בלאט 1 פון 3
האלאו! גיי ארבעטן!
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 25, 2012 11:45 am
דורך יענקל פאטאש
אזוי ווי מאנכע האבן זיך אפגערעדט אז זיי דארפען א דערמאנונג צוריק צו גיין ארבעטן א יעדער שטיק צייט האבן מיר געעפענט דעם אשכול האלאו! גיי ארבעט! (קרעדיט: קרעמער) אז ווען איר כאפט זיך אז איר האט זיך פארשפילט, זייט מזכה דאס רבים און זיכט אפיר דעם אשכול און מאכט דאס אקטיוו.
ייש"כ פאר אייער קאאפערציע

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 25, 2012 11:46 am
דורך שטארק זיך
יא, מיר גייען, יישר כח פאר די הזכרה.ש..
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 25, 2012 11:54 am
דורך בוידעם
אין אנדערע ווערטער מיינסטו צו זאגען, אז אפילו ווען מ'כאפט זיך אז מען דארף צירוק גיין ארבעטען, זאל מען אנטשטאט דעם ווידער אריינגיין אין א אשכול, גאנץ גוט....
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 25, 2012 12:40 pm
דורך בערטשע
הייסטעס אזוי, אנשטאט גיין ארבייטן העמיר עוסק זיין אין דערמאנען די קאלעגען אז עס ווארט אויף זיי אסאך ארבייט... גאנץ א גוטע געדאנק.
אבער געגאנגען, לאמיר שוין זיך נעמען ארבייטן,
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:04 pm
דורך יענקל פאטאש
ווענט זיך אויב דאס גייט אריין אין די גדר פון עוסק במצוה.
אגב עס איז דא א פיינעם שמועס (פאר בחורים אבער אויך גוט פאר אינגעלייט) וועגן חשובות הזמן און עצלות. מען קען עס דאונלודען בחנם דע וואך ביי
ובלכתך בדרך וועבזייטל
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:06 pm
דורך leiby
מ'קען בעטן די מנהלים צו סעטן אז איינמאל מ'גייט ארויס פון דעם אשכול ווערט מען ארויסגעסיינט..
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:08 pm
דורך שלומי אמוני ישראל
האלאו!!
יא דיר מיין איך
גיי ארבעט
גענוג פארברענגט
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:09 pm
דורך משה קארנפעלד
די מנהלים ארבייטן שוין ליידער, זיי זענען מער נישט פארהאן צו באקומען אויסער ווען טרי-או געט א רוק דעם קנעפל צו העכערן זיינע תגובות ביז 8000.
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:11 pm
דורך בערטשע
ס'ארבייט א מחי', א חבר מיינער שיקט מיר יעצט אריין א לינק, געבעך א קליק און כ'געפין מיך ביי די אשכול...
דאס איז פיינע נייעס.
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 25, 2012 2:35 pm
דורך יענקל פאטאש
שוין צוריק צום ארבעט
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 25, 2012 2:56 pm
דורך מומחה עצום
אוי גיימיר דא האבן ארבעט... יעדן צו שיקן צו די ארבעט...
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 25, 2012 2:59 pm
דורך קראק-פאט
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 25, 2012 3:04 pm
דורך חייקל
א מזל כ'האט נישט באמערקט פריער דעם אשכול, ווייל דאן וואלט מיין מספר תגובות געווען די האלב פון וויפיל ס'איז יעצט.
וואס ווועט יעצט זיין מיט'ן דערגרייכן צו חמשת אלפים, כ'האב מורא ס'העט מוזן געדויערן א לאאאאאאאאאנגע צייט.
אבער ווער ווייסט.
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 25, 2012 3:07 pm
דורך בלעקבערי פען
און וואס קען טאן איינער וואס האט נישט קיין ארבעט?
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 25, 2012 3:20 pm
דורך דזשעב 012
בלעקבערי פען האט געשריבן:און וואס קען טאן איינער וואס האט נישט קיין ארבעט?
