בלאט 58 פון 61

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 02, 2014 12:36 pm
דורך אין וועלט אריין
פיין פיין

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 02, 2014 3:56 pm
דורך סאכדעס
טייבעלע האט געשריבן:
טייבעלע האט געשריבן:ד-א=נ-ע-ר=ש=טא"ג.

ביאור:

ד-א איז דער ערשטער אות פונעם שם קדו' עיין בספה"ק הקרניים ע"פ דן ידין מאמר ד' אות ג' הביאור לזה, ובקיצור, ער זאגט דארט אז לכאו' דארף דער שם זיין געשריבן כסדר ה'אב, און פארוואס איז דער יו"ד דער ערשטער, איז ער מסביר אז עס גייט יא כסדרן, ווייל, א+ב+ג+ד = י, וא"כ נמצא דאות הא' של השם הקדו' ד'.

נ-ע, דער צווייטער אות פונעם שם קדו' איז דאך דער אות ה' וואס איז בינה, די נ' שערי בינה, ושם נמתקים הדינים בשרשם, דאס איז ע' כמנין סוד, וכמנין יין, ווייל עס איז דא יין המשכר וואס איז מרמז אויף דינים, און ווען עס ווערט נמתק איז דאס יין המשמ"ח, יין שדעת זקנים נוחה הימנה, מען איז מעלה אלעס לבחינת סוד בינה.

ר=ש מען איז ממשיך און מען איז ממתיק די דינים וואס איז מרומז באות ר וואס איז גי' דער שם אלוקי' בריבוע (חשבון בריבוע מיינט, למשל דער ווארט איז דרך, טוהט מען רעכענען: ד דר דרך, מיט יעדער אות גייט מען צוריק לתחילת התיבה וכך חוזר חלילה), ש' איז עולה כמנין שם אלוקי' מלא יו"ד (מלא יו"ד מיינט, מען קען שרייבן דער אות ה' דריי אופנים, ה-א, ה-ה, ה-י, ווען מען זאגט מלא יו"ד מיינט אות ה' במילוי י').

טא"ג איז עולה אחד דאס אלעס ווערט געטוהן מיט התגלות יחודו ואחדותו ית"ש, כי מלאה הארץ דעה את ד', די י"ג מדות הרחמים וועט נמשך ווערן, זה היום קיווינו לו ויושיענו.


פלאי פלאים

טייבעלע האט געשריבן:יום היי


שיין שיין

טייבעלע האט געשריבן:ה-יום.

סרס המקרא ודרשהו.


געוואלדיג.

טייבעלע האט געשריבן:אז מען פאדערט וועט מען בסייעתא דשמיא ערקלערן.

מיר ווייסן פון דברי רבנו הקדוש האר"י ז"ל אז שובבים איז דא גרויסע תיקונים פון העלאת הניצוצין, און דערוועגן זאגט ער אז מען פאסט אין דיזע טעג, און די תעניתים ברענגן גרויסע תיקונים פאר דער מענטש בכלל ובפרט.

היינט אבער אז עס איז ראש חודש, טאר מען דאך נישט ע"פ הלכה פאסטן, ממילא קומט אויס אפי' די דערהויבענע וואס פאסטן יא אין די טעג און ברענגן תיקונים דורך די צומות, זיי פאסטן אויך נישט ווייל ע"פ הלכה טאר מען נישט, און אז ע"פ הלכה טאר מען נישט דאן איז דאך דער בו"ע משלים די תעניתים ע"י וואס מען טוהט האלטן זיינע הלכות, לק-ל גומר עלי, דער בוית"ש ערפילט דאס.

קומט אויס אז די תיקונים וואס ווערט דורך די צומות קומן ממילא, און נישט נאר פאר יענע וואס פאסטן, נאר דאס קומט פאר גאנץ כלל ישראל, און דאס איז א גרויסע לעכטיגקייט און שמחה אין אלע וועלטן, דער בו"ע טוהט מתקן זיין.

