די 'מיטוואך' אשכול

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

אוועטאר
אזוי גאר!
שר חמש מאות
תגובות: 806
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מארטש 25, 2017 7:13 pm
לאקאציע: עולם השפל

Re: די 'מיטוואך' אשכול

תגובהדורך אזוי גאר! » מיטוואך אפריל 01, 2020 10:14 am

יש בו האט געשריבן:ס׳איז שוין א יאר מיט א מיטוואך

דאס איז שוין געווען פאריגע וואך

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר האלפיים
תגובות: 2170
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: די 'מיטוואך' אשכול

תגובהדורך חוח בין השושנים » מיטוואך אפריל 01, 2020 7:35 pm

אזוי גאר! האט געשריבן:
יש בו האט געשריבן:ס׳איז שוין א יאר מיט א מיטוואך

דאס איז שוין געווען פאריגע וואך

שטופענדיג די צייט אזוי שווערליך, פילט עס ווי ס'גייט ערשט זיין אין 10 יאר ארום...
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער -להבדיל- א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

אוועטאר
אזוי גאר!
שר חמש מאות
תגובות: 806
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מארטש 25, 2017 7:13 pm
לאקאציע: עולם השפל

Re: די 'מיטוואך' אשכול

תגובהדורך אזוי גאר! » מיטוואך אפריל 01, 2020 7:36 pm

חוח בין השושנים האט געשריבן:
אזוי גאר! האט געשריבן:
יש בו האט געשריבן:ס׳איז שוין א יאר מיט א מיטוואך

דאס איז שוין געווען פאריגע וואך

שטופענדיג די צייט אזוי שווערליך, פילט עס ווי ס'גייט ערשט זיין אין 10 יאר ארום...

ס'איז נאכאלץ מיטוואך?!?

ירנן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 280
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 23, 2019 3:52 pm

Re: די 'מיטוואך' אשכול

תגובהדורך ירנן » מיטוואך אפריל 01, 2020 7:39 pm

יעצט נאכאלץ?

אוועטאר
אזוי גאר!
שר חמש מאות
תגובות: 806
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מארטש 25, 2017 7:13 pm
לאקאציע: עולם השפל

Re: די 'מיטוואך' אשכול

תגובהדורך אזוי גאר! » מיטוואך אפריל 01, 2020 8:34 pm

ירנן האט געשריבן:יעצט נאכאלץ?

כמיין אזוי

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר האלפיים
תגובות: 2170
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: די 'מיטוואך' אשכול

תגובהדורך חוח בין השושנים » דינסטאג אפריל 07, 2020 11:32 pm

ס'איז א פארנומענע ערב פסח טאג, היום קצר(?) והמלאכה מרובה, מ'איז פאריאגט און פארפלאגט מיטן גאנצן סומאטוכע פונעם וויירוס וואס פארדרייעט אונזערע יוצרות ביג-טיים. צווישן די חמץ-ארויס און מצה-אריין וואס נעמט אויף צוועלף צענטלעך פונעם מעת לעת, הערט מען זיך צו, ליידער, צו די יארמערליכע פייפערלעך פון די עמערדזשענסי טרעקלעך וואס פליען נעבעך ארום נאכאנאנד, אזוי אויך איז מען ביזי נעמען וויטאמינען און אלע ערליי סגולות למנוע משחית וכו'. הקיצור המעשה, מ'איז טרוד למעלה ראש.

אויב אזוי, איז דאך דא א שטארקע מקום לחשוש, אז ס'וועט חלילה, הס מלהזכיר, פארגעסן ווערן ארויפצוברענגען דעם מיטוואכדיגן אשכול אויפן אויבערפלאך (כ'קלאפ זיך דאס מויל, דריי מאל איז גענוג?). וכאן הבן שואל: וויאזוי וועט מען קענען צוגיין צום יו"ט פסח און צו די לעצטע הכנות, אן אריינרעדן אינעם מיטוואך אשכול וואס איז חל בו ביום?

אי לזאת איז באשלאסן געווארן דורך די טובי העדה, דער גאנצער 'פני', אז מ'וועט יעצט ארויפטרייבן דעם אשכול אויפן האריזאנט, לקיים מה שנאמר ודבר בעתו מה טוב. מ'איז צו דעם מצרף די מציאות אז פונעם הלכה'דיגן שטאנדפונקט איז דאך אור ליום רביעי שוין פאררעכנט אלס מיטוואך.

