גריסן און שמועסן
פרייטאג יולי 28, 2006 12:40 pm
איך קען נאך נישט צו זיך קומען , איך בין אוועק נעכטן פון קרעטשמע אנפאנג נאכט , אזוי ווי געווענטליך , אמאל אמאל קום איך צוריק שפעטער צו זען , אויב אלעס איז קער גענומען , אלעס קלאפט און אפשר איז איינער דא און זוכט מיר , נעכטן בין איך גראדע נישט געווען דא נאכאמאל , ווען איך האב אבער היינט געדריקט דעם " הצג הודעות מאז הביקור האחרון " איז מיר אזוי רויט געווארן פאר די אויגן , אזש אז ס'האט מיר ממש אנגעהויבן שווינדלען , איך האב נאך אזאנסט נישט געהאט זייט די קרעטשמע שטייט , ס'איז ארויס געקומען אזויפיל ווי 29 פלעצער וואס שטימט מיט מיין אויבנדערמאנטע בקשה , ס'האט גענומען כמעט א שעה עס אדורעך צו קוקן , ווען איך בין שוין ענדליך פארטיג געווארן , האב איך געטראפן א פרישע פינעף אדער זעקס רויטע גלעקלעך , איך בין געווען אזוי איבערראשט אז איך האב געפילט פאר וויכטיג צו עפענען אט די דאזיגע אשכול , ארויס צו געבן מיינע געפילן , וואס א ליל שישי קען אלץ אהער שטעלן ,
Advertisement
פרייטאג יולי 28, 2006 12:47 pm
יא יא, ביי מיר איז ארויסגעקומען "30" פלעצער!!...
פרייטאג יולי 28, 2006 1:49 pm
ביי מיר גייט דאס נישט פער פלעצער, איך גיי אריין אין קרעטשמע, כ'זעה וועכעס טישל סיהאט פרישע מאשקע כאפ איך א טרונק איז עס גוט, זאג איך לחיים, אז נישט נישט, כ'מאך נישט קיין צפה מיעט מיר נאך חושד זיין אין צונעמן דאס פייגל
מאנטאג יוני 16, 2008 4:59 pm
כ'ווייס נישט וואס זיי רעדן, געב נאר א קוק ווי דער עולם שרייט 80, 90, 100 וכו', קעניינעהארע, באכאשעם.
מאנטאג יוני 16, 2008 5:53 pm
געווען אמאל גוטע צייטן
מאנטאג יוני 16, 2008 6:28 pm
אל תאמר שהימים הראשונים היו טובים מאלה כי לא מחכמה וגו'
מאנטאג יוני 16, 2008 8:28 pm
זע'עך פאשטייסטע נישט, אמאל געווען גוט, אבער היינט איז בעסער, נישטאזוי?
מאנטאג יוני 16, 2008 8:36 pm
טהור, א מעכטיגע תירוץ
מאנטאג יוני 16, 2008 11:36 pm
טהור, יוי דערמאנסטו אלטע צייטן, ווען ניין און צוואנציג איז געווען אסאך, און אכט און דרייסיג משתמשים רשומים איז געווען אן ערענסטע נאמבער, און נאך קרעטשמע, האט מען נאך געהאט צייט אין די זייט פאר פארט טיים, אבער היינט?
כ'האלט שוין יעצט באלד ביי צוויי שעה, און כ'האלט קוים ביי האלב פון פרישע 99, אזוי ווי איך גיי טאקע באלד שרייבן אינעם אשכול צוגעשטעלט דערפאר.
דינסטאג יוני 17, 2008 12:02 am
יאכער, כ'בלינק דיר מיט די אויגן