אפענע שמועס איבער די צענזור פון אייוועלט

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אשדוד
שר חמש מאות
תגובות: 530
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 17, 2017 12:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אשדוד »

אהער און אהין האט געשריבן:א תגובה פון די צייטן ווען "(איי) וועלט איז נאך געווען (איי) וועלט"

מיללער שרייבט:

די ווערטער פון דא און ווייטער זענען אראפגענומען כפי הוראת

איך זעה נישט מיט דעם א טויש ביי די אחראים איך זעה דא א טויש ביי די שרייבערס , אויב דער עולם וואלט געשריבן אזוי ערוואקסן וואו מיללער וואלט עס געבליבן נאר יעדער מוז כסדר שטופים אגענדעס וכו'...
אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלפיים
תגובות: 2231
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייט שטיפער »

גיב א שמייכל האט געשריבן:
הרב דפה האט געשריבן:על ה' ועל משיחו (אל תגעו במשיחו אלו תינוקות של בית רבן) מעג מען שרייבן אויף אייוועלט, און עס ווערט נישט געמעקט, נאר ווען עס קומט צו ילדישע פאליטיק דארט זענען די מנהלים גלייך דא....
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 2#p1983892

אוי לאותה בושה אז אזא משכיל'שע תגובה שטייט שוין אויף אייוועלט זינט הייינט אינדערפיה

מה נשתנה אייוועלט מק....?

רח"ל

סאיז שוין אראפ

קוקן מיר שוין אויס ווי דער געפייערטער פאליס מאן וואס איז נעכטן געווארן געווארפן
אוועטאר
ברוך מ'לאנדאן
שר חמישים
תגובות: 91
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 20, 2019 2:59 am
לאקאציע: ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוך מ'לאנדאן »

לכאורה האט געשריבן:
הרב דפה האט געשריבן:על ה' ועל משיחו (אל תגעו במשיחו אלו תינוקות של בית רבן) מעג מען שרייבן אויף אייוועלט, און עס ווערט נישט געמעקט, נאר ווען עס קומט צו ילדישע פאליטיק דארט זענען די מנהלים גלייך דא....
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 2#p1983892

אוי לאותה בושה אז אזא משכיל'שע תגובה שטייט שוין אויף אייוועלט זינט הייינט אינדערפיה

מה נשתנה אייוועלט מק....?

רח"ל

עס לוינט זיך אמאל צו לאזן אזא תגובה, כדי דער עולם זאל וויסן וואספארא סארט איד דער ניק איז, און וויאזוי מען דארף זיך באציען צו זיינע אנדערע תגובות.

מענטשען פרובירן אמאל צו זיין ברייט, און למעשה שטעלט זיך ארויס דאס פארקערטע!

דהיינו:

אז מען קוקט אין די גיידליינס זעהט מען אז רוב פון זייערער פארלאנגען איז הבלי הבלים וואס ברענגט נישט גארנישט פארן קינד צו קענען מאכן געלט!

והשנית אז רוב פון די אלע אום גערלערנטע יונגעלייט זיצן אויף א סך א שענערע סעלערי ווי די עוורעדזש ניו יארקער!

נעם אין אכט!
Screenshot_20190820-172228_Chrome.jpg
Screenshot_20190820-172228_Chrome.jpg (99.36 KiB) געזען 1831 מאל

דאס ווייזט אז זיין עדיוקעיטעט איז בכלל נישט קיין פארזיכערונג אויף א גוט באצאלטער דזשאב!

די מציות איז אז רוב, אויב נישט אלע יונגעלייט ווילן אנדערשער ארבייטען ביי א יוד,( צוליב א סך זעלבסטפארשטענדלעכע סיבות) וואס צו אנהייבען ארבייטען ביי א יוד ברויך מען נישט קענען מער ווי בעיסיק קאמפיוטער, עקסעל, און קוויק בוקס, וואס דאס זיך אויסלערנען דארף נישט נעמען מער ווי 2-4 וואכן!

און יעצט פינאנציעל גערעדט:
די ווילסט דאך דיין קינד זאל זיין ברייט, איא? יעצט, אריינצוברענגען די אלע קוריקולים (לימודים) מיט טיטשערס גייט דאך קאסטן ריזיגער געלטער, שטימט? איז אזוי! א פאבליק סקול ווילסט נישט, ווייל די ווילסט א יודישער חינוך פאר דיינע קינדער! (כ'האף אזוי) יעצט ביסטו גרייט צו צאלען שכר לימוד וויפל אזא זאך דארף צו קאסטן?(גראדע מיינעך אז די ביסט די זעלבע וואס שעלט געפערלעך אז מען רייסט שכר לימוד אין די וועלט אריין)

אבער די עכטע סיבה פארוואס מיר שלאגן זיך מיט די ביטערע גזירה איז ווייל אונזערע רביס די תלמידי החתם סופר מיט די אונגערישער רבנים, און אזוי אויך די אלע שפעטערע צדיקים האבן אונז אויסגעטרויטן די וועג זיך צו שלאגן מיט די אריינברענגען די למודי חול ( אויף מער וויפיל עס פעלט זיך אויס) און זיכער ווען ס'רעט זיך פון למודי נארישקייט ל'ע..

