בלאט 109 פון 1178

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2019 11:00 pm
דורך לכאורה
איך פארשטיי זייער גוט פארוואס די ראבא קאל אשכול איז פארשוואונדן געווארן
סיי אויב איר האלט פון הרב ראבא קאלס און סיי אויב איר האלט נישט פון אים, דארפט איר מסכים זיין אז יענער אשכול באלאנגט נישט דאהי
אויב איר האלט פון אים, קענט איר נישט צוזעהן ווי מען רייסט אים אזוי אראפ
טאמער האלט איר נישט פון אים, קענט איר נישט דערליידן די פלאטפארמע וואס דאס גיבט אים צו שרייבן

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2019 11:31 pm
דורך שפיגליצקי
איך קען נישט מער ווי צולייגן דאס:

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 01, 2019 9:53 pm
דורך בארואיגט-אייך
איך האב שוין לאנג געוואלט פארשטיין וואס מיינט אז איך האב נישט קיין רשות צו ליינען א געוויסע אשכול, ווער יא אין ווער נישט...

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 6:03 am
דורך ימות המשיח
בארואיגט-אייך האט געשריבן:איך האב שוין לאנג געוואלט פארשטיין וואס מיינט אז איך האב נישט קיין רשות צו ליינען א געוויסע אשכול, ווער יא אין ווער נישט...

גם אני מצטרף לשאלה הנ"ל

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 7:37 am
דורך nmi
א אשכול וואס איז פארמעקט קומט ארויף ביי יעדעם אז מ'האט נישט קיין רעכט דאס צו ליינען

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 7:45 am
דורך ימות המשיח
nmi האט געשריבן:א אשכול וואס איז פארמעקט קומט ארויף ביי יעדעם אז מ'האט נישט קיין רעכט דאס צו ליינען

פארוואס איז די אשכול : "אנטשולדיגט! אבער מיר וועלן נאר אננעמען אייער קינד אין די מוסדות ווען איר וועט האבן א סמארטפאון." פארמעקט ?

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 8:32 am
דורך nmi
ימות המשיח האט געשריבן:
nmi האט געשריבן:א אשכול וואס איז פארמעקט קומט ארויף ביי יעדעם אז מ'האט נישט קיין רעכט דאס צו ליינען

פארוואס איז די אשכול : "אנטשולדיגט! אבער מיר וועלן נאר אננעמען אייער קינד אין די מוסדות ווען איר וועט האבן א סמארטפאון." פארמעקט ?

פרעג די מנהלים.

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 10:24 am
דורך פאקטען
ימות המשיח האט געשריבן:
nmi האט געשריבן:א אשכול וואס איז פארמעקט קומט ארויף ביי יעדעם אז מ'האט נישט קיין רעכט דאס צו ליינען

פארוואס איז די אשכול : "אנטשולדיגט! אבער מיר וועלן נאר אננעמען אייער קינד אין די מוסדות ווען איר וועט האבן א סמארטפאון." פארמעקט ?

ווייל ס' איז דא מענטשן וואס גלייבן נישט די מעשה

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 10:27 am
דורך ווישוואש
סאו?

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 10:45 am
דורך צייט שטיפער
ימות המשיח האט געשריבן:
nmi האט געשריבן:א אשכול וואס איז פארמעקט קומט ארויף ביי יעדעם אז מ'האט נישט קיין רעכט דאס צו ליינען

פארוואס איז די אשכול : "אנטשולדיגט! אבער מיר וועלן נאר אננעמען אייער קינד אין די מוסדות ווען איר וועט האבן א סמארטפאון." פארמעקט ?

ווייל מען וויל נישט אנרייצן אנדערע צו קויפן סמארטפאון'ס

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 10:45 am
דורך ימות המשיח
ווישוואש האט געשריבן:סאו?

ג"א מצטרף לשאלה הנ"ל
סאו???

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 1:41 pm
דורך יענקעלע
וואס איז געווען די מעשה?...

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 2:03 pm
דורך קלאָצקאָפּ
יענקעלע האט געשריבן:וואס איז געווען די מעשה?...

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 2:06 pm
דורך ימות המשיח
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
יענקעלע האט געשריבן:וואס איז געווען די מעשה?...


קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער! (אונטערשריפט "קלאָצקאָפּ")

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 6:02 pm
דורך אוראייניקל
:
nmi האט געשריבן:
ימות המשיח האט געשריבן:
nmi האט געשריבן:א אשכול וואס איז פארמעקט קומט ארויף ביי יעדעם אז מ'האט נישט קיין רעכט דאס צו ליינען

פארוואס איז די אשכול : "אנטשולדיגט! אבער מיר וועלן נאר אננעמען אייער קינד אין די מוסדות ווען איר וועט האבן א סמארטפאון." פארמעקט ?

פרעג די מנהלים.

די מנהלים פון די מוסדות? :lol:

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 10:05 pm
דורך שמואל בארג
ימות המשיח האט געשריבן:פארוואס איז די אשכול : "אנטשולדיגט! אבער מיר וועלן נאר אננעמען אייער קינד אין די מוסדות ווען איר וועט האבן א סמארטפאון." פארמעקט ?


נאך גרויס דרוק פון די אנאנימע שרייבעריי אויף אידישע וועלט, ש'מער און ש'ווייניגער די מנהלים האבן זיך געבראכן און אריינגענומען די קינדער!

זוי טראכט איך, דו נישט?

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 1:09 am
דורך פּשוט און פּראָסט
שמואל בארג האט געשריבן:
ימות המשיח האט געשריבן:פארוואס איז די אשכול : "אנטשולדיגט! אבער מיר וועלן נאר אננעמען אייער קינד אין די מוסדות ווען איר וועט האבן א סמארטפאון." פארמעקט ?


נאך גרויס דרוק פון די אנאנימע שרייבעריי אויף אידישע וועלט, ש'מער און ש'ווייניגער די מנהלים האבן זיך געבראכן און אריינגענומען די קינדער!

זוי טראכט איך, דו נישט?


סאו הײסט אױף אײװעלט מעג מען נאר שרײבן זאכן װאס גײען אױפטוהן אױף למעשה, אהא, אקעי, נישט געװיסט

און בד״װ, יאל בי סורפרײזט װיפיל זאכן אנאנימע שרײבערײ האט שױן אױפגעטוהן.

אײן עקזעמפל, דאס ארױפגײן מיט די שכ״ל 2 יאר צוריק, זענען זײ געװארן זײער װײעך נאר װעגן די רודערײ אין די גאס, װאס די רודערײ האט געהאט היבש שײכות מיט אײװעלט.

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 1:38 am
דורך למעלה משבעים
ימות המשיח האט געשריבן:
nmi האט געשריבן:א אשכול וואס איז פארמעקט קומט ארויף ביי יעדעם אז מ'האט נישט קיין רעכט דאס צו ליינען

פארוואס איז די אשכול : "אנטשולדיגט! אבער מיר וועלן נאר אננעמען אייער קינד אין די מוסדות ווען איר וועט האבן א סמארטפאון." פארמעקט ?


זאג, איר האט שוין אמאל דורכגעליינט דעם אשכול http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?forms=0&t=24630 ? איר געדענגט דעם סעיף ג' דארט?

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 1:41 am
דורך ווישוואש
ס'נישט געווען קיין מחאה.

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 1:44 am
דורך למעלה משבעים
ווייל ס'איז נישט געשטאנען דער ווארט מוחה? די ציל פונעם אשכול איז דאס געווען.

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 1:50 am
דורך ווישוואש
זיך אפרעדן אויף עפעס און דורכשמועסן מיט אנדערע וואס זענען דאס מעגליך אויך דורכגעגאנגען איז נישט קיין מחאה.

א מחאה וואלט אויך געדארפט האבן א נאמען אויף וועם מ'איז מוחה.

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 2:02 am
דורך למעלה משבעים
די מעשה איז ארויסגעשטאנען מיט גענוג קלארע דעטאלען אז א נאמען האט שוין נישט אויסגעפעלט.

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 9:46 pm
דורך קלאָצקאָפּ
אינטערעסאנט מיטצוהאלטן ווי דער סכום התגובות אין דער לזווג אשכול שרינקט מיט יעדע פארבייגייענדע מינוט.

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 9:47 pm
דורך קלאָצקאָפּ
*סעקונדע

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 10:03 pm
דורך קלאָצקאָפּ
גארנישט געבליבן...