אפענע שמועס איבער די צענזור פון אייוועלט

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

אוועטאר
אלטער
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין דער אלטער היים

תגובהדורך אלטער » דאנארשטאג ינואר 23, 2020 2:21 pm

איך האב געשריבן א תגובה דא viewtopic.php?f=26&t=41366 און דאס געפינט זיך מער נישט, קען מען מיר דאס אויס קלארן ביטא?

אדאנק פון פאראויס
שאל אביך ויגדך זקניך ויאמרו לך

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11720
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דאנארשטאג ינואר 23, 2020 5:38 pm

אלטער האט געשריבן:איך האב געשריבן א תגובה דא viewtopic.php?f=26&t=41366 און דאס געפינט זיך מער נישט, קען מען מיר דאס אויס קלארן ביטא?

אדאנק פון פאראויס

כ'זעה נישט דארט קיין פארמעקטע תגובות, מסתמא איז עס קיינמאל אדורך ביים שלח'ן.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
אלטער
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין דער אלטער היים

תגובהדורך אלטער » דאנארשטאג ינואר 23, 2020 5:42 pm

לכאורה האט געשריבן:
אלטער האט געשריבן:איך האב געשריבן א תגובה דא viewtopic.php?f=26&t=41366 און דאס געפינט זיך מער נישט, קען מען מיר דאס אויס קלארן ביטא?

אדאנק פון פאראויס

כ'זעה נישט דארט קיין פארמעקטע תגובות, מסתמא איז עס קיינמאל אדורך ביים שלח'ן.

קען זיין העמיר עס איבער שיקן

אדאנק פארן ענטפערן
לעצט פאראכטן דורך אלטער אום זונטאג ינואר 26, 2020 1:53 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
שאל אביך ויגדך זקניך ויאמרו לך

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9779
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מוצ"ש ינואר 25, 2020 10:51 pm

נקודהלע האט געשריבן:כ'האב אמאל דא געלייגט א בילד פון פרייע פאנטס, און ס'געווארן פארקנאקט, דערנאך האב איך געלייג נאך איינס פון אנדערע פאנטס און ס'איז געבליבן אפן? מה פשט? (כ'וויל פארשטיין, כ'האב נישט קיין טענות...) :?:

אגב, געב א קוק מיין שורה אינטן, וועסטו זען אז כ'האלט פון מעקן...

ווי ווייט איך קען זען איז צו וויסן די תשובה דערויף וועט איר זיך דארפן ווענדן צו מר. גוגל, זינט אייער בילד פירט צו זיי, דאס האט גארנישט מיט אונז.

אוועטאר
ימות המשיח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 433
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 31, 2019 6:17 am
לאקאציע: אויף אַ ווייַסע פערד

תגובהדורך ימות המשיח » זונטאג ינואר 26, 2020 11:12 am

את חטאתי אני מזכיר....
איך האב געלייגט א נישט גוטע לינק או ביז אפאר מינוט איז עס אראפ גענומען געווארן...
א גרויסן ש'כוח מנהלים!!
אַ געשעפט האָב איך............

אוועטאר
איינס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3228
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » זונטאג ינואר 26, 2020 10:44 pm

און שוין ווידער

אבער דאסמאל פארשטיי איך

איך האב נאר געזעהן אז פאר שיעלע האט מען געלאזט האב איך מיר נישט געקענט איינהאלטן און איך האב געענטפערט

(פליז לאז עס דא, מזאל זעהן אז נישט אייביג האב איך טענות...)
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוראייניקל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 275
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

תגובהדורך אוראייניקל » מאנטאג ינואר 27, 2020 6:13 am

און יעצט איז געקומען מיין רייע!
יישר כח פאר'ן מעקן דעם טראלעריי אין 'דף היומי בחסידות' צוזאמען מיט מיין תגובה אויף דעם!
בבחינת 'תמות נפשי עם פלישתים'.

און א קאמפלעינט אויף די אנדערע פלעצער ווי מ'האט נאר געמעקט מיין תגובה!

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר חמש מאות
תגובות: 911
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

תגובהדורך געריבענער סוחר » מאנטאג ינואר 27, 2020 2:01 pm

וואס מיינט א אידישע וועלט אז איבער 1000 מיידלעך אין מאנסי האבן נישט קיין סקול און זיי סווייפען די עלטערנס ק''ק און אלע סטארס אין מאנסי, און סנישט שייך צי ריפארטן דא?

ווען עפעס א סקול אין קאראוואנען אין גליל שפארט צי פאר איין טאג דרייט זיך איבער גאנץ אמעריקע און סיז א גאנצע פאליטיק וועליכע אדמו''ר האט געשיקט מער געלט, אבער דא ביי אונז אין בעק יארד? נאו באדי קערס.. ניטאמאל ריפארטן אויף אייוועלט איז שייך.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1622
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » מאנטאג ינואר 27, 2020 2:45 pm

נו, עס פאנגט זיך נישט יעצט אן. קול מבשר גייט זיין פארנומען א גאנצע מוצ"ש מיט א אינצידענט אין אוקריינע, אבער וועט טאטאל איגנארירן אינצידענטן און נייעס אין אונזערע היימשטעט.
קומסט אין ביהמ"ד, וואסערע צעטלין זעסטו אויף די ווענט? באקלעבט א דאזען פאוסטערס מיט עפעס א פרישע מוסד אין א"י וואס נעמט נישט קיין געלט פון די ציונים. אפשר איין קליינע צעטעלע וועסטו טרעפן א וויכטיגע זאך וואס איז יעדן נוגע.
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: שטורעם און 10 געסט