און אז דער אשכול איז שוין אינדערהייעך, ווערט דער עולם געבעטן צו צולייגן דברי חיזוק והתעוררות, כדי צו האלטן דאס געהענגל הויך...
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער -להבדיל- א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

ירנן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 280
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 23, 2019 3:52 pm

Re: די 'מיטוואך' אשכול

תגובהדורך ירנן » דינסטאג אפריל 07, 2020 11:38 pm

נא ארויס גערוימט די חמוץ

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר האלפיים
תגובות: 2170
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: די 'מיטוואך' אשכול

תגובהדורך חוח בין השושנים » זונטאג אפריל 19, 2020 10:48 am

מיין עלטער-שווער (אזוי זאגט מען עס?) פרעגט מיר היינט אויב ס'איז מיטוואך, ווייל מ'גראגערט אים שוין עסעך-ווילאנג אז מיטוואך איז יו"ט...

איז דאס גענוג א סיבה אריינצוקומען דא? א הוה אמינא פון א וואוילן איד איז עפעס?...
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער -להבדיל- א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7202
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

Re: די 'מיטוואך' אשכול

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » זונטאג אפריל 19, 2020 10:51 am

האסט אים כאטש פאראכטן אז ס׳איז נאך דינסטאג?
בלעק לייווס מערדער.

אוועטאר
א נייער
שר האלף
תגובות: 1249
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

Re: די 'מיטוואך' אשכול

תגובהדורך א נייער » מיטוואך מאי 06, 2020 11:57 am

איינער ווייסט וואס מיטוואך מיינט?
זיך אלס האלטן פריש, כקטן שנולד דמי.

אוועטאר
נקודהלע
שר חמש מאות
תגובות: 959
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 07, 2019 10:58 pm

Re: די 'מיטוואך' אשכול

תגובהדורך נקודהלע » מיטוואך מאי 06, 2020 12:00 pm

ניין, דו?
ס'איז א נקודה'לע, א קליינער. אמאל קומט עס בטעות ארויס ווי א סקריבל, אבער מ'קען אייביג מעקן און צוריקברענגען צום נקודה.

אוועטאר
א נייער
שר האלף
תגובות: 1249
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

Re: די 'מיטוואך' אשכול

תגובהדורך א נייער » מיטוואך מאי 06, 2020 12:06 pm

נקודהלע האט געשריבן:ניין, דו?

עס איז גרין אדער רויט?
זיך אלס האלטן פריש, כקטן שנולד דמי.

אוועטאר
נקודהלע
שר חמש מאות
תגובות: 959
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 07, 2019 10:58 pm

Re: די 'מיטוואך' אשכול

תגובהדורך נקודהלע » מיטוואך מאי 06, 2020 12:08 pm

א נייער האט געשריבן:
נקודהלע האט געשריבן:ניין, דו?

עס איז גרין אדער רויט?

ביסט קאליר בליינד?
ס'איז א נקודה'לע, א קליינער. אמאל קומט עס בטעות ארויס ווי א סקריבל, אבער מ'קען אייביג מעקן און צוריקברענגען צום נקודה.

שטומפיג
שר האלף
תגובות: 1309
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: די 'מיטוואך' אשכול

תגובהדורך שטומפיג » מיטוואך מאי 06, 2020 12:33 pm

איך בין מקנא די אידן וואס קומען אריין אין די מיטוואך אשכול אפילו אין די "קאראנע טיימס", איך האב שוין לאנג פארלוירן חשבון ווען ס'איז זונטאג און ווען סאי'ז מיטוואך.

אוועטאר
נקודהלע
שר חמש מאות
תגובות: 959
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 07, 2019 10:58 pm

Re: די 'מיטוואך' אשכול

תגובהדורך נקודהלע » מיטוואך מאי 06, 2020 1:52 pm

שטומפיג האט געשריבן:איך בין מקנא די אידן וואס קומען אריין אין די מיטוואך אשכול אפילו אין די "קאראנע טיימס", איך האב שוין לאנג פארלוירן חשבון ווען ס'איז זונטאג און ווען סאי'ז מיטוואך.

וואס הייסט? אין קאראנע? יעדען טאג האב איך אפאר מאל מיטוואך!
ס'איז א נקודה'לע, א קליינער. אמאל קומט עס בטעות ארויס ווי א סקריבל, אבער מ'קען אייביג מעקן און צוריקברענגען צום נקודה.

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר ששת אלפים
תגובות: 6525
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אינדערהיים ביים דעסק

Re: די 'מיטוואך' אשכול

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » דאנארשטאג מאי 07, 2020 5:16 pm

די נעקסטע תגובה, האט זיך אנגעהויבן צו וועבן נעכטן פארנאכטס, ביים אריינוואקן אין קאך, פון וואס איך האב זיך ספאנטאניש דערמאנט אז "היינט איז מיטוואך"..
נאר צוליב טרדה האב איך דאס היינט געענדיגט צו אויפטייפן,
ואיטכעם האסליכא!

