר ווי מאשקע פרעגט, פארוואס נאר די שבת'דיגע רופט מען אזוי
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 22, 2009 2:26 pm
דורך אלחנן
ביי א קרבן תודה ווערט גערופן די חמץ'דיגע חלותת אין די פסח'דיגע מצה,
אין ביי תרומה דארף מען אפשיידן א שיינע שטיקל ווערט עס אויך אנגערופן חלה,
איז קען זיין אז לכבוד שבת וואס מען דארף א שיינע ברויט/חלה אלץ חשובות רופט מען עס אויך חלות..
(כנלע"ד פשוט)
----------------
אויף דרוש/רמז האב איך געטראפן:
הבה נעמיק במשמעות הפנימית של המצה והחמץ, וננסה להבין למה מצוה אותנו הקב"ה להתרחק ולהזהר מהחמץ, ואיך יתכן שאותו חמץ שאנחנו כל כך נזהרים ממנו בשבעת ימי הפסח, "בל יראה ובל ימצא". הוא עיקר מזונו של האדם במשך כול השנה. הלחם שעליו אנחנו נוטלים ידיים ועליו מברכים ברכת המזון עליו מברכים ברכת 'המוציא לחם מן הארץ' הפוטרת את יתר המזונות מברכה, איך יתכן שאותו הלחם הופך להיות פתאום 'חמץ' בפסח ואסור בתכלית האיסור ב"בל יראה ובל ימצא בכול מושבותיכם"?...
...אבל כפי שהזכרנו בתחילת המאמר הלחם הופך להיות 'חמץ' רק בפסח, ובכל השנה הלחם הוא עיקר מזונו של האדם. הקב"ה אומר "לכו לחמו בלחמי" הוא קורא לתורה לחם. ו
כן הוא נקרא חלה של שבת מלשון "לחלות פני ה'"...
http://www.levhadvarim.com/index.php?op ... &Itemid=47------------
לגבי תרומה פארווס ס'הייסט חלה, שטייט אין "ספר הפליאה"
...ונקראת הבינה חלה ולא שמעתי סבה בדבר ואם שמעת אתה אמור, א"ל שמעתי חלה תרימו תרומה לה' והל' לבינה א"כ חלה רמז לבינ"ה אבל טעם וסבה לא שמעתי. א"ל זה
אפי' דרדקי דבי רב ידעו שחלה רומז לבינה אבל סבה שאלתי ממך וכיון שלא ידעת נשארנו בלא ידיעה, א"ל זוכר אני מאבי שהבינה היא מל"ך העולם. ולכן נקראת חלה שחלה על כל העולם. א"ל עני בדעת אתה ממשמש כאשר ימשש העיוור בצהרים והדבר הוא ידוע שכל המדות נקראים עיסה והחלה נותן טעם לעיסה, ודע שכל העיסה אינה יכולה לקבל השפע שבא להם מן החלה ולכן צותה תורה להסיר חלה מן העיסה ואסורה לישראל ר"ל צריך אתה לעשות היכרא בדבר להודיע מעלתה של בינה הנקראת חלה שהיא נעלמת...
http://he.wikisource.org/wiki/ספר_הפליאה_-_ד"ה_וראה_והבן_חלק_י'_של_שמי
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 29, 2009 5:27 pm
דורך ווער בין איך?
פארוואס איך בין אנגעזעצט יעצט? ס'רעגנט דאך נישט.....
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 29, 2009 6:35 pm
דורך scy4851
אף על גב דאיהו לא חזי מזלי' חזי
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 08, 2009 3:23 pm
דורך האמבורגער
וויפיל ציינער האט א מענטש?
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 08, 2009 3:30 pm
דורך קרעמער
אמאל געהערט אז א איד האט 32 (כמנין ל"ב) און א גוי 33 (כמנין ג"ל של עצמות).
איך גלייב אז א דענטיסט וועט דאס נישט באשטעטיגן.
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 08, 2009 3:40 pm
דורך איך_הער
איך האנישט געהערט קיין חילוק פון א יוד מיט א גוט, אבער אז ס'איז דא 32 כמנין לב, האבעך געהערט פון מיין רבי, און דערפאר האטער געזאגט, אז מ'זאל נישט אריין בייסן אין א מאכל, ווייל ווען מ'בייסט ארייין, ווערט א כ', און צוזאמען איז 'כלב'.