אפענע שמועס איבער די צענזור פון אייוועלט

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 15101
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אייוועלט

תגובהדורך לכאורה » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 2:52 pm

יש בו האט געשריבן:ביטע פארמעקן יענס

פארוואס?
(כ'האב נישט קיין פראבלעם צו מעקן תגובות, איך קען באשטיין צו פארשטיין פארוואס, האסט דאך למעשה אזוי געשריבן)
איך ווייס אז איך ווייס נישט אלעס - למשל, ווייס איך נישט וועלכע זאך איך ווייס נישט

אוועטאר
יש בו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3401
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אייוועלט

תגובהדורך יש בו » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 2:58 pm

לכאורה האט געשריבן:
יש בו האט געשריבן:ביטע פארמעקן יענס

פארוואס?
(כ'האב נישט קיין פראבלעם צו מעקן תגובות, איך קען באשטיין צו פארשטיין פארוואס, האסט דאך למעשה אזוי געשריבן)

מיין כונה איז געווען פונקט פארקערט,

איך האלט אז מיט די לעגיטימע ואוטס גייט טראמפ עס מאכן, נאר ביידן גייט קלעימן די געווינס נאך וואס מ'ענדיגט ציילן די מעיל אין,

וואס גייט פירן צו א שלאכט,

איך קען נישט פרעדיקטן ווער עס גייט געווינען די מלחמה ווי באלד עס ווענד זיך נישט אין די אמת,

מיין ארגינעלע תגובה: ביידן, נאר מיט די הילף פון פאלטשע מעיל אין בעלאטס,

מובן מאיליו אז איך האלט אז די עכטע געווינער גייט זיין טראמפ, אבער ווי באלד מיין ענטפער איז נישט אן איין ווארט תגובה, פארשטיי איך אז מיין מיינונג קען נישט געהערט ווערן,

אלזא, ליבערשט פארמעקן ווי איידער זאכן וואס איך האב נישט געזאגט
יש מנהיג לבירה = איך טראסט מיין בעל הבית, ער ווייסט וואס ער טוט!

איך בין א פאטריאט פאר די הייליגע באשעפער און פאר זיין רעליגיע

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 15101
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אייוועלט

תגובהדורך לכאורה » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 3:01 pm

צען-פיר
איך ווייס אז איך ווייס נישט אלעס - למשל, ווייס איך נישט וועלכע זאך איך ווייס נישט

אוועטאר
יש בו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3401
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אייוועלט

תגובהדורך יש בו » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 3:03 pm

ישר כח,

עטליסט שטייט ערגעץ מיין מיינונג,

יעצט קען מען לייגן דארט א לינק פון מיין היזיגע תגובה
יש מנהיג לבירה = איך טראסט מיין בעל הבית, ער ווייסט וואס ער טוט!

איך בין א פאטריאט פאר די הייליגע באשעפער און פאר זיין רעליגיע

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4585
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אייוועלט

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 3:16 pm

זאגסטו אז דו האסט געשריבן א תגובה וואס פארדרייט קלאר די מהלך האשכול, און מאכסט א טומל דא ביי מיר אין אשכול נאך...

דער פותח האט געבעטן מ'זאל ענטפערן נאר אט דעם שאלה פון ווער מ'האלט ס'גייט זיין דער קומענדיגער פרעזידענט, און דאס זאגסטו אז דו קענסט נישט פארזאגן דערפאר שרייבסטו א תגובה וואס קומט בכלל נישט אין דעם אשכול? און נאך מיט טענות צי די מנהלים?! אתמהה
- דער חתימה איז געשטעלט געווארן דורכן ניק על אפם ועל חמתם פון די מנהלים -

אוועטאר
יש בו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3401
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אייוועלט

תגובהדורך יש בו » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 3:36 pm

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:דער פותח האט געבעטן מ'זאל ענטפערן נאר אט דעם שאלה פון ווער מ'האלט ס'גייט זיין דער קומענדיגער פרעזידענט,

טעות,

בדרך אגב בין איך דירעקט נישט אריין אין דיין אשכול,

נ.ב. עס איז נישט אין פלאץ אז יעדע צווייטע תגובה פון דיר זאל אנטהאלטן דיין ווערי קיוט הלצה, סארי פאר די אויסבראך
יש מנהיג לבירה = איך טראסט מיין בעל הבית, ער ווייסט וואס ער טוט!

