בלאט 1 פון 1

חאחחאחאחאחחאחחא, חאחחאחאחאחחאחאח פרעס רעליס

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 26, 2007 9:29 pm
דורך גרויזאמער
מיט נייגער און אנגסט קאמבינירט עפנט ער דעם אשכול, "חאחחאחאחאחחאחחא, חאחחאחאחאחחאחאח"... א מין קעפל דאס. ער לאכט! נישט מער און נישט ווייניגער! ער לאכט און דער גאנצער עולם דארף קענען אריינקוקען אין זיין מויל און מיטהאלטן... האט ער נישט בעסער וואס צו טון יעצט נאכן אוועקרוקען די פרידזידער?

חחאחחאחאחאחחאחאחאחחא..... חחאחאחאחאחחאחאחחאחא.....

וויפיל מאל זעט מען דעם חא חא אין קרעטשמע? דער קרעטשמע איז דאך איין שטיק חאחחאחאחא. מדאשקע לדאשקע, כל חמירא וחמיעא! אלעס באשטייט פון חאחאחחא.

אבער ניין יגרל (וועא"מ) לעבן, נישט פאר דעם בין איך דאהי יעצט.

עס איז שוין גארנישט קיין וויץ. אט הארכט א גראדן שטיקל נייעס:

איינער איז אויפגעקומען מיט א געניאלע בייפאל, נעמליך, ווען דו זוכסט אויף "גוגל" א ווארט, ווייסטו דאך נישט גענוי וואס דו זוכסט. גוגל שיסט ארויס מיט א כעס אלעס וואס ער האט אין באזיץ כנז' במקום אחר. ער ווייסט נישט מבחין צו זיין, ספעציעלעזירן, מינימיזן ספציעל דיין יעצטיגע געברויך. וויפיל מאל קלערט מען נאך א קאמפליצירטע זוך אקציע אויף גוגל "איך בין שוין מסכים צו צאלן פאר א היספאנישער גוי(טע) ער זאל פארשטיין וואס איך דארף, און אפירזוכן דעם אפיקומן".

האט זיך יענער דערגרונטעוועט אז ער וועט ארויסברענגען אטא דעם חלום צו א פאקט. זיין זייטל האט ער א נאמען געגעבן...

ווער עס ווייסט זאל אויפהייבן די הענט!

זייער גוט!

זיין סייט הייסט חאחחאחאחאחאחחאחאחאחאח.... צוגעטראפן!

http://www.chacha.com/

גיי אריין דארט, לייג אריין דעם ווארט וואס דו זוכסט, דרוק Search with guide, ביז געציילטע רגעים ווערסטו קאנעקטעד מיט א לעבעדיגע בוים אדער א דזשענטעלמאן, ער פרעגט דיר א קלייניגקייט, ער ליינט אפ דיין שטערן, און ער נעמט זיך צו די עבודה! מען רעדט צו א לעבעדיגע בשר ודם וואס ער באקומט גאר באצאלט צו ארבעטן פאר דיר (לכאורה איז דאס פון די אדווערטייזערס וואס אדווערטייזן דארט).

איר וועט דארט געפונען איינעם אין סיי וועלכע מינוט פון די קארגע 24 שטונדע א טאג!

נו! (א שמייס מיט די האנט), צוריק צום גמרא!

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 26, 2007 10:00 pm
דורך סאכדעס
דאס איז דאך טאקען א וועלטס חידוש.

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 26, 2007 10:43 pm
דורך מאשקע
ס'איז מורא'דיג. העמיר זעהן ווילאנג ס'וועט אנהאלטן.

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 26, 2007 10:54 pm
דורך איך_הער
מאשקע, איך בין זיכער אז דו וועסט דאס בקרוב אויספראבירן, (אויב דו האסט עס נאכנישט געטוהן, ביז יעצט.) לאז אונז וויסן די רעזולטאטן.

איך באטראכט יעצט דיין תגובה, קען אפשר זיין אז דו באציסט זיך שוין נאכן אויספראבירן, נו, האסטו דאך פון וואס צו רעדן, מאך עפעס מטעמים דערפון.

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 26, 2007 11:00 pm
דורך מאשקע
איך האב עס אויספרובירט סתם לשם אויספרובירן. איך האב געזוכט א פאפולערע גוי'אישע ניגון צי מ'קען עס דאונלאודען פאר אומזיסט. זיי האבן מיר געגעבן אפאר לינקס אבער אין ערגעץ איז עס נישט געווען פאר אומזיסט.

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 26, 2007 11:13 pm
דורך סאכדעס
איך האב איהם\איר משוגע געמאכט צום טויט. ענדזשויעט אייך.

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 27, 2007 12:03 am
דורך מאשקע
יוי, סאכדעס, דו מיט דיין ענגליש. איך שוין יענעם.

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 27, 2007 12:12 am
דורך שוועמל
מען רעדט נישט דארט קיין מאנגאליע? צי אינדיע, פאקיסטאן?

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 27, 2007 3:04 pm
דורך צייטליך
קען מיר איינער מסביר זיין פארוואס די הויעכגעשעצטע ארבייטער ביי די פרעזטישטפולע פירמע פון דזשעי-נעט האבן אפגעמאכט מיך אויסצוקראסן פון גרויזאמער'ס חא חא ?

פארוואס טאר אזא איד ווי מיר, מיט בארד און פיאות, שנאצן און גלעזער, נישט אריינגיין אין דיזע וועב-זייט ?

איך בין עס פשוט נישט משיג, איך וויל נישט ווערן גערעגט, אבער זיי רעגן מיך אויף, ס'איז שוין טאו מאטש, רבונו של עולם ביז ווי אידן קענען ל"ע אנקימען רח"ל.

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 27, 2007 3:21 pm
דורך לחיים ולברכה
אגב צייטליך, וועסטעך באווייזן מיט דיי בארד און פיאות, שנאצן און גלעזער, עמיר דעמאלט זעהן.

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 27, 2007 7:25 pm
דורך מאשקע
צייטליך האט געשריבן:ס'איז שוין טאו מאטש, רבונו של עולם ביז ווי אידן קענען ל"ע אנקימען רח"ל.

שטעל דיך פאר ווי ווייט אסאך אידן וואלטן אנגעקומען אטן דזשעי-נעט.

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 27, 2007 8:48 pm
דורך שוועמל
למען האמת דארט איז דא אדווערטייזמענט פון זשעי נעט גרעסטע מתנגדים

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 16, 2008 1:03 am
דורך אלעקסיי
היינטצואג'ס ארבעט שוין כחחכחכחא אויך אויף טעקסט מעססעדזש, שיקט א טעקסט מעססעדזש צו CHACHA, דהיינו 242242, און באקומט א קורצע און טרעפליכע ענטפער אונטער 5 מינוט.

אפילו איבער קהלות קדושות בישראל האבן זיי מיר געוואוסט צו זאגען. און פיל נאך זאכען, ווי א שטריימל (איך_הער'ס?), און פיל נאך אינטערסאנטע זאכען. פרובירט עס אויס.

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 23, 2014 5:11 pm
דורך שלעפשיץ
מען קעם פרעגן חאחאחאחאחא וועגן די נייע קלינערס

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 23, 2014 6:10 pm
דורך נשמה
איך האב געמיינט טָשא טָשא איז עלטער