זאל די אייבערשטער העלפן, אז ומלאה הארץ דעה את השם בב'א.
אחד הרבנים
שר האלף
תגובות: 1294
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחד הרבנים »

ברוך מ'לאנדאן האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:
הרב דפה האט געשריבן:על ה' ועל משיחו (אל תגעו במשיחו אלו תינוקות של בית רבן) מעג מען שרייבן אויף אייוועלט, און עס ווערט נישט געמעקט, נאר ווען עס קומט צו ילדישע פאליטיק דארט זענען די מנהלים גלייך דא....
viewtopic.php?p=1983892#p1983892

אוי לאותה בושה אז אזא משכיל'שע תגובה שטייט שוין אויף אייוועלט זינט הייינט אינדערפיה

מה נשתנה אייוועלט מק....?

רח"ל

עס לוינט זיך אמאל צו לאזן אזא תגובה, כדי דער עולם זאל וויסן וואספארא סארט איד דער ניק איז, און וויאזוי מען דארף זיך באציען צו זיינע אנדערע תגובות.

מענטשען פרובירן אמאל צו זיין ברייט, און למעשה שטעלט זיך ארויס דאס פארקערטע!

דהיינו:

אז מען קוקט אין די גיידליינס זעהט מען אז רוב פון זייערער פארלאנגען איז הבלי הבלים וואס ברענגט נישט גארנישט פארן קינד צו קענען מאכן געלט!

והשנית אז רוב פון די אלע אום גערלערנטע יונגעלייט זיצן אויף א סך א שענערע סעלערי ווי די עוורעדזש ניו יארקער!

נעם אין אכט!
Screenshot_20190820-172228_Chrome.jpg

דאס ווייזט אז זיין עדיוקעיטעט איז בכלל נישט קיין פארזיכערונג אויף א גוט באצאלטער דזשאב!

די מציות איז אז רוב, אויב נישט אלע יונגעלייט ווילן אנדערשער ארבייטען ביי א יוד,( צוליב א סך זעלבסטפארשטענדלעכע סיבות) וואס צו אנהייבען ארבייטען ביי א יוד ברויך מען נישט קענען מער ווי בעיסיק קאמפיוטער, עקסעל, און קוויק בוקס, וואס דאס זיך אויסלערנען דארף נישט נעמען מער ווי 2-4 וואכן!

און יעצט פינאנציעל גערעדט:
די ווילסט דאך דיין קינד זאל זיין ברייט, איא? יעצט, אריינצוברענגען די אלע קוריקולים (לימודים) מיט טיטשערס גייט דאך קאסטן ריזיגער געלטער, שטימט? איז אזוי! א פאבליק סקול ווילסט נישט, ווייל די ווילסט א יודישער חינוך פאר דיינע קינדער! (כ'האף אזוי) יעצט ביסטו גרייט צו צאלען שכר לימוד וויפל אזא זאך דארף צו קאסטן?(גראדע מיינעך אז די ביסט די זעלבע וואס שעלט געפערלעך אז מען רייסט שכר לימוד אין די וועלט אריין)

אבער די עכטע סיבה פארוואס מיר שלאגן זיך מיט די ביטערע גזירה איז ווייל אונזערע רביס די תלמידי החתם סופר מיט די אונגערישער רבנים, און אזוי אויך די אלע שפעטערע צדיקים האבן אונז אויסגעטרויטן די וועג זיך צו שלאגן מיט די אריינברענגען די למודי חול ( אויף מער וויפיל עס פעלט זיך אויס) און זיכער ווען ס'רעט זיך פון למודי נארישקייט ל'ע..

זאל די אייבערשטער העלפן, אז ומלאה הארץ דעה את השם בב'א.