איך בין א פאטריאט פאר די הייליגע באשעפער און פאר זיין רעליגיע

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4585
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אייוועלט

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 6:17 pm

יש בו האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:דער פותח האט געבעטן מ'זאל ענטפערן נאר אט דעם שאלה פון ווער מ'האלט ס'גייט זיין דער קומענדיגער פרעזידענט,

טעות,

בדרך אגב בין איך דירעקט נישט אריין אין דיין אשכול,

נ.ב. עס איז נישט אין פלאץ אז יעדע צווייטע תגובה פון דיר זאל אנטהאלטן דיין ווערי קיוט הלצה, סארי פאר די אויסבראך

כ'כאפ נישט פון וועלעכע קיוט הלצה דו רעדסט, ס'גיסט זיך פון מיר לרוב ב"ה

נ.ב. מיין סענס אוו יומאר איז אנדיספיוטעבעל, עצה טובה נישט צי פארמעסטן דערמיט כי רבים חללים הפילה.
- דער חתימה איז געשטעלט געווארן דורכן ניק על אפם ועל חמתם פון די מנהלים -

אוועטאר
יש בו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3401
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אייוועלט

תגובהדורך יש בו » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 6:21 pm

טענק יו, איטס ריעלי עפרישיעטעד יור יומער, באט טריי טו דו איט אן ע פאזיטיוו וועי, איט וואנ'ט טיעז פפל
יש מנהיג לבירה = איך טראסט מיין בעל הבית, ער ווייסט וואס ער טוט!

איך בין א פאטריאט פאר די הייליגע באשעפער און פאר זיין רעליגיע

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4585
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

אפענע שמועס איבער די צענזור פון אייוועלט - נעקסט קעיס

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 6:28 pm

פארוואס האט מען אויסגעמעקט מיין אשכול???
- דער חתימה איז געשטעלט געווארן דורכן ניק על אפם ועל חמתם פון די מנהלים -

אוועטאר
א צווייטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 418
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 25, 2020 2:45 pm

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אייוועלט - נעקסט קעיס

תגובהדורך א צווייטער » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 7:01 pm

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:פארוואס האט מען אויסגעמעקט מיין אשכול???

ר"ל וואס דו האסט דארט אלץ צאמגעשריבן...
אז נישט איך, זאל זיין א צווייטער...

אוועטאר
איינס
שר שמונת אלפים
תגובות: 8109
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אייוועלט - נעקסט קעיס

תגובהדורך איינס » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 9:37 pm

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:פארוואס האט מען אויסגעמעקט מיין אשכול???

לייג עס אריין אין דיין חתימה על אפם וחתימתם.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
א צווייטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 418
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 25, 2020 2:45 pm

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אייוועלט - נעקסט קעיס

תגובהדורך א צווייטער » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 10:41 pm

איינס האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:פארוואס האט מען אויסגעמעקט מיין אשכול???

לייג עס אריין אין דיין חתימה על אפם וחתימתם.

:lol:
אז נישט איך, זאל זיין א צווייטער...

אוועטאר
א צווייטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 418
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 25, 2020 2:45 pm

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אייוועלט

תגובהדורך א צווייטער » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 10:43 pm

יש בו האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:דער פותח האט געבעטן מ'זאל ענטפערן נאר אט דעם שאלה פון ווער מ'האלט ס'גייט זיין דער קומענדיגער פרעזידענט,

טעות,

בדרך אגב בין איך דירעקט נישט אריין אין דיין אשכול,

נ.ב. עס איז נישט אין פלאץ אז יעדע צווייטע תגובה פון דיר זאל אנטהאלטן דיין ווערי קיוט הלצה, סארי פאר די אויסבראך

אלס אייניקל פון אהרן הכהן וויל איך דא אריינקומען שלום מאכן,

@יש בו, סטאוו וויל זיך שוין איבערבעטן מיטיר.

@סטאוו, יש בו וויל זיך שוין איבערבעטן מיטיר.
אז נישט איך, זאל זיין א צווייטער...

