אפענע שמועס איבער די צענזור פון אייוועלט

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלף
תגובות: 1965
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

תגובהדורך מומחה יוחס » זונטאג ינואר 06, 2019 11:54 pm

אויב די ווילסט נו נו
לעצט פאראכטן דורך מומחה יוחס אום מאנטאג ינואר 07, 2019 2:08 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
参考专家

אוועטאר
יישר כח
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 09, 2013 10:52 am

תגובהדורך יישר כח » מאנטאג ינואר 07, 2019 8:39 am

גיט געטוהן אין יש"כ פארן האלטען די פלאץ אסגעהאלטן

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר האלף
תגובות: 1103
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

טעסטינג!

תגובהדורך נו גוט נו שוין » מאנטאג ינואר 07, 2019 1:29 pm

איר קענט זאגן ולמלשינים דריי מאל א טאג, שחרית מנחה מעריב, מיט אלע כוונות ווילאנג איר ווילט נאר, אבער אז איר קומט אריין דא אינעם וועלט, האט איר קיין רעכט צו שעלטן, מעג עס זיין די גרעסטע ערגסטע וואס די וועלט פארמאגט.

נישט דא .......
. . . . . . .

דממה דקה
שר האלף
תגובות: 1358
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » מאנטאג ינואר 07, 2019 1:45 pm

ריכטיג, יוצא געווען ביי ולמלשינים, פעלט נישט אויס זיך צו דרייען און שעלטן א גאנצן טאג.

פארשער
שר חמש מאות
תגובות: 761
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 16, 2009 7:20 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך פארשער » מאנטאג ינואר 07, 2019 3:05 pm

נו גוט נו שוין האט געשריבן:איר קענט זאגן ולמלשינים דריי מאל א טאג, שחרית מנחה מעריב, מיט אלע כוונות ווילאנג איר ווילט נאר, אבער אז איר קומט אריין דא אינעם וועלט, האט איר קיין רעכט צו שעלטן, מעג עס זיין די גרעסטע ערגסטע וואס די וועלט פארמאגט.

נישט דא .......

יעפ. איך האב אמאל ארויפגעלייגט גאנץ ולמלשינים אין דעם אשכול 'ריכטערין גינזבורג ברעכט זיך דריי ריפּן ביינער' ס'איז געווען דארט א לאנגע צייט, יעצט זע איך אז עס איז מער נישט דארט.

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר האלף
תגובות: 1103
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » מאנטאג ינואר 07, 2019 3:12 pm

דממה דקה האט געשריבן:ריכטיג, יוצא געווען ביי ולמלשינים, פעלט נישט אויס זיך צו דרייען און שעלטן א גאנצן טאג.

א בחינה ווי די יעניגע וואס טוען אן א קאפל אין שול און ווען מגייט ארויס גיט מען עס א קוש און אריין אין טאש.....
. . . . . . .

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

לב טהור

תגובהדורך eller » דינסטאג ינואר 15, 2019 6:45 pm

כ'וויל וויסן וואס איז די סטעטוס איבער די לב טהור נייעס ?
ביז יעצט האט מען געמעגט שרייבן אין יעצט זעה איך אז ס'איז שטיל..
אפשר איז כדאי אז לכה"פ די נייעס זאל מען מעגן שרייבן ווי למשל אין די אקטועלע נייעס ?
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

אוועטאר
יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » דינסטאג ינואר 15, 2019 8:18 pm

ס'דא נייעס? איך מיין אז ס'איז שטיל יעצט. סתם פרעגן וואס איז נייעס אין לב טהור האט לדעתי קיין שום פשט.
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » מיטוואך ינואר 16, 2019 6:36 pm

יאצמעך האט געשריבן:ס'דא נייעס? איך מיין אז ס'איז שטיל יעצט. סתם פרעגן וואס איז נייעס אין לב טהור האט לדעתי קיין שום פשט.