זייער א הייליגע נושא אבער עס איז שוין דא בערך 5 6 אשכולות וואס רעדן פון די זעלבע זאך. איינס איז נעכטן פארמאכט געווארן צולבי זייטיגע סיבות. אבער צו וואס דארף מען דעם אשכול אויך אהין פארדרייען?
אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3647
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: פאר מער דרוקט נומער 7

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעגאו מענטשעלע »

מען קלינט און מען קלינט די חינוך אשכולות... אבער בבחינת קליפתו אכל תוכו זרק...
ליין די תגובה ווילאנג ער לעבט נאך..
לב בשר
שר האלף
תגובות: 1152
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 26, 2019 2:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לב בשר »

ס'וואלט געווען כדאי אז ווען מ'מעקט א תגובה זאל מען שרייבן אין אישי פאר'ן ניק פארוואס מ'האט עס אויסגעמעקט. איך האב געשריבן א תגובה און כ'האב נישט קיין אנונג פארוואס מ'האט עס געמעקט.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28197
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

לב בשר האט געשריבן:ס'וואלט געווען כדאי אז ווען מ'מעקט א תגובה זאל מען שרייבן אין אישי פאר'ן ניק פארוואס מ'האט עס אויסגעמעקט. איך האב געשריבן א תגובה און כ'האב נישט קיין אנונג פארוואס מ'האט עס געמעקט.

אין וועלכע אשכול, וואס איז געווען די תוכן התגובה?
אוועטאר
ווישוואש
שר שבעת אלפים
תגובות: 7021
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

אסאך מאל פליט א תגובה בתוך שאר חולי.. ווען מ'מעקט עפעס אנדערש און ס'פארלירט קאנטעקסט.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
הערש לייב
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 20, 2017 5:21 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערש לייב »

לב בשר האט געשריבן:ס'וואלט געווען כדאי אז ווען מ'מעקט א תגובה זאל מען שרייבן אין אישי פאר'ן ניק פארוואס מ'האט עס אויסגעמעקט. איך האב געשריבן א תגובה און כ'האב נישט קיין אנונג פארוואס מ'האט עס געמעקט.

איך גלייב נישט דאס גייט פאסירן פאר די מנהלים באקומען א רעיז... פראביר דו צו שיקן א אישי פאר איינע פון די מנהלים, איך גלייב דו וועסט באקומען א הסבר.
אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1910
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהער און אהין »

אשדוד האט געשריבן:
אהער און אהין האט געשריבן:א תגובה פון די צייטן ווען "(איי) וועלט איז נאך געווען (איי) וועלט"

מיללער שרייבט:

די ווערטער פון דא און ווייטער זענען אראפגענומען כפי הוראת

איך זעה נישט מיט דעם א טויש ביי די אחראים איך זעה דא א טויש ביי די שרייבערס , אויב דער עולם וואלט געשריבן אזוי ערוואקסן וואו מיללער וואלט עס געבליבן נאר יעדער מוז כסדר שטופים אגענדעס וכו'...

דאס האמיר געמיינט.

אין די אמאליגע צייטן, פלעגט אויף אייוועלט זיך צוזאמגיסן א שטורעם פון טאלאנטן, באגאפטע פעדערן פלעגן ארויסגעבן געפילן....
חינוך הטהור בארהב
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 24, 2019 6:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חינוך הטהור בארהב »

חינוך הטהור בארהב האט געשריבן:די צענזור קוקט אויס צו שטארק דא, אפילו דער צענזורירטער אקטועלע ווינקעל איז זייער א שטאטע סיסטעם.

שוין ווידער איז זייער שטאט די אקטועלע נייעס
די טייער באצאלטע ארבעטער... נעמען שוואכליך קעיר.
אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלפיים
תגובות: 2231
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייט שטיפער »

חינוך הטהור בארהב האט געשריבן:די צענזור קוקט אויס צו שטארק דא, אפילו דער צענזורירטער אקטועלע ווינקעל איז זייער א שטאטע סיסטעם.

און איך האלט אז:
viewtopic.php?p=1984132#p1984132
אוועטאר
Mister
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 02, 2019 1:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mister »

פאַרװאָס װען מ'מעקט א תגובה לאָזט מען איבער "ביטע, קיין איין ווארט ווייטער מער איבער די נושא" װען די נעקסטע ליינער האָט נישט קיין אַנונג װאס דאָ גייט פאָר??
אוועטאר
שפיגליצקי
שר האלף
תגובות: 1298
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפיגליצקי »

ער ווייסט פיין.
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).
אין א שיינעם העלן טאג...
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9420
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

ווער ווייסט פיין.?!
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
אוועטאר
שפיגליצקי
שר האלף
תגובות: 1298
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפיגליצקי »

Mister האט געשריבן:די נעקסטע ליינער
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).
אין א שיינעם העלן טאג...
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

Mister האט געשריבן:פאַרװאָס װען מ'מעקט א תגובה לאָזט מען איבער "ביטע, קיין איין ווארט ווייטער מער איבער די נושא" װען די נעקסטע ליינער האָט נישט קיין אַנונג װאס דאָ גייט פאָר??

נוץ דאס קעפעלע, און פארשטייסטו נאכאלס נישט גיי נישט אריין אין אן אשכול וואס האט די ווערטער *** אין קעפל.
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

חינוך הטהור בארהב האט געשריבן:
חינוך הטהור בארהב האט געשריבן:די צענזור קוקט אויס צו שטארק דא, אפילו דער צענזורירטער אקטועלע ווינקעל איז זייער א שטאטע סיסטעם.

שוין ווידער איז זייער שטאט די אקטועלע נייעס
די טייער באצאלטע ארבעטער... נעמען שוואכליך קעיר.

די סיסטעם דארט ארבייט אז די תגובה עפראווד זיך אליינס אין די קומענדיגע שעות, געוואנדן אין עטליכע פאקטארן, די צאל תגובות פונעם שרייבער אין אלגעמיין, די צאל אין אקטועלע, די יארגאנג פון די ניק, און די נאמען פונעם ניק...

ווי פארשטענדליך ווערן אזאלכע ניקס ווי דיר באקריוודעט, אבער דאס איז די ביורעקראטיע דא.
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

חחחח....
אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3647
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: פאר מער דרוקט נומער 7

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעגאו מענטשעלע »

ראבא קאל אשכול?
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2408
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

וואלט איך געוואלט וויסן, איך האב געזוכט עפעס א לענגערע שמועס וואס האט געצויגן מערערע פיידזשעס און נישט געפונען. בין איך נישט באקאנט מיט די הלכה בכהאי גוונא באיזה אופנים מותר לשאול בשלום אשכול שנעלם. האב איך געפרעגט ווי א פשוטע איד, והנה גם שאלתי נעלמה.
איז דא א ראשינאל צו מעקן גאנצעטע שמועסן אן מסביר זיין פארוואס, אדער כאטש באמערקן סאם האו אז די און די ענין טאר מען נישט דערמאנען? כאטש וואלט איך נישט געדארפט זוכן.
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

געווענטליך האבן שוין די מנהלים עקספיריענס אין וועליכע טאפיק ס'גייט מאכן מפראבלעמען סאו מעקן זיי אלעס אדער רוב (ווענדט זיך וויזוי זיי פארשטייען דעמאלס).

כמעט קיינמאל שרייבן זיי נישט קיין ווארענונג אחוץ אין א ענין ווי יעדער איז נייגעריג דעראין און אין מקומו באייוועלט וועלן זיי יא שרייבן א גרויסע ווארענונג אז מ'זאל נישט רעדן דערפון. Otherwise ענטפערן זיי גארנישט ווייל ס'איז אשאד זיך צו טענה'ן דערוועגן.
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2408
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

nmi האט געשריבן:געווענטליך האבן שוין די מנהלים עקספיריענס אין וועליכע טאפיק ס'גייט מאכן מפראבלעמען סאו מעקן זיי אלעס אדער רוב (ווענדט זיך וויזוי זיי פארשטייען דעמאלס).

איך רעד פון א ענין וואס לכאורה איז גארנישט ראנג דערמיט און ד'רוילם האט שוין אסאך אסאך גערעדט דערפון. איז פארוואס איז עס פלוצלינג געווארן אסור לבוא בקהל?

יעצט זעה איך אז ס'איז הערשט דא אויבן שוין געפרעגט:
ווי זענען די ראבא קאלס געפלויגן?
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

להודות האט געשריבן:
nmi האט געשריבן:געווענטליך האבן שוין די מנהלים עקספיריענס אין וועליכע טאפיק ס'גייט מאכן מפראבלעמען סאו מעקן זיי אלעס אדער רוב (ווענדט זיך וויזוי זיי פארשטייען דעמאלס).

כמעט קיינמאל שרייבן זיי נישט קיין ווארענונג אחוץ אין א ענין ווי יעדער איז נייגעריג דעראין און אין מקומו באייוועלט וועלן זיי יא שרייבן א גרויסע ווארענונג אז מ'זאל נישט רעדן דערפון. Otherwise ענטפערן זיי גארנישט ווייל ס'איז אשאד זיך צו טענה'ן דערוועגן.

איך רעד פון א ענין וואס לכאורה איז גארנישט ראנג דערמיט און ד'רוילם האט שוין אסאך אסאך גערעדט דערפון. איז פארוואס איז עס פלוצלינג געווארן אסור לבוא בקהל?

יעצט זעה איך אז ס'איז הערשט דא אויבן שוין געפרעגט:
ווי זענען די ראבא קאלס געפלויגן?

אלא מאי? וואס האלסטו פארוואס האבן זיי עס פארמעקט?
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2408
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

איך האלט נישט. איך ווינדער מיך עכט.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”