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר ששת אלפים
תגובות: 6525
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אינדערהיים ביים דעסק

"טשאנבעס גוטשאנבעס"

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » דאנארשטאג מאי 07, 2020 5:17 pm

ב
לעצט פאראכטן דורך כאניש וואס צו טון אום דאנארשטאג מאי 07, 2020 5:19 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
אלטער
שר האלפיים
תגובות: 2828
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: די 'מיטוואך' אשכול

תגובהדורך אלטער » דאנארשטאג מאי 07, 2020 5:17 pm

אז מ'קען שוין יעצט שרייבן דא מעג מען נאך היינט 'דא' שרייבן..
אסדר פאר ראש הקהל

ווייל איך גיי מיטן געווינער!

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר ששת אלפים
תגובות: 6525
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אינדערהיים ביים דעסק

Re: די 'מיטוואך' אשכול

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » דאנארשטאג מאי 07, 2020 5:31 pm

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:די נעקסטע תגובה, האט זיך אנגעהויבן צו וועבן נעכטן פארנאכטס, ביים אריינוואקן אין קאך, פון וואס איך האב זיך ספאנטאניש דערמאנט אז "היינט איז מיטוואך"..
נאר צוליב טרדה האב איך דאס היינט געענדיגט צו אויפטייפן,
ואיטכעם האסליכא!

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר ששת אלפים
תגובות: 6525
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אינדערהיים ביים דעסק

"טשאנבעס גוטשאנבעס"

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » דאנארשטאג מאי 07, 2020 5:31 pm

כ'שטיי און איך ווינדער זיך שוין די לעצטע פאר יאר,
וואספארא מין באשעפעניש אידאס פאר א גוט יאר?
א 'מיטוואך אשכל'?
סידאס? הא?!
ס'עפעס מיטווא... כ'מיין פורים היינט?
מה נשתנה המיטוואך הזה מכל המאנטאג, דינסטאג ודאנערשטאגס?
איך האב ממש נישט געהאט קיין מנוחה דערפון!

ביז היינט,
היינט, אנשטויסנדיג זיך אין דעם מיטוואך געהענגל, איז מיר פייגעבאלן א פשט!

ניזאזוי,
געוועזן אמאל א בחור, א תכשיט פון א בחור, געזעצן אין געלערנט יומם ולילה,
איין מאנטאג נאכמיטאג איז ער - צו מזל און צו ברכה - א חתן געווארן (הערות הבחור הזעצער, מיינט נישט אז די כלה האט גהייסן 'ברכי גליק', צו מזל און צו ברכה איז נאר א אויסדריק, נישט אז ער איז צו איר א חתן געווארן)
אויף אלע פענעמער (אויסער בלעכענע) מ'האט באשטומט די חתונה אויף ביינאכט,

ס'אריבער די ימי המשתה, שוין אויסגעטון דעם שטריימל, מאנטאג אווענט, ער קומט אהיים צום ערשטן מאל פארזוכן זיין עז"כ'ס נאכטמאל,
און טאקע, ווי נאר ער שפאצירט אריין אין קאך, נאכן פארזוכן פון די פיינע אויסגעבאקענע דיכטלעך און די הייסע (האלב צוגעברענטע) קארטאפל איינגעקאכט אין די פלייש זאפט, [המכונה אצלינו "פאפריקאש"], האט ער שוין אנגעהויבן איינצוזעהן ווי גוט ער האט געטראפן,

דינסטאג אוונט האט זיך איבערגע'חזר'ט א ענליכע סיטואציע, נאר אנ'אנדער מעניא,
דאס מאל איז די נאכטמאל באשטאנען פון געקאכטע דיכטלען, מיט צידריקטע קארטאפל אויסגעמישט מיט געדינסטע צוויבל,
און ער'ט זיך נאכמער איבערצייגט אין די געלונגענקייט פון זיין באשערטן,

צימארגנס אבער, ווען ער'ט אריינגעוואקט אין שטוב, האבן איהם זיינע אויסגעשארפטע חושים פארגעזאגט אן אנדער בילד,
האט ער גראד באמערגט עפעס,
קודם האט ער געמיינט ס'איז א טעות,
אבער נאך אפאר מינוט האט ער באמערקט נאך עפעס,

קודם ווען ער האט געזעהן אויפן טיש ליגט אויסגעשפרייט דער מילכיגער טישטוך, איז ער געווען זיכער אז ער חלום'ט,
אבער ווען ער האט געזעהן ס'ווייבעלע איבערגעבויגן איבער דעם מילכיגן קאונטער, האט ער שוין אנגעהויבן חושד זיין אז ער איז יא אויף דער וואך
נאכן אויסדריקן ווינדער וואס גייט היינט פאר, האט ער באקומען אזא בלעכענע אויסדריק אויפן פרצף
"וואס, דו ווייסט נישט?? א טאג וואס האט נישט קיין נון, עסט מען מילכיג!"