דממה דקה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3217
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אייוועלט

תגובהדורך דממה דקה » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 11:27 pm

א צווייטער האט געשריבן:
יש בו האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:דער פותח האט געבעטן מ'זאל ענטפערן נאר אט דעם שאלה פון ווער מ'האלט ס'גייט זיין דער קומענדיגער פרעזידענט,

טעות,

בדרך אגב בין איך דירעקט נישט אריין אין דיין אשכול,

נ.ב. עס איז נישט אין פלאץ אז יעדע צווייטע תגובה פון דיר זאל אנטהאלטן דיין ווערי קיוט הלצה, סארי פאר די אויסבראך

אלס אייניקל פון אהרן הכהן וויל איך דא אריינקומען שלום מאכן,

@יש בו, סטאוו וויל זיך שוין איבערבעטן מיטיר.

@סטאוו, יש בו וויל זיך שוין איבערבעטן מיטיר.

"אייניקל פון אהרן הכהן" איז "א צווייטער"

https://www.ivelt.com/forum/memberlist. ... file&u=840
person-man-woman-camera-tv = genius

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 14427
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אייוועלט

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 11:59 pm

איך בין טאקע נייגעריג אויב די מנהלים קענען מעקן א חתימה.

@יש בן, איך פארשטיי דיין אויפברויז, איך האב דאס שוין אמאל געשריבן, עס איז נישט מיין סייט, און די הנהלה קען מעקן וואס עס געפעלט זיי נישט, אבער האסט נישט קיין רעכט אריינצולייגן ווערטער אין מויל.
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

אוועטאר
יש בו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3401
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אייוועלט

תגובהדורך יש בו » דאנארשטאג סעפטעמבער 17, 2020 12:05 am

עס איז נישטג געווען א אויפברויז אויף די פארעכטן, איך פארשטיי זיי, נאר נאכדעם וואס איך האב עס באריכטעט אז מ'זאל עס אדער צוריקשטעלן אדער מעקן אינגאנצן, און די דווח איז געווארן קעיר גענומען, אבער די תגובה איז געבליבן אומבארירט, פארוואס האבן זיי עס נישט אויסגעמעקט?

דאס האט מיר געבאדערט,
יש מנהיג לבירה = איך טראסט מיין בעל הבית, ער ווייסט וואס ער טוט!

איך בין א פאטריאט פאר די הייליגע באשעפער און פאר זיין רעליגיע

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 15101
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אייוועלט

תגובהדורך לכאורה » דאנארשטאג סעפטעמבער 17, 2020 12:37 am

צל עובר האט געשריבן:איך בין טאקע נייגעריג אויב די מנהלים קענען מעקן א חתימה.

יא
איך ווייס אז איך ווייס נישט אלעס - למשל, ווייס איך נישט וועלכע זאך איך ווייס נישט

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 15101
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אייוועלט

תגובהדורך לכאורה » דאנארשטאג סעפטעמבער 17, 2020 12:37 am

יש בו האט געשריבן:עס איז נישטג געווען א אויפברויז אויף די פארעכטן, איך פארשטיי זיי, נאר נאכדעם וואס איך האב עס באריכטעט אז מ'זאל עס אדער צוריקשטעלן אדער מעקן אינגאנצן, און די דווח איז געווארן קעיר גענומען, אבער די תגובה איז געבליבן אומבארירט, פארוואס האבן זיי עס נישט אויסגעמעקט?

דאס האט מיר געבאדערט,

מ'קען אמאל 'קעיר-נעמען' פון א דווח דורך איגנארירן
איך ווייס אז איך ווייס נישט אלעס - למשל, ווייס איך נישט וועלכע זאך איך ווייס נישט

אוועטאר
יש בו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3401
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אייוועלט

תגובהדורך יש בו » דאנארשטאג סעפטעמבער 17, 2020 1:15 am

מ'רעדטעך
יש מנהיג לבירה = איך טראסט מיין בעל הבית, ער ווייסט וואס ער טוט!

איך בין א פאטריאט פאר די הייליגע באשעפער און פאר זיין רעליגיע

נפשי חמדה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 316
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 10, 2020 4:50 pm

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אייוועלט

תגובהדורך נפשי חמדה » דאנארשטאג סעפטעמבער 17, 2020 1:34 am

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:כ'כאפ נישט פון וועלעכע קיוט הלצה דו רעדסט, ס'גיסט זיך פון מיר לרוב ב"ה

נ.ב. מיין סענס אוו יומאר איז אנדיספיוטעבעל, עצה טובה נישט צי פארמעסטן דערמיט כי רבים חללים הפילה.

