גריסן און שמועסן
דאנערשטאג יולי 12, 2007 9:54 am
מיט ברייטע ארעמעס ב"ה, א שעה פריער ווי געווענליך.
Advertisement
דאנערשטאג יולי 12, 2007 9:59 am
אנשטאט עלעווע, צענע ??
דאנערשטאג יולי 12, 2007 10:02 am
גוט געפרעגט. אבער ניין: די השכמה איז געווען 7:30 אנשטאט 8:30
דאנערשטאג יולי 12, 2007 10:04 am
און דאס איז אלעס צום פארדאנקען דאס וואס ער האט זיך נעכטן געלייגט מיט דריי שעה פריער...
(ווער ס'ווייסט, ווייסט).
דאנערשטאג יולי 12, 2007 12:26 pm
כ'ווארט די שמועס זאל פארן אויף אזעלכע רעלסן, איך זאל האבן וואס אריין צו רעדן.
דאנערשטאג יולי 12, 2007 12:30 pm
איך פארשטיי נישט די לעצטע צוויי תגובות, סי גארנישט, כקען גיין ווייטער.
דאנערשטאג יולי 12, 2007 12:49 pm
עפעס רירט זיך, איזאק וואס פארשטייסטו נישט אין מיין תגובה, אדער קען זיין אז דו האסט עס נאכנישט געזען.
דאנערשטאג יולי 12, 2007 8:09 pm
מאשקע;
ווארשיינליך.
פאר די אלע וואס פארשטייען נישט: איך האב זיך נעכטן געלייגט עטוואס פריער ווי געווענליך, פשוט צו האבן כח פארן היינטיגן אווענט... לייל שישי!
דאנערשטאג יולי 19, 2007 2:27 pm
און וואס האסטו געטון נעכטן קרעמער ?
דאנערשטאג יולי 19, 2007 3:48 pm
איייגענטליך, וואס גייט דיך אן?
דאנערשטאג יולי 19, 2007 3:50 pm
וואגייטעכאן?
דאנערשטאג יולי 19, 2007 7:17 pm
איזאק האט געשריבן:און וואס האסטו געטון נעכטן קרעמער ?
אויפגעשטאנען.
גע'מקוה'ט.
געהאט א קאווע.
געלערנט.
גע'הכנות'ט.
געדאווענט.
געגעסן.
געארבעט.
געגעסן.
געלערנט.
געגעסן.
גע'מנחה'ט.
געלערנט.
גע'מעריב'ט.
געקרעטשמעט.
און דו?
דאנערשטאג יולי 19, 2007 8:06 pm
חחחחח אויב איף מעג אריינרעדען, איך האלט עס נאך אימיטען.
דאנערשטאג יולי 19, 2007 8:22 pm
קרעמער, ווילסט מיר איינרעדן אז דו האסט נישט געקרעטשמעט ביז נאך מעריב?
דאנערשטאג יולי 19, 2007 9:01 pm
און מיינסט טאקע אז איך האב בלויז דריי מאל געגעסן?
דאנערשטאג אוקטובר 18, 2007 8:19 pm
עטץ זעהטס וואס איזאק האט דא אנגעווערטשאפט? (איך האף אז ער שליקערטץ יעצט.) שוין באלד דריי חדשים, וואס מ'רירט דא נישט צו, איך האלט נאך פאר מעריב, סאו, סאיז ביי מיר נאך אביסל דאנערשטאג, און אן איבער טראכטן צוויי, גיי איך עס טוהן, פארפאלן, איך קען מיך נישט איינהאלטן, איך גיי געבן א קליינעם דריק, אבער אויפן ריכטיגן פלאץ, און ס'גייט ארויף שווימען פונעם תהום אויפן צווייטן פעידזש, ביז די כוואליעס אויפן ערשטן פעידזש. שלח.
דאנערשטאג אוקטובר 18, 2007 10:05 pm
או הא, א נקמה אין ... נו אבי פיר אויס.
שערקויעך יאכער...
דאנערשטאג אוקטובר 18, 2007 10:17 pm
יישר כח איך-הער פארן גיין דעם איבריגן טריט לכבוד בית קרעטשמע, טראץ די רדיפות און שיקאנען פונעם צד שכנגד...
פרייטאג אוקטובר 19, 2007 10:26 am
איך_הער האט געשריבן:עטץ זעהטס וואס איזאק האט דא אנגעווערטשאפט? (איך האף אז ער שליקערטץ יעצט.) שוין באלד דריי חדשים, וואס מ'רירט דא נישט צו, איך האלט נאך פאר מעריב, סאו, סאיז ביי מיר נאך אביסל דאנערשטאג, און אן איבער טראכטן צוויי, גיי איך עס טוהן, פארפאלן, איך קען מיך נישט איינהאלטן, איך גיי געבן א קליינעם דריק, אבער אויפן ריכטיגן פלאץ, און ס'גייט ארויף שווימען פונעם תהום אויפן צווייטן פעידזש, ביז די כוואליעס אויפן ערשטן פעידזש. שלח.
יא איכער, 8:19 pm פוקנטליך בין איך געווען איבערגעבויגן איבערן וואנע באדענדיג מיין קליינעם
וואס איז געווען שטאנד פעסט מיך אפצובאדן פון קאפ ביז פוס מיט זיינע פלאטשקערייען.
כקען מיך נישט דערמאנען צו כאב פונקט דעמאלטס געשליקערצט.
זונטאג אוקטובר 21, 2007 12:40 am
אכט ניינצן, האסטו געבאדן, וואס האסטו אבער געטוהן ניין ניינצן, ווען איך האב געשריבן די תגובה? (דיין זייגער איז נישט גוט אנגעשטעלט. קענסט עס שוין לאזן אזוי, ס'גייט זיך שוין סייווי טוישן אינעם נאנטן ציקונפט.)
זונטאג אוקטובר 21, 2007 12:46 am
איך הער
וואס אידאס ארויף ברענגען א דאנערשטיג אשכול מוצש"ק
זונטאג אוקטובר 21, 2007 1:49 am
ולאקשן הטוב יכפר.
זונטאג אוקטובר 21, 2007 8:48 am
אופס, איכער מען האט דיך דא געשטעלט אין קארנער,
א פשט ביטע,
זונטאג אוקטובר 21, 2007 10:18 am
דו שטעלסט מיך אין קארנער, און איך דארף זאגן פשט?
מיטוואך אוקטובר 31, 2007 10:57 pm
רבותי ס'איז שוין די ליכטיגקייט צו די טאג דאנערשטאג.......