גריסן און שמועסן
מאנטאג אפריל 23, 2012 8:10 pm
צייטליך האט געשריבען און א אנדער אשכול
דער אשכול ווערט פארשפארט פאר ווייטערדיגע תגיבות. - מיט א מעגליכקייט דאס צוריק צו עפענען - 37 בלעטער קייען שטרוי איז גענוג און נאך.
און יאך פארשטיי נישט וואס איז שלעכט מיט קייען שטרוי
(גראדע האט עס נאטירליכע געזונט בענעפיטען עיין ערך...)
Advertisement
מאנטאג אפריל 23, 2012 8:14 pm
דאס קייען קאן אמאל משפיע זיך אויפצופירן בהמ'יש
מאנטאג אפריל 23, 2012 8:56 pm
איך פארשטיי נישט פארוואס די לעבעדיגסטע אשכול פון איי וועלט האט געמוזט אפגעשפארט ווערן, איך זעה נישט פארוואס שפעקעלירן איבער א כינוס זאל זיין א גרעסערע שטרוי-קיי ווי די מאנטאג פרישטאג 3 אזייגער אשכולות,
דאס איז די איינציגסטע פלאץ ווי דער עולם האט געקענט טרעפן שמועות \ נייעס איבער די געפלאנטע פארזאמלונג,
מ'בעט דעם עולם צו סיינען די פאטיציע צוריק צו עפענען די שטאל.. כמיין אשכול
מאנטאג אפריל 23, 2012 9:07 pm
ווילאנג מען קייעט נאר שטרוי איז גוט, די פראבלעם הייבט זיך אן ווען מען טוט עס אראפשלינגען. מ'דארף קענען גוט שלינגען...
מאנטאג אפריל 23, 2012 9:21 pm
אויב העט מען דא צופיל מאלן וואסער וועט מען דאס אויך אפשפארן. וה"י.
יעצט זאל קיינער מיר נישט פרעגן וואס מאלן וואסער מיינט.
מאנטאג אפריל 23, 2012 9:23 pm
מאלן וואסער? כאטש מיט א שיינע פאנאראמע ארום?
מאנטאג אפריל 23, 2012 9:26 pm
פאנאראמע איז נאך $10 א בילד דערפון $35
מאנטאג אפריל 23, 2012 9:27 pm
זיי זאגען טאקע אז קייען שטרוי אן מאלן וואסער קען מאכן שטארק דורשטיג.
מאנטאג אפריל 23, 2012 9:28 pm
היינט איז זונטאג, נישט דאנערשטאג.
מאנטאג אפריל 23, 2012 9:37 pm
פארשפארט
מאנטאג אפריל 23, 2012 10:00 pm
קרעמער האט געשריבן:זיי זאגען טאקע אז קייען שטרוי אן מאלן וואסער קען מאכן שטארק דורשטיג.
און וואס טיצעך מיט קייען וואסער און מאלן שטרוי? דאס איז יא אקצעפטירבאר??
איין מינוט, איך לויף, שפאר נאך נישט... פליז
מאנטאג אפריל 23, 2012 10:10 pm
פארוואס מאכט מען נישט א אויבן פון פיטער, ס'וועט דאך צוגיין?
ער עפענט א אשכול, און פרעגט וואס איז שלעכט מיט קייען שטרוי, און דא, דער אשכול גופא, איז די בעסטע ענטפער!!
(קאנספירעסי:
די מנהל האט אים געשיקט, כדי מען זאל זעהן וואספארא פנים מען האט אז מען קייט שטרוי, אזוי זאל מען נישט האבן קיין טענות)
מאנטאג אפריל 23, 2012 10:16 pm
עס איז טאקע א שאד אז דער אשכול האט זיך פארמאכט דארט האב איך דער בעסטע מיט געהאלטן דער נושא פין דער כינוס כלל ישראל אין געקענט מיטיילן פאר די חברים אין אפס יעצט איז פארשפארט
חבל על דאבדין ...
מאנטאג אפריל 23, 2012 10:25 pm
דאכט זיך אז ס'איז די ערשטע מאל וואס איך דיסעגרי מיט אן אפמאך דא. אבער, כ'בין שטיל
מאנטאג אפריל 23, 2012 10:26 pm
סעים היער.
מאנטאג אפריל 23, 2012 10:29 pm
איך האף אויך אז דער אשכול וועט צוריק געפנט ווערן, אבער אז יעדער איז שטיל וועל איך אויך זיין שטיל.