"איך בין יודזש" אלערט...

אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלף
תגובות: 1741
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אייוועלט

תגובהדורך פרוביר אויך » מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 1:17 pm

לכאורה האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:הבהרת דברים:

מיט אנטשולדיגונג פאר די הנהלה אדער סיי וועם איך האב מעגליך באטראפן מיט מיינע אטאקעס דעם פארגאנגענעם פרייטאג וויל איך דא פארציילן דעם אמת אז נאך דעם וואס די הנהלה האט מיר געוויזן די אשכולות הטמונים אויף הגרצ"פ בין איך איבערצייגט געווארן אז די אשכולות קענען נישט במציאות זיין דא סיי אלס כבוד הגרצ"פ און סיי אלס די השקפה פון רוב ציבור דא.

וויל איך אבער זאגן אז איך בין בכלל נישט דער ברייטער חכם וואס האלט אז ס'מיז זיין אן אשכול אויף יעדן גדול פון אנדערע חדרים, און ס'וואלט מיר גאנץ ווייניג געקימערט צי ס'איז יא דא אן אשכול אויף הגרצ"פ אדער נישט. וואס ס'שטערט מיר יא און דאס שטערט יעדן באזעסענער ניק וואס באטרעט על הצדיקים איז דאס וואס גאר קליינקעפיגע ניקס, די שענסטע טיטל וואס כ'קען זיי געבן איז 'פגעים רעים' קומען אריין אין אשכולות וואס איז נישט לפי רוחם און נעמען זיך אנדרייען פראוואקאציעס על לא דבר סתם מיט די מטרה פון שלעכטיגקייט אז די אשכולות זאלן פארמעקט ווערן.

א דוגמא נעמטס דעם אשכול אויף האדמו"ר מליובאוויטש נ"ע, ס'האט געהאלטן ביי ארום 15 בלעטער, ס'איז אפן פון 08' א שיינער אשכול ווי חסידים און אוהדים פון רבין קענען אריינקומען און שמועסן שיחת חברים, און אביסל אינגע בליט האבן זיך אריינגעריקט על לא דבר און זיך גענימען פארפירן וועגן זיין גיין אין קאלידש. וואקס אויף און רעכן זיך מיט אנדערע מענטשנס געפילן, לא די דו פארטרייבסט א היימישע קרייז פון כלל ישראל פון אינזער היימישע וועלטל צוליב דיין סעלפישקייט און א מערכה פון 40 יאר צוריק, טשעפעסט זיי סתם...

די הנהלה וואלט געמעגט פארווארפן די ניקס אנשטאט צי פארשפארן דעם אשכול, איך בין נישט קיין חסיד פון ליובאוויטשער רבי, איך האלט אויך אז רובי דרובי זאכן וואס שטייען דארט זענען מוגזם אדער הייבט זיך בכלל נישט אן. מיין אידישקייט פאלט נישט ציזאם וועגן דעם... אעפ"כ האט מיר גאר שטארק געשטערט אז די עקלדיגע פירקלערייען האט געפירט צים פארשפארונג פון דעם אשכול אנשטאט צים זריקה פון די שמוץ מאכער...

אדער ווען איך האב געשריבן אויף הגרז"נ גולדברג "כאטש זיין שייכות צי די מזרחי האט מען זיך גערעכנט מיט איהם ביי די קנאישע קרייזן" א תגובה וואס איז זייער אין פלאץ איז אבער פינקט געניג פאר די היצקעפ זיך צי ארויפכאפן דערויף און זיך נעמען שיסן חיצים ובליסטראות ביז די הנהלה מעקט דעם שורה ציזאמען מיט נאך שיינע תגובות וואס זענען מרמז אויף דעם. ס'איז א ווייטאג ווי די הנהלה פאלט פאר די קליינע קעפ אנשטאט זיי צי חוסם זיין און פערטיג.

