בלאט 2 פון 2

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 31, 2015 8:59 pm
דורך פליגל
פאריאר האב'ך אויסגעלאזט? פאני.. כ'אב טאקע ס'ערשטע מאל דאן בודק חמץ געווען טרם שיכלו הרגלים מן השוק.. זעט אויס אז כ'אב יא געהאט א גוי'טע..

ני שוין, דאס יאר האב'ך געהאט מיין שלי'מזל'ות אויף א לפנים משורת הדין'עדיגע פארנעם..איין שיקסע האט זעט אויס געטראפן א בעסער פלאץ, די איבריגע זענען סתם אזוי פראסט און פשוט נישט אנגעקומען, פיינעלי האמיר געטראפן איינע וואס האט פארשפראכען צוריק צו קומען האט אבער איר ביז היצטיגע בעה"ב'טע געטראפן מיין נומער און געקלינגען מיין ב"ב אז מקח טעות; די שיקסע איז מיינע און זוכט אייך א צוויטס.. ני שוין.

כי גר היית בארץ מצרים.. האב'ך געוואוסט ואס עס שפירט זיך ווען מ'נעמט אוועק די געהילף האט מיין ב"ב בסבר פנים יפות עס אויפגעגיבן (כאילו כ'אב א צווייטער ברירה געהאט).. און היינט האב'ך ביי די ארבייט געוואוסט מיט א רואיגע געמיט אז אט אט ווערט פסח'יג אין מיין הויז..

אזוי האב'ך געמיינט..
היצט ביי נאכטמאל ווער'ך געוואויר אז די היינטיגע איז קיינמאל אין חלום נישט געווען אין פלאן צי ערייווען... די עידזשענסי האט פארשפראכען א צווייטס...

זאל'ך זיי געטרויען?

גענוג געווען!

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 31, 2015 9:26 pm
דורך בעמבא
אויך אונז האט שוין די רוימערקע אויסגעשפילט עטליכע מאל דעם יאר!

זיי זענען בבל יראה ובל ימצא!

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 31, 2015 9:29 pm
דורך פליגל
מיין ב"ב זאגט מיר אז ס'שוין ס'ניינטע מאל דעם סיעזען וואס דע גוי'טע איז נישט אנגעקומען...

2 מאל יא..