אה.. אביסל בארוהיגט, מאכט ער א חשבון זו'נ'טאג מא'נ'טאג די'נ'סטאג דא'נ'ערשטאג, פרייטאג מילא,
אבער שבת! געוואלד! שבת אן פלייש?!
א גאנצן דאנעשטאג האט ער זיך ארומגעדרייט אן א קאפ, זוכנדיג א לעזונג, וואזוי קען ער זיכערמאכן אז שבת קודש וועט זיין פלייש,

ענדליך פרייטאג נאכמיטאג איז איהם פייגעבאלן א המצאה!

פרייטאג צונאכטס, נאכן דאווענען, ער קומט אהיים פון שול, די צוויי מלאכים באגלייטן איהם, ער וואקט אריין אינדערהיים
"טשאנבעס גוטשאנבעס"

אזוי ארום האט ער פארזיכערט כבוד שבת, מיט בשר ודגים וכל מטעמים,

ב'איך געקגערט, אפשר זאל מען מאכן פאטיציעס, צו טוישן דעם נאמען פון מיטוואך צו מיטנוואך,
אדער צו מיטוואכן,

פארוואס מוז מען יעדן מיטוואך גיין שלאפן הינגעריג?
די פראבלעם איז נאך מער, אז מ'עסט שוין נישט קיין נאכטמאל, ווילמען דאך כאטש עפעס פארדינען,
טרונקט מען א קאווע,
נ'אז מטרונקט א קאווע, האלטס קאפ, קען מען נישט איינשלאפן,

איז קודם פארשטייט מען שוין, אז מ'ברויך א עקסטרע אשכל פאר מיטוואך / מיטנוואך / מיטוואכן,

שוין מיינע פינגער טיען שוין וויי..
א געזונטן דאנערשטאג!

אוועטאר
בלעכענער פנים
שר חמש מאות
תגובות: 846
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm
לאקאציע: כ'ווייס באמת נישט..

Re: "טשאנבעס גוטשאנבעס"

תגובהדורך בלעכענער פנים » פרייטאג מאי 08, 2020 10:38 am

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:כ'שטיי און איך ווינדער זיך שוין די לעצטע פאר יאר,
וואספארא מין באשעפעניש אידאס פאר א גוט יאר?
א 'מיטוואך אשכל'?
סידאס? הא?!
ס'עפעס מיטווא... כ'מיין פורים היינט?
מה נשתנה המיטוואך הזה מכל המאנטאג, דינסטאג ודאנערשטאגס?
איך האב ממש נישט געהאט קיין מנוחה דערפון!

ביז היינט,
היינט, אנשטויסנדיג זיך אין דעם מיטוואך געהענגל, איז מיר פייגעבאלן א פשט!

ניזאזוי,
געוועזן אמאל א בחור, א תכשיט פון א בחור, געזעצן אין געלערנט יומם ולילה,
איין מאנטאג נאכמיטאג איז ער - צו מזל און צו ברכה - א חתן געווארן (הערות הבחור הזעצער, מיינט נישט אז די כלה האט גהייסן 'ברכי גליק', צו מזל און צו ברכה איז נאר א אויסדריק, נישט אז ער איז צו איר א חתן געווארן)
אויף אלע פענעמער (אויסער בלעכענע) ??????? מ'האט באשטומט די חתונה אויף ביינאכט,

ס'אריבער די ימי המשתה, שוין אויסגעטון דעם שטריימל, מאנטאג אווענט, ער קומט אהיים צום ערשטן מאל פארזוכן זיין עז"כ'ס נאכטמאל,
און טאקע, ווי נאר ער שפאצירט אריין אין קאך, נאכן פארזוכן פון די פיינע אויסגעבאקענע דיכטלעך און די הייסע (האלב צוגעברענטע) קארטאפל איינגעקאכט אין די פלייש זאפט, [המכונה אצלינו "פאפריקאש"], האט ער שוין אנגעהויבן איינצוזעהן ווי גוט ער האט געטראפן,