א וויילע צוריק האב איך געזוכט עפעס אויף הגרצ"פ און ס'איז מיר געווען אויפפאלנד אז ס'איז נישטא גארנישט אויף איהם דא ביי אינז, האב איך געזוכט ביז כ'האב געזעהן אז ס'איז געווען און מ'האט עס גונז געווען. אינטערן רושם פון די אויבנדערמאנטע מחיקות און סגירות האב איך פארשטאנען אז דאס איז מסתמא געווען די קעיס דארט אויכט האב איך אנגעהויבן מיט א ויצעקו היתכן מ'לאזט זיך דא פארפירן פון א 2-3 נויזמעיקערס, למעשה איז עס אינו דומה און ס'איז זיכער אז די אשכולות האבן נישט קיין פלאץ דא צוליב זייער תוכן כמובן (כאטש וואס ס'איז מסתמא דא א מהלך וואס ערוואקסענע מענטשן קענען נעמען וויאזוי צי רעדן איבער די נושא אן עס מאכן קאנטראווערסיאל אבער ס'איז געוויס איינגעשטעלט...)

וויל איך דא דערמיט בעטן די הנהלה זאל ביטע שטרענגער ווערן קעגן די פארפירערס וואס זייען דא אן כאאס און נעמען אוועק פון די געשמאק און ערוואקסנקייט פון אינזער וועלטל
ובחדא מחתא וויל איך זיך באדאנקען און ווינטשן פאר אלע מנהלים און אחראים, ענקער ארבעט איז הייליג און טייער שכרכם הרבה מאוד, ס'איז א פארגעניגן צי פארברענגען דא, יישר כחכם!

אין ליכט פון דעם הערליכן תגובה, איז די אשכול איבער אדמו"ר רמ"מ האחרון מליובאוויטש צוריק אפן

האב איך הנאה ווי סטאוו זאגט איבער די זעלבע טענה, מיט א נייע נוסח,
און מען איז עס מקבל, ממאכט אויף אשכולות.

#די כח פון קאמיוניקעישאן!!!
אז יענער קען קענסטו אויך

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4585
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: אומאן ראש השנה תשפ''א לאור המצב

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2020 11:56 am

דער אשכול דארט איז שוין געלויבט ב"ה פארשפארט, אבער דער געמיינער תגובה איז נאך קיים, ולא עוד עס איז נאך דער לעצטער תגובה דארט... שטעל איך דא אהער דעם וויכטיגן הבהרה וואס כ'האב דארט אנגעהויבן שרייבן, והשם הטוב יכפר

Programming האט געשריבן:ניין, דו האסט נישט געשריבן ווייל דו האסט (האפנטליך) געכאפט די נקודה וואס די תגובה האט אילוסטרירט, עטס זענטס נישט די איינציגע צו טון זאכן ארויס פון דער נארמע אויף אנצוקומען צו ענקער רבי'ן, עס איז אויך דא אנדערע וואס שטייגן אייך גאר איבער. סאו הער אויף מיט דעם מה דודך מדוד פערדעריי און אנשטאט קאנצעטריר זיך אויף אנדערע פאקטארן וואס האבן מער מיט די חסידים ווי מיטן רבי'ן

ניין, די סיבה פון זיין נישט שרייבן איז יא אזוי ווי ער האט געזאגט. א טויבער געט מען נישט הערן קיין מוזיק, א קרומער קען מען נישט גראד מאכן. זה בחירתך. און אויב האט נאך איינער געהאט א צל של ספק אין דעם האסטו עס יעצט אויפגעוויזן לעין כל, דיין טויבקייט/קרומקייט שרייט  זיך ארויס פון יעדע אנגייענדע תגובה דיינער. 

און יעצט אפאר ווערטער צי די פארשטענדיגע ליינער מיט ריינע מחשבות שלא ישפעו ח״ו מדבריו הדופי המזלזלים בכבודן של בני ישראל, די מושג ״ארויס פון די נורמע״ איז שוין אלט 2,000 יאר, יסודתו בהררי צדוקים, ביסותים ומתיונים, במשך הדורות האט עס אלץ געטוישט נעמען למיניהם ושיקוציהן. ליידער גאר לעצטנס איז עס בתוכנו אויף א געפערליכע פארנעם, ס׳ווערט ערגער און ערגער, שווערער און שווערער צי מבחין זיין אין די השכלה וואס איז מרקד בתוכנו. דארף מען דערפאר כסדר זיך דערמאנען און איבער'חזר'ן וואס אינזערע יסודות און עיקרים זענען.

יא מיר גייען ארויס פון די נורמע! יעדער לפי שורש נשמתו מיט וועלעכע מנהיג ישראל ער האט שייכות, און די שייכות איז זיין שפייז פאר זיין נשמה, גייט ארויס פון די נורמע מחמת געגועיו הקדושים! און ווען עטס זענטס פוגע אין דעם פארקראכענער וואס שפעט אפ פון די מעשי מסירות נפש (בלי שום אמתלא אז ס׳איז על חשבונו, וגם עם אמתלאות קען מען בקל מבחין זיין צי ס׳שטערט איהם טאקע יענע סיבה אדער ס׳איז בלויז רוע לבו וואס האלט נישט אויס די פארנאטישע מסירת נפש, כגון הכא). דארף מען וויסן אז דאס איז פון די היינטיגע השכלה המלובש בלבוש הנארמאלקייט. 

נ.ב. איך האב דירעקט נישט מדווח געווען דעם תגובה למען יתגלה דעותיו המעוקמים ויעמוד לימים רבים. זאל מען זעהן פינקטליך פון וועם צי שטיין ווייט
- דער חתימה איז געשטעלט געווארן דורכן ניק על אפם ועל חמתם פון די מנהלים -

אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלפיים
תגובות: 2051
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

Re: אומאן ראש השנה תשפ''א לאור המצב

תגובהדורך צייט שטיפער » דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2020 1:25 pm

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:דער אשכול דארט איז שוין געלויבט ב"ה פארשפארט, אבער דער געמיינער תגובה איז נאך קיים, ולא עוד עס איז נאך דער לעצטער תגובה דארט... שטעל איך דא אהער דעם וויכטיגן הבהרה וואס כ'האב דארט אנגעהויבן שרייבן, והשם הטוב יכפר

שרייבסטאך אז דו האסט עס דירעקט נישט גע'דווחט למען דעת כל עמי הארץ..

אין א זייטיגע נאטיץ, איך נעם נישט קיין שטעלונג, בלויז א ליינער

Programming
שר האלף
תגובות: 1078
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

Re: אומאן ראש השנה תשפ''א לאור המצב

תגובהדורך Programming » דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2020 2:28 pm

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:דער אשכול דארט איז שוין געלויבט ב"ה פארשפארט, אבער דער געמיינער תגובה איז נאך קיים, ולא עוד עס איז נאך דער לעצטער תגובה דארט... שטעל איך דא אהער דעם וויכטיגן הבהרה וואס כ'האב דארט אנגעהויבן שרייבן, והשם הטוב יכפר

Programming האט געשריבן:ניין, דו האסט נישט געשריבן ווייל דו האסט (האפנטליך) געכאפט די נקודה וואס די תגובה האט אילוסטרירט, עטס זענטס נישט די איינציגע צו טון זאכן ארויס פון דער נארמע אויף אנצוקומען צו ענקער רבי'ן, עס איז אויך דא אנדערע וואס שטייגן אייך גאר איבער. סאו הער אויף מיט דעם מה דודך מדוד פערדעריי און אנשטאט קאנצעטריר זיך אויף אנדערע פאקטארן וואס האבן מער מיט די חסידים ווי מיטן רבי'ן

ניין, די סיבה פון זיין נישט שרייבן איז יא אזוי ווי ער האט געזאגט. א טויבער געט מען נישט הערן קיין מוזיק, א קרומער קען מען נישט גראד מאכן. זה בחירתך. און אויב האט נאך איינער געהאט א צל של ספק אין דעם האסטו עס יעצט אויפגעוויזן לעין כל, דיין טויבקייט/קרומקייט שרייט  זיך ארויס פון יעדע אנגייענדע תגובה דיינער. 

און יעצט אפאר ווערטער צי די פארשטענדיגע ליינער מיט ריינע מחשבות שלא ישפעו ח״ו מדבריו הדופי המזלזלים בכבודן של בני ישראל, די מושג ״ארויס פון די נורמע״ איז שוין אלט 2,000 יאר, יסודתו בהררי צדוקים, ביסותים ומתיונים, במשך הדורות האט עס אלץ געטוישט נעמען למיניהם ושיקוציהן. ליידער גאר לעצטנס איז עס בתוכנו אויף א געפערליכע פארנעם, ס׳ווערט ערגער און ערגער, שווערער און שווערער צי מבחין זיין אין די השכלה וואס איז מרקד בתוכנו. דארף מען דערפאר כסדר זיך דערמאנען און איבער'חזר'ן וואס אינזערע יסודות און עיקרים זענען.

יא מיר גייען ארויס פון די נורמע! יעדער לפי שורש נשמתו מיט וועלעכע מנהיג ישראל ער האט שייכות, און די שייכות איז זיין שפייז פאר זיין נשמה, גייט ארויס פון די נורמע מחמת געגועיו הקדושים! און ווען עטס זענטס פוגע אין דעם פארקראכענער וואס שפעט אפ פון די מעשי מסירות נפש (בלי שום אמתלא אז ס׳איז על חשבונו, וגם עם אמתלאות קען מען בקל מבחין זיין צי ס׳שטערט איהם טאקע יענע סיבה אדער ס׳איז בלויז רוע לבו וואס האלט נישט אויס די פארנאטישע מסירת נפש, כגון הכא). דארף מען וויסן אז דאס איז פון די היינטיגע השכלה המלובש בלבוש הנארמאלקייט. 

נ.ב. איך האב דירעקט נישט מדווח געווען דעם תגובה למען יתגלה דעותיו המעוקמים ויעמוד לימים רבים. זאל מען זעהן פינקטליך פון וועם צי שטיין ווייט

איך דווח אויך נישט דיין תגובה, ספעציעל אז עס איז דא אין די אשכול ווי יעדער איינער קען ליינען איין תגובה ארויף הערליכע דיבורים מיט וועלכע איך בין גאר שטארק איינשטימיג, און היות עס איז זייער טרעפליך און נוגע לענייננו וויל איך מעתיק זיין עטליכע קטעים:

ואס ס'שטערט מיר יא און דאס שטערט יעדן באזעסענער ניק וואס באטרעט על הצדיקים איז דאס וואס גאר קליינקעפיגע ניקס, די שענסטע טיטל וואס כ'קען זיי געבן איז 'פגעים רעים' קומען אריין אין אשכולות וואס איז נישט לפי רוחם און נעמען זיך אנדרייען פראוואקאציעס על לא דבר סתם מיט די מטרה פון שלעכטיגקייט אז די אשכולות זאלן פארמעקט ווערן.

אביסל אינגע בליט האבן זיך אריינגעריקט על לא דבר און זיך גענימען פארפירן

די הנהלה וואלט געמעגט פארווארפן די ניקס אנשטאט צי פארשפארן דעם אשכול,

אעפ"כ האט מיר גאר שטארק געשטערט אז די עקלדיגע פירקלערייען האט געפירט צים פארשפארונג פון דעם אשכול אנשטאט צים זריקה פון די שמוץ מאכער...

אדער ווען איך האב געשריבן ... א תגובה וואס איז זייער אין פלאץ איז אבער פינקט געניג פאר די היצקעפ זיך צי ארויפכאפן דערויף און זיך נעמען שיסן חיצים ובליסטראות ביז די הנהלה מעקט דעם שורה ציזאמען מיט נאך שיינע תגובות וואס זענען מרמז אויף דעם. ס'איז א ווייטאג ווי די הנהלה פאלט פאר די קליינע קעפ אנשטאט זיי צי חוסם זיין און פערטיג.

וויל איך דא דערמיט בעטן די הנהלה זאל ביטע שטרענגער ווערן קעגן די פארפירערס וואס זייען דא אן כאאס און נעמען אוועק פון די געשמאק און ערוואקסנקייט פון אינזער וועלטל
ובחדא מחתא וויל איך זיך באדאנקען און ווינטשן פאר אלע מנהלים און אחראים, ענקער ארבעט איז הייליג און טייער שכרכם הרבה מאוד, ס'איז א פארגעניגן צי פארברענגען דא, יישר כחכם!

עכ"ל בערך הנוגע לענייננו. ודוק מינה ואוקי באתרה

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4585
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אייוועלט

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » פרייטאג סעפטעמבער 25, 2020 10:02 am

פארוואס האט מען מיר געמעקט אין קאראנע נייעס?
- דער חתימה איז געשטעלט געווארן דורכן ניק על אפם ועל חמתם פון די מנהלים -

צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Bing [Bot] און 2 געסט