ש'נשמע ב'שורות ט'ובות.

גוט צו הערן.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 02, 2014 4:07 pm
דורך טייבעלע
אזא טירחא, צוריק גיין ליינען די אלע תגובות.

א דאנק

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 02, 2014 7:01 pm
דורך סאכדעס
אזעלכע טירחות מיט אזעלכע תגובות ווינטשעך זיך תמיד.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 09, 2014 8:26 am
דורך אין וועלט אריין
ברענגטס עטוואס צום ליינען, ביטע - מיט דאנק פון פאראויס

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 09, 2014 8:32 am
דורך טייבעלע
יום חמישי בשבת.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 09, 2014 1:43 pm
דורך msp
געווען דאנערשטיק

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 09, 2014 1:49 pm
דורך מאנ-יימער
נאך אלס

הער מנחם שלום, האט איר געזעהן די נייע ציין בערשטעל אינעם אשכול CES 2014?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 09, 2014 1:57 pm
דורך msp
ניין
גיב מיר א לינק ביטע

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 09, 2014 1:58 pm
דורך מאנ-יימער
msp האט געשריבן:ניין
גיב מיר א לינק ביטע

viewtopic.php?p=789255#p789255

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 09, 2014 2:00 pm
דורך msp
וואו
א סגולה אויף פרנסה....

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 09, 2014 2:47 pm
דורך אין וועלט אריין
געהערט א אפשאצונג פון א גוטן צינגל וויאזוי דער פארגעשריטענע וועלט וועט אויסקוקען אין אפאר יאר.
צווישן די זאכען האט ער אראפגעלייגט, ס'וועט זיין א טשיפ אין דעם מענטש וואס מען וועט אריינבויען אין האספיטאל ביים געבורט ערגעץ וואו אין די פוס צו וואו. און דאס וועט האלטן דיין מעדיקל רעקארד. אויף איינמאל באקומסטו א אי-מעיל, טוויטער, וכו' וכו' "יא העוו א סטרעפט פליז טעיק יאר מעדיקעישאן וויטש וויל ערייוו אין א פיא מיניטס פראם דע פארמ.""
דעם נעקסטן טאג - "עי דער, פליז וואטש וואט יא איט, יאר שאגער איז א ליטעל היי"
כ'זע ס'הייבט אן פארווירקליכט ווערן

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 10, 2014 4:18 am
דורך msp
דאס איז פחדים....
א כשר'ע טשיפ וועט זאגען העי דערוואג דיר נישט דאס צו טוהן ווייל סאיז אנעבירה

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 10, 2014 6:43 am
דורך אין וועלט אריין
דערמאנט פון "דאקטער מידאוס"

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 16, 2014 2:45 pm
דורך טייבעלע
דאנערשטאג חמשה עשר בשבט.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 16, 2014 2:46 pm
דורך msp
הו"דאות להקב"ה

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 23, 2014 9:22 am
דורך טייבעלע
דאנערשטאג היינט.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 23, 2014 2:36 pm
דורך msp
נישט מער

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 30, 2014 8:43 am
דורך טייבעלע
דאנערשטאג.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 30, 2014 10:24 am
דורך נישט אלעס איז אמת
יום ה' ער"ח אדר א'
למספרם ינואר 30, 2014
א היסטערי ינואר מיט אדר קומען זיך צוזאם

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 06, 2014 8:27 am
דורך טייבעלע
דאנערשטאג פ' תצוה.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 06, 2014 10:30 am
דורך נישט אלעס איז אמת
לעצטע דאנערשטאג פון שובבים תת תשעד

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 06, 2014 1:24 pm
דורך אין וועלט אריין
עולם כאפטס טאקע אריין

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 06, 2014 2:27 pm
דורך msp
תשובה איז נישט קיין מצות עשה שהזמן גרמא.....

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 06, 2014 2:31 pm
דורך אין וועלט אריין
אוי וויי גערעכט