דינסטאג אוונט האט זיך איבערגע'חזר'ט א ענליכע סיטואציע, נאר אנ'אנדער מעניא,
דאס מאל איז די נאכטמאל באשטאנען פון געקאכטע דיכטלען, מיט צידריקטע קארטאפל אויסגעמישט מיט געדינסטע צוויבל,
און ער'ט זיך נאכמער איבערצייגט אין די געלונגענקייט פון זיין באשערטן,

צימארגנס אבער, ווען ער'ט אריינגעוואקט אין שטוב, האבן איהם זיינע אויסגעשארפטע חושים פארגעזאגט אן אנדער בילד,
האט ער גראד באמערגט עפעס,
קודם האט ער געמיינט ס'איז א טעות,
אבער נאך אפאר מינוט האט ער באמערקט נאך עפעס,

קודם ווען ער האט געזעהן אויפן טיש ליגט אויסגעשפרייט דער מילכיגער טישטוך, איז ער געווען זיכער אז ער חלום'ט,
אבער ווען ער האט געזעהן ס'ווייבעלע איבערגעבויגן איבער דעם מילכיגן קאונטער, האט ער שוין אנגעהויבן חושד זיין אז ער איז יא אויף דער וואך
נאכן אויסדריקן ווינדער וואס גייט היינט פאר, האט ער באקומען אזא בלעכענע אויסדריק אויפן פרצף
"וואס, דו ווייסט נישט?? א טאג וואס האט נישט קיין נון, עסט מען מילכיג!"

אה.. אביסל בארוהיגט, מאכט ער א חשבון זו'נ'טאג מא'נ'טאג די'נ'סטאג דא'נ'ערשטאג, פרייטאג מילא,
אבער שבת! געוואלד! שבת אן פלייש?!
א גאנצן דאנעשטאג האט ער זיך ארומגעדרייט אן א קאפ, זוכנדיג א לעזונג, וואזוי קען ער זיכערמאכן אז שבת קודש וועט זיין פלייש,

ענדליך פרייטאג נאכמיטאג איז איהם פייגעבאלן א המצאה!

פרייטאג צונאכטס, נאכן דאווענען, ער קומט אהיים פון שול, די צוויי מלאכים באגלייטן איהם, ער וואקט אריין אינדערהיים
"טשאנבעס גוטשאנבעס"

אזוי ארום האט ער פארזיכערט כבוד שבת, מיט בשר ודגים וכל מטעמים,

ב'איך געקגערט, אפשר זאל מען מאכן פאטיציעס, צו טוישן דעם נאמען פון מיטוואך צו מיטנוואך,
אדער צו מיטוואכן,

פארוואס מוז מען יעדן מיטוואך גיין שלאפן הינגעריג?
די פראבלעם איז נאך מער, אז מ'עסט שוין נישט קיין נאכטמאל, ווילמען דאך כאטש עפעס פארדינען,
טרונקט מען א קאווע,
נ'אז מטרונקט א קאווע, האלטס קאפ, קען מען נישט איינשלאפן,

איז קודם פארשטייט מען שוין, אז מ'ברויך א עקסטרע אשכל פאר מיטוואך / מיטנוואך / מיטוואכן,

שוין מיינע פינגער טיען שוין וויי..
א געזונטן דאנערשטאג!

;l;p- ;l;p-

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר ששת אלפים
תגובות: 6525
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אינדערהיים ביים דעסק

Re: די 'מיטוואך' אשכול

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » מיטוואך מאי 13, 2020 10:22 pm

שוין ווייטער מינטוואך,
א קאווע האמער טאקע, אבער הינגעריג איז מען דאך..

שטומפיג
שר האלף
תגובות: 1309
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: די 'מיטוואך' אשכול

תגובהדורך שטומפיג » מיטוואך מאי 13, 2020 10:39 pm

איך גלייב נישט אז ס'האט געדויערט א גאנצע וואך ביז איך האב באמערקט דעם זאפטיגן תנגובה!
פיינע נייעס. ;l;p-

אוועטאר
מארגן
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 29, 2020 4:24 pm

Re: די 'מיטוואך' אשכול

תגובהדורך מארגן » מיטוואך מאי 13, 2020 10:40 pm

א גוטן מינטוואך
פעיק פאר ראש הקהל

אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10350
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

Re: די 'מיטוואך' אשכול

תגובהדורך טייבעלע » מיטוואך יולי 01, 2020 9:11 pm

מ-י-ט-וו-אך
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
1teibele@birdlover.com


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט