בלאט 1 פון 1
מעכטיגע פארשלאג פאר די וומסב"ג בארא פארק באס
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 22, 2012 8:58 pm
דורך טוויט_ראביי
מיין הארץ בלוטיגט מיר יעדעס מאל איך זעה מענטשן פון אלע שיכטן און קרייזן, דארע גראבע, אינגע אלטע, וויליאמסבורגע בארא פארקע, יעדער לויפט נאך דעם בלוי רויטע וואקעלדיגע באס וואס שיסט ארויס געדעכטע וואלקענעס פונעם מאפלער, אמאל ווען מען איז עס נאכגעלאפן און מען האט געזעהן ווי די וואס זיצן אויפן באס קוקן ארויס פונעם פענסטער, האט דער לויפענדע אביסל לייכטער געאטעמט מיט די האפענונג אז די וואס זיצן דארט אויבן וועלן שרייען צום דרייווער "וואן מינוט סאמבאדי איז ראנינג", אבער לעצטענס ווען די באסעס זענען שוין באדעקט געווארן אינגאנצן מיט ריזיגע אדווערטייזמענטס וואס דעקן איבער אלע פענסטערס ווייסט מען שוין נישט אויב איינער פון אויבן האט אים באמערקט ווי ער לויפט נאך דעם באס.
איז מיר איינגעפאלן א מעכטיגע עצה, איך וויל עס פארשלאגן פאר די מענעדזשמענט פון די באס קאמפעני, זיי זאלן טוישן די באס סקעדזשועל מיט בלויז "איין מינוט"! די אלע וואס מען זעהט אלץ לויפן פארשפעטיגן אלץ מערסטענס מיט "איין מינוט", והא ראיה איר האט נאך קיינמאל געזען אז איינער לויפט נאך די באס פון די אכצענטע עוועניו ביז די צוועלעפטע, אדער פון טעילאר ביז לינטש סטריט.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 22, 2012 9:15 pm
דורך היימישער איד
ח ח ח ח
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 22, 2012 10:29 pm
דורך אוי טאטי
כא כא כא מעכטיג!
כ׳ק מרן רבינו מטוויטער שליטא ווי ניד מאר פראם יו!
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 22, 2012 10:41 pm
דורך Rabeiny
HAHA
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 22, 2012 10:49 pm
דורך שוטה
טוויט_ראביי האט געשריבן:האט דער לויפענדע אביסל לייכטער געאטעמט מיט די האפענונג אז די וואס זיצן דארט אויבן וועלן שרייען צום דרייווער "וואן מינוט סאמבאדי איז ראנינג"
און דעמאלטס האט מען אויך געדארפט רחמי שמים אז דער בה.. בצורת כינעזער זאל אין א גוטע מינוט - צווישן איין אומפארשטענדליכע קללה און צווייטן - מחליט זיין ברוב טובו אז ער גייט זיך אפשטעלן...
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 22, 2012 11:14 pm
דורך טאבאקא
איך שלאג פאר אז דער מאשין זאל געבן טשעינדזש פון דריי דאלער
ווייסט איין באשעפער וויפל מאל פופציג סענט איך האב דארט דערלייגט ווייל איך האב נישט אנגעיאגט באצייטנס אויפצוטוישן מיינע איינצעלנע דאלארן
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 22, 2012 11:20 pm
דורך הרבטייטעלבוים
דאס איז דאך די נקודה ער עט קיינמאל נישט מער מאכען גלייך דעם דאלער נאכען זעהן וויפיל דאס ברענגט אריין
פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 23, 2012 12:04 am
דורך קרעמער
דו גוטזאגער דו!
פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 23, 2012 12:33 am
דורך וויכטיג מאכער
שלום עליכם טויט ראביי, דאכצעך אז דאס איז דיין ערשטע ארטיקל... גאר גוט געשריבן, אבער די איידיע, דאס איז ממש א גאונות!
לאדעך הערן מער אפט!
פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 23, 2012 1:11 am
דורך דער תהילים איד
פשששש, נישטאנגעפאלן..
פיין פיין.
פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 23, 2012 5:58 am
דורך געלעגער
חחח.. די עצה קען מען ניצן איבעראל. א וואזשאנע בייפאל.
פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 23, 2012 8:31 am
דורך שנאפס
וויכטיג מאכער האט געשריבן:שלום עליכם טויט ראביי, דאכצעך אז דאס איז דיין ערשטע ארטיקל... גאר גוט געשריבן, אבער די איידיע, דאס איז ממש א גאונות!
לאדעך הערן מער אפט!
פארדעם רופט אים דאך יעדער דער טוויטער גאון...
גאר א גוטע עצה..
פארעפענטליכט: שבת מרץ 24, 2012 9:27 pm
דורך יוסף שרייבער
יא קענסט שרייען אויף כינעזיש אזוי ווי שוטה צייכענט שוין אן, וויפיל טינט איז שוין פארגאסען געווארען שרייענדיג איבער די אוממענשטליכקייט פון די פירמע מיום היוסדה עד עצם היום הזה ועדיין לא נושענו.
לגבי ראבייס עצה, גראדע ווייסעך פון א מדינה ווי די באנען פלעגן רעגילמעסיג פארשפעטיגען וואס האט פארשטענדליך אויפגעברויזט די קאסטומערס און געברענגט געלט קנסות מצד די רעגירונג, ביז א צווייטע פירמע האט אפגעקויפט די באנען און די חכמי חלם האבען זיך צאמגעזעצט פאר א מיטינג ווי מען האט באשלאסען צוצולייגען 15 מינוט צו אלע באן רייזעס סקעדזשול און הפלא ופלא זייט דעמאלס קומען אלע באנען אן מיט עטליכע מינוט 'פרי'. אגב, און איעדע לענגערע עראפלאן רייזע איז אריינגעבויט בערך א שעה איבריג צייט מהאי טעמא און דאס איז די סיבה פארוואס אויב עס איז נישט דא קיין ספעצילע אפהאלטונג וועט צומאל א פליגער אנקומען פריער ווי געפלאנט.
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 02, 2012 1:36 pm
דורך חייקל
א דאנק טוויט_ראביי פאר'ן געניאלע איינפאל
אבער העלפן וועט עס ניט קיין סאך.
אזוי ווי מען ווערט פארטיג יעדן פרייטאג הארט צום זמן, נישט קיין חילוק ווי שפעט עס איז ליכט צינדן,
אזוי קומט מען אן אלץ צום באס 'איין' מינוט שפעט,
דאס איז שוין נאכ'ן אויסרעכענען ווילאנג עס געדויערט איהם אנצוקומען ביז צו מיין סטאפ,
פארפאלן, מאנכע מענטשן זענען געבוירן א פאר מינוט שפעט,
די עצה וועט אונז בעווה"ר נישט העלפן.
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 02, 2012 1:37 pm
דורך שנאפס
mutche:
On the manual of the Williamsburg Boropark bus: Shake well when using...
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 02, 2012 1:44 pm
דורך אלד וויליאמסבורג
איך האב שוין אמאל געקלערט אז פונקט ווי ער האט די ראוט וואס פארט 49-50 און לי- בעדפארד
קען א צווייטער האבן א ראוט וואס פארט 15 עוו. צי פארק עוו.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 26, 2014 12:32 pm
דורך ולא מיין
איך פארשטיי נישט פארוואס אזא פראנימענטע טעמע ווי די "גזירת הבאסעס" זאל באקומען אזוי ווייניג דעקונג.
די וואך האביך געווארט אויפ'ן באס און ס'איז אנגעקומען 25 מינוט שפעטער פונעם סקעדזשול, און דאס איז געווען א הייסן טאג ווען עמערס שווייס גיסן זיך פון מיר. ארויפקומענדיג אויפ'ן באס, זע איך אז די מענעדזשמענט האט זיכער געמאכט צו עפענען די פענסטערס פונעם באס, אז ס'זאל אריינקומען שטיקעדיגע לופט.
די באס איז געווען צאמגעפרעסט פרויען מיט מענער בתערובות, און איך האב א גאנצער וועג געדארפט שמעקן בגדי צבעונים.......
דאס רשעות און חוצפה איז עד אין לשער. מ'האט געדארפט אסר'ן צו פארן מיט דעם באס.
קיין נומבער צו וועם צו רעדן איז נישטא א חוץ קראנקע טשייניזע חברה.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 26, 2014 12:50 pm
דורך נשמה
איך מיין אז די עצה פון צוגעבן איין מינוט איז זייער א גוטע עצה. איך האלט אויך אזוי.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 26, 2014 11:42 pm
דורך רייזענדער
ולא מיין האט געשריבן:איך פארשטיי נישט פארוואס אזא פראנימענטע טעמע ווי די "גזירת הבאסעס" זאל באקומען אזוי ווייניג דעקונג.
נאדיר א שטיקל
דעקונג...
אפילו מוחה זיין קען מען מיט א שמייכל...
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 26, 2014 11:46 pm
דורך רייזענדער
טוויט_ראביי האט געשריבן:והא ראיה איר האט נאך קיינמאל געזען אז איינער לויפט נאך די באס פון די אכצענטע עוועניו ביז די צוועלעפטע
דיסעגרי...יאך בין אמאל נאכגעלאפן דעם באס איבער האלב בארא פארק, וועגן די באס איז אינגאנצן צייט געווען נאר א האלבע בלאק פאראויס....
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 27, 2014 3:45 am
דורך אַבּערוואַס
רייזענדער האט געשריבן:טוויט_ראביי האט געשריבן:והא ראיה איר האט נאך קיינמאל געזען אז איינער לויפט נאך די באס פון די אכצענטע עוועניו ביז די צוועלעפטע
דיסעגרי...יאך בין אמאל נאכגעלאפן דעם באס איבער האלב בארא פארק, וועגן די באס איז אינגאנצן צייט געווען נאר א האלבע בלאק פאראויס....
א דו ביסט יא דא, מוז איך דיר גראטולירן פאר דיין ארטיקל, ס'האט מיך אזאנס צושאקעלט אזש ביז צום אויסגעמוטשעט ווערן ווי אויף אן עכטע בארא פארק באס רייזע!! קיפ אפ יור גוד ווארק!