מאנטאג אפריל 23, 2012 10:35 pm
אפשר זאל מען דא ממשיך זיין דער נושא פין דער כינוס כלל ישראל אזוי וועט מען ווייטער קענען מיט האלטן דער ווייטערע אטוויקלען ...
איז דער נישט א גוטע עצה....
מאנטאג אפריל 23, 2012 11:18 pm
כ'פארשטיי נישט פארוואס מ'קען נישט עפענען א אפציעלע אשכול פאר "אייער מיינונג איבער דעם כינוס", ווילאנג מען רעדט נישט וואס מען טאר נישט?
דינסטאג אפריל 24, 2012 12:02 am
וואו איך פארשטיי איז דארט געווען צופיל אפפאל פון די שטרוי וואס מען האט די גאנצע צייט געברויכט שטיין און קערן ביז מען האט געמוזט לייגן דעם שלאס...
דינסטאג אפריל 24, 2012 3:58 am
ווינקל האט געשריבן:וואו איך פארשטיי איז דארט געווען צופיל אפפאל פון די שטרוי וואס מען האט די גאנצע צייט געברויכט שטיין און קערן ביז מען האט געמוזט לייגן דעם שלאס...
יעצט האסטו גוט געזאגט.............ווייל אויב סתם קייען שטרוי דארף מען אפשר פארמאכען די אשכול פון פרעזעדנליכע 2012 וכו...
דינסטאג אפריל 24, 2012 6:00 am
מומחה עצום האט געשריבן:ווילאנג מען קייעט נאר שטרוי איז גוט, די פראבלעם הייבט זיך אן ווען מען טוט עס אראפשלינגען. מ'דארף קענען גוט שלינגען...
א כשר׳ע חיה דארף קודם מעלה גרא זיין עטליכע מאל ביז׳ן אראפשלינגען...
דינסטאג אפריל 24, 2012 7:11 am
געלעגער האט געשריבן:דאכט זיך אז ס'איז די ערשטע מאל וואס איך דיסעגרי מיט אן אפמאך דא. אבער, כ'בין שטיל
היכא דמי ש ט י ל...
דינסטאג אפריל 24, 2012 7:23 am
קייען שטרוי בלע"ז מיינט אז אויף בלאט 5 שרייבט ניק פלוני פארוואס יעדער אן אויסנאם מוז גיין, דערנאך קומט ניק אלמוני און זאגט פארוואס געוויסע ווילן נישט גיין, קומט ניק פלוני צוריק און ווענדט אפ יענע סברות, אויף וואס ניק אלמוני ענטפערט אפ, וחוזר חלילה. גייט מען צו בלאט 6 און אודך, ווידער אמאל די זעלבע זאך, און אזוי אויך אויף בלאט 7-8-9-10-11-12-13-14-15, און דאס איז נאר א פערטל צרה ווייל אויף בלאט 16-17-18-19-20 וכו'וכו' וכו' עעעעעדדדד ממחרת... כ'מיין בלאט 37 קומט פאר גענוי דאס.
איי, ווי וועט מען וויסן נייעס און אפדעיטס פונעם כינוס, הו"א'ס און מסקנות?
איז אזוי, קודם כל אזוי ווי ס'געוווען, האט מען צווישן די אלע געטענה'רייען קוים באמערקט די נייעס.
צווייטנס,
צייטליך האט געשריבן: אויב וועט זיין ספעציעלע נייעס וועלעכע זענען ווערט געמאלדן צו ווערן, קען מען עס אריינשיקן צו די מנהלים און מ'וועט עס אי"ה מעלדן דא
דריטנס, איך וואלט פארגעשלאגען א פרישע אשכול "בלויז" פאר נייעסער און אפדעיטס איבערן כינוס, אנע פארוואס און פארווען.
יעדע טענה'עריי, זאל אויסגעמעקט ווערן תיכף ומיד. אדער פאר די קלוגערע, עס זאל בכלל נישט געשריבן ווערן.
דינסטאג אפריל 24, 2012 7:43 am
אולי האט מען געדארפט טיילען דעם אשכול בעוד מועד
און אריינלייגען און פארברענגען א חלק דערפון
און פאר צייטליךהאב איך אלס מורא געהאט עיין ערכין י"ט ע"א
דינסטאג אפריל 24, 2012 7:44 am
איז עפעס שלעכט געווען מיט די שמועס וויאזוי עס איז געפארן? זייט ווען איז א פראבלעם אין קרעטשמע איבערצוזאגן א זאך הונדערטער מאל? למעשה האט מען שיין געשמועסט, קיינער האט זיך נישט צופליקט און צוריסן. די פאר אומריכטיגע ווערטער האט מען פארמעקט, און שוין.