זאגט מען אים ס'זעלבע: "האלאו, גיי ארבעט!"
א לחיים מסוגל לפרנסה
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 25, 2012 3:21 pm
דורך חייקל
בלעקבערי פען האט געשריבן:און וואס קען טאן איינער וואס האט נישט קיין ארבעט?
מאכט מען א לחיים!!
ווי דער הייליגער רבי ר' מאיר'ל מפרימישלאן זיעועכ"י, האט געזאגט: ווען אידן טרינקן "לחיים!" איז דאס א סגולה גדולה לפרנסה, ווייל ווען די צוויי "יוד"ן" צוגייען זיך פונים "לחיים" וואס פארבלייבט? די אותיות "לחם" - דאס איז פרנסה!
פון הייליגן רוזשינער זי"ע שטייט, א רמז אויפ'ן סגולה פון זיך וואונטשן לחיים אינעם פסוק [משלי א' כ"א] "יד ליד לא ינקה רע". דהיינו, ווען מען וואונטשט זיך איינער דעם צווייטן מיט'ן גיבן די האנט, וואס איז אויך א רמז אויף צוויי יודי"ן, דעמאלטס "לא ינקה רע, – קען דער רע נישט האבן קיין שום יניקה דערפון, און אזוי וועט נמשך ווערן אויף די אידן פרנסה בשפע רב.
אלזא, זעצט זיך אוועק, מאך א לחיים, זכותם יגן עלינו, און השי"ת זאל העלפן דיר און מיר און אלע אידן, מיט אסאך שפע, אמן סלה
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 25, 2012 5:41 pm
דורך שנאפס
די קעפל דארף זיין: האלאו! גיי ארבעטן!
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 25, 2012 5:57 pm
דורך verveist
יא איך גיי שוין אבער איך דארף נאר זען נאך איין זאך...
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 25, 2012 6:46 pm
דורך ווינקל
ס'איז שוין נאך די ארבעטס שעה'ן. אנטשולדיגט, פראבירט מארגן 9 אזייגער.
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 25, 2012 7:02 pm
דורך קרעמער
פארוואס אין פארברענגן?
ענדערש אין ביזנעס..
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 25, 2012 7:08 pm
דורך ווינקל
אדער אין ולאחיו יאמר ארבעט...
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 25, 2012 7:24 pm
דורך טייבעלע
האלאו! גיי עסען די רביצין ווארט שוין.
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 25, 2012 7:27 pm
דורך משנה מקום
leach block
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 25, 2012 8:50 pm
דורך שלומי אמוני ישראל
פאר גיי עסן דארף זיין א באזונדערע אשכול
אבער איך עס בשעת איך זיץ דא
סאו זיץ נישט נעבן מיר ווייל איך עס כשיטת לאזער לאנדא
פאר ווער עס האט נאכנישט געהערט זיין לעצטער ארטיקל
ווי געשמאק עס איז צו זיין א כאניאק
א בעסערע מענטש איז א גאנץ עסן פארנומען ער זאל נישט שמוציג ווערן/עסן ווי אמענטש
אבער א כאניאק כאפט די עסן מיט די הענט ווי לאנג דער אנדערער (יא סטרא אחרא ווייל ער גייט דאך זיכער געקנעפלט פון לינקס אויף רעכטס....ער איז דאך א בעסערע מענטש) עסט נאר פיש האלט איך שוין אינמיטן אויסטרינקען די טעלער (יא די טעלער...) קאמפאט
סאו זעץ זיך ערגעץ אנדערש
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 25, 2012 9:51 pm
דורך בערטשע
וואס??? יעצט גיין ארבייטן????? בשום אין אופן.
די אשכול דארף סוספענידט ווערן טעגליך נאך די ארבייטס שעות, עס ברענגט בלויז אומזינסטע שרעק פאר די קוקער...