גריסן און שמועסן
דאנערשטאג מרץ 29, 2007 10:58 am
אלעס האט זיך אנגעהויבן ווען
סאכדעס האט געוואלט גריסען דעם עולם, א גוט שבתהאט ער כידוע געפענט אן אשכול דערפאר, דערנאך איז
מאשקע אריינגעקומען אין בילד,, אין געפענט אן אשכול, פאר ליל שישי , בשעתו - ווען מאשקע האט געעפענט די ליל שישי אשכול, האט ער געהאט גרויסע פלענער אז ער גייט דורוך דעם ליל שיש אשכול, טיילען פאר יעדעם א טעלער טשולענט, עד היום הזה האב איך נאך קיין טשולענט נישט געזען דערפון. אדרבה, אויב איינער האט באקומען זאל ער מיר דאס מעלדן.
תיכף דערנאך, איז געקומען קרעמער אין
מגלה געווען דברין פלאים, אז די זונטאג טאג פארלאנגט עפעס כאטש אז עד היום הזה האט נאך קיינמאל נישט מגלה געווען, פין ער ווייסט פין יענע די"ת צי זאגען, עכ"ז האט אים דער עולם געגלייבט, אין די זינטאג אשכול איז אריין אין קראפט,
דערנאך האט מאשקע געוואלט ווייזן
לומדות אין בקיאת -קל וחומר, קפדניות- הואיל, און ער האט געפענט א מאנטאג אשכול
באני רעבעט האט יא געהאט די קאפ אויפן פלאטץ {אויף זיין אקסעל} אין פארשטאנען אז
דינסטאג יום שנכפל כי טוב, ברויך זיין א אשכול ער איז זיכער גערעכט אין תבוא עליו ברכה, אבער לאכטס נישט
גייטס אריין דא, ליינטס די לעצטע צוויי שורות פין זיין תגובה איןזעטץ מיט די אייגענע אויגן וואס פאר א
גראבע מיסטעק ער האט געמאכט, ער איז נישט שולדיג, ווייל עס איז באמת א שווערע חשבון, ודו"ק
מיטוואך האט יעדער פארשטאנען אז אנדערש קען עס נישט זיין אין עס פארלאנג זיך א עקסטערע אשכול
דא איז יעצט געווארן א פראבלעם, וואס וועט זיין מיט
דאנערשטאג?? וועט ער נישט האבן קיין אשכול?
יעדע טאג וועט האבן, אין דאנערשטאג נישט??? עס איז איז דאך א גמרא,
לעולם אל ישנה !! כדי שלא לבייש מי שאין לו!!! וואס וועט דער עולם טיען אין קערטשמע דאנארשטאג??
נמנו וגמרו, אז מען עפענט א אשכול פאר דאנערשטג {באמת האט דאנערשטאג זייער אסאך מעלות פאר זיך, אבער מפני קוצר הזמן-טרדות החג, וועל איך עס שוין שרייבען א צווייט מאל אי"ה}
שרייטס אלע, די דאנארשטאג אשכול ער גייט, ער גייט, ער גייט {בנוסח הידוע, פין מצווה טאנץ}
לעצט פאראכטן דורך Anonymous אום דאנערשטאג מרץ 29, 2007 12:14 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
Advertisement
דאנערשטאג מרץ 29, 2007 11:29 am
שמערל יו דיד איט, שיין, גוט, איך מיין אז מ'גייט מאכן אן אשכול פאר יעדן טאג אין חודש.
דאנערשטאג מרץ 29, 2007 11:34 am
זייער שיין,
איך ציטער נאר, עהה איך ציטער נישט, איך טראכט נאר, אז יעדע טאג פון די וואך האט שוין א אשכול, וועלן אנהייבן די טעג פונעם חודש באקומען אשכולות.
איך בעט אייך, נאר נישט דאס
דאנערשטאג מרץ 29, 2007 11:41 am
יגר, מאך זיך כאטש וואוסנדיג פון מיין תגובה, איינס פאר דיר, איך האב שוין דארט גערעדט פון די איידיע.
דאנערשטאג מרץ 29, 2007 11:43 am
שמערל;
גוט איז נישט דאס ווארט.
אבער איך האב געמיינט אז דו ביסט א גרינער, פלוצלינג קומסטו דא ווי א זקן ורגיל, און לינקט מיר אשכולות רעכטס און לינקס כאילו צו זאגן גר ותושב אנכי עמכם.
דאנערשטאג מרץ 29, 2007 11:51 am
סארי, סעקרעטאר, איך האב עס נישט באמערקט פאר'ן טייפן.
אבער אויב ס'איז שוין אזוי, דארף מען בעטן פון די מנהלים זאלן דאס אפשטעלן צייטליך.
דאנערשטאג מרץ 29, 2007 11:56 am
יגרסהדותא האט געשריבן:
אבער אויב ס'איז שוין אזוי, דארף מען בעטן פון די מנהלים זאלן דאס אפשטעלן צייטליך.
וואס אהרט דיר? אה?
דאנערשטאג מרץ 29, 2007 12:01 pm
פארוואס אפשטעלן צייטליך? ער איז א געהעריגער מעמעבער.
בכל אופן שמערלע דו ביסט ריזיגער פון ריזיג. די געניאלע פייבאלן, א רוח גייט ארויף.
קיפ איט אפ.
אנעקסטערע שערקויעך פאר'ן אנהויבן מיט מיר. ובזה תטול שכרך............. ....... ....... .......
דאנערשטאג מרץ 29, 2007 12:05 pm
רבותי געטס אכטונג, סאכדעס האט זיך ארויף געזעצט אויפן עולם, און ער האט זיך דערלערנט דאס זיך שטעלן אויף יעדעס ווארט.
יו נאו וואט? געטס נישט אכטונג, אזוי האט ער כאטש וואס צו שרייבן, איך האב אים אויך דא עפעס צו געשטעלט, סאכדעס גאו עהעד.
דאנערשטאג מרץ 29, 2007 12:08 pm
זאג מיר נאר וויאזוי אכטונג קוקט אויס, און כעל שוין טיילן דעם ציבור.
דאנערשטאג מרץ 29, 2007 12:10 pm
ברוכים תיהו
דרך אגב, איך האב יעצט באמעקרט אז די קעפעל פין די אשכול האט עפעס א טעות
דאנערשטאג ספעלט מען, אדער- דאנערשטאג נישט דאנארשטאג
קען מען פאררעכטן א קעפעל פין א אשכול??
ס'שיינט געזאגט אזא וויכטיגע אשכול זאל בלייבען מיט אזא גראבע מיסטע???!!! שמערל וועט נאך פארשעמט ווערן!!
דאנערשטאג מרץ 29, 2007 12:10 pm
כעל עס פארעכטן אבער שוין.
דאנערשטאג מרץ 29, 2007 12:13 pm
שמערל האט געשריבן:ברוכים תיהו
דרך אגב, איך האב יעצט באמעקרט אז די קעפעל פין די אשכול האט עפעס א טעות
דאנערשטאג ספעלט מען, אדער- דאנערשטאג נישט דאנארשטאג
קען מען פאררעכטן א קעפעל פין א אשכול??
ס'שיינט געזאגט אזא וויכטיגע אשכול זאל בלייבען מיט אזא גראבע מיסטע???!!! שמערל וועט נאך פארשעמט ווערן!!
יא מען קען, גיי צו ערוך ביי די ערשטע תגובה, און פארעכט עס.
אז איך טייפ שוין יא, חחח פאר די אשכול, עס איז א גוטס.
דאנערשטאג מרץ 29, 2007 1:12 pm
אוי, כ'האב נישט געמיינט די פראבלעם פון "שמערל"! שמערל איז אייזן געגאסן גוט. דער פראבלעם וועט אויסקומען אזוי:
די ל' ליום החודש, וועט מען קוים קענען שרייבן, אפשר איין מאל אין צוויי חדשים, און דאס אויך נישט אלעמאל.
ובכלל, אינעם פריערדמאנטן טאג, וועט מען שרייבן אינעם ל' אשכול אדער אין "ר"ח אשכול", הא?
וואס יא, ס'איז מיר איינגעפאלן א פלאן, און לאמיר הערן וואס שמערל וועט זאגן דערויף.
HOW ABOUT א "שעה אשכול"?
דער "צענער אשכול", "צוועלעווער אשכול", קענא וועט שרייבן אינעם "צוויי און צוואנציגסטן אשכול" אויב ס'גייט מיטן 24 שעה'דיגן זייער.
דאנערשטאג מרץ 29, 2007 1:17 pm
שמערל, זיער גוט און קליג האסטע געטוען, אה, און פאר כ'פארגעס, זייער גוט אראפגעלייגט.
יגר, א גוטער פייבאל, קענסט שוין אנהייבן,
און אז איך רעדט שוין צו דיר יגר, וואס איז געווען ס'פשט אז די האסט געוואלט אפשטעלן צייטליך, כ'מיין וואס איז זיין פראבלעם ?
דאנערשטאג מרץ 29, 2007 1:54 pm
שמערל, יישר כח.
דאנערשטאג מרץ 29, 2007 2:36 pm
סאכדעס האט געשריבן:זאג מיר נאר וויאזוי אכטונג קוקט אויס, און כעל שוין טיילן דעם ציבור.
גוט גוט, איך האב גראדע געטראכט פון אן אנדערע זאך וואס דו גייסט נעמען אויפן צימבל, אבער ווי געשריבן איז דאס אויך גוט.
דאנערשטאג מרץ 29, 2007 2:37 pm
צייטליך האט געשריבן:און אז איך רעדט שוין צו דיר יגר, וואס איז געווען ס'פשט אז די האסט געוואלט אפשטעלן צייטליך, כ'מיין וואס איז זיין פראבלעם ?
קען זיין אז ער האט נישט וואס צו ענטפערן דערויף, ווייל סאכדעס האט עס אים שוין געפרעגט, און ער האט נישט געענטפערט.
דאנערשטאג מרץ 29, 2007 6:39 pm
שמערל;
דיין טשעק ליגט שוין אין די פאסט. ס'וועט נעמען צווישן 7 און 10 ביזנעס טעג אז ס'זאל אנקומען צו דיר.
דאנערשטאג מרץ 29, 2007 11:36 pm
מאשקע האט געשריבן:שמערל;
דיין טשעק ליגט שוין אין די פאסט. ס'וועט נעמען צווישן 7 און 10 ביזנעס טעג אז ס'זאל אנקומען צו דיר.
מאשקע, פון ווי ווייסטו ווי זיין טשעק ליגט? און פארוואס שעלטסטו אים אז ס'זאל אים צוריק קומען, און נאך אזוי שנעל, ער וועט זיך קוים קענען כאפן דעם אטעם?
דאנערשטאג מרץ 29, 2007 11:37 pm
מאשקע זאג נאר, ווער האט דיר ארויסגעגבען די סודות פון חיידער.?
דאנערשטאג מרץ 29, 2007 11:39 pm
איך_הער האט געשריבן:מאשקע, פון ווי ווייסטו ווי זיין טשעק ליגט? און פארוואס שעלטסטו אים אז ס'זאל אים צוריק קומען, און נאך אזוי שנעל, ער וועט זיך קוים קענען כאפן דעם אטעם?
פיר אויס: מאשקע לעבן, איך האב דיך געפרעגט פיר קשיות, זיי מוחל און פלאחק איין.
דאנערשטאג מרץ 29, 2007 11:42 pm
מאשקע, גוט, ס'האט געקאסט אן אויספלאץ, זיי מוחל און באצאל.
דאנערשטאג מרץ 29, 2007 11:43 pm
איך וועל ענדערש האבן קרעדיט ביי דיר. לייג עס ארויף אויף מיין אקאונט פליז. שכוח.
דאנערשטאג מרץ 29, 2007 11:44 pm
ס'נאמבער פליז.
אה, איך געדענק שוין. ניין ניין ניין יא יא ניין ניין.