זיכער איז דא נייעס
אבער כ'זעה אז די חברה מעקן אויס יעדע אפדעיט.
אין פאקט איז שוין ... באפרייט אויף הויב ארעסט
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

אוועטאר
יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » מיטוואך ינואר 16, 2019 6:44 pm

גערעכט, הגם איך האלט אז די פרט וואלט געמעגט ארויף גיין פארשטיי איך אבער אז איינמאל ס'האט נישט מיט לב טהור בכלליות, נאר מיט א וויליאמסבורגע איינוואונער בפרטיות באלאנגט עס שויניש דא (אפי' למ''ד אז לב טהור נייעס איז לתועלת)
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

monroe10950
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 10:09 am

תגובהדורך monroe10950 » מיטוואך ינואר 16, 2019 8:51 pm

למעלה משבעים האט געשריבן:
ויציב ונכון האט געשריבן:דושינסקיא האט געהאט איבער 20 טויזנט תורמים און זיי זענען מער ווי האלב אזוי קליין פון בעלזא

צו זיין פונקטליכער 19,436

מוצא שפתיך תשמור, שרייבן תגובות מיטן ציל צו אנדרייען, איז קעגן תקנות המקום, איר באקומט א חסימה פאר צוויי וואכן.

האסט אים טאקע חוסם געווען?

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9338
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מיטוואך ינואר 16, 2019 8:58 pm

אופס, נישט געכאפט אז ס'געגאנגען פאבליק, די סייט האט געלאוד אביסל צו שטייט צו בלייבן דארט, גיימער פארמעקן יענעם שמועס.

אוועטאר
חמרא טבא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4648
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » מוצ"ש ינואר 19, 2019 10:11 pm

פארוואס ווען איינער שרייבט ווי א שוטה טוט מען עם צוליב און מ׳פארמעקט די אשכול אנשטאט עם שיקן ווי די שווארצע פעפער וואקסט?
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
Think and Thank
שר שלשת אלפים
תגובות: 3287
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מוצ"ש ינואר 19, 2019 11:59 pm

מילא מיין זייט פון די שמועס האט מען געמעקט. אבער די אנדערע זייט מעג דאך טוען וואס ער וויל, וכלשון איינער פון די אחראים אינישי "* איז בטבע ט ציפעדיגער, האט ליב צו מאכן יענעם טאנצן". טא פארוואס האט מען דא געמאכט אן אויסנאן און געמעקט זיינע דברי חכמה?
Innocent until proven Republican

אוועטאר
שמשון הגיבור
שר מאה
תגובות: 215
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2018 9:01 am
לאקאציע: אויפן פראנט

תגובהדורך שמשון הגיבור » זונטאג ינואר 20, 2019 1:26 am

כ׳האב מיר געבראכן קאפ ווי אין די וועלט צוויי פון מיינע תגובות זענען פארשווינדן געווארן. ביי מיין זיידן אין קרעטשמע האט מען זייער מקפיד געווען מ׳זאל חלילה נישט אוועקווארפן גוטע זאכן, ס׳איז בעל תשחית!

למעשה בין איך דערגאנגען אז די אשכול וואס האט ערהאלטן א שטיקל פון א דרשה געזאגט דורך הגה״צ אב״ד לימנוב שליט״א, איז געווארן אינגאנצן באמעקט.

איינער ווייסט אפשר די סיבה פארוואס?
אֵיזֶהוּ גִּבּוֹר, הַכּוֹבֵשׁ אֶת יִצְרוֹ. - מס׳ אבות, ד משנה א

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר האלף
תגובות: 1103
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » זונטאג ינואר 20, 2019 9:43 am

ווען כ'האב עס געהערט די ערשטע מאל, איז מיר אזוי איינגעפאלן, אז אויף איי וועלט קען מען עס לכאורה נישט ארויפלייגן.

פארוואס פונקטליך? כ'ווייס אויך נישט גענוי... אבער דאס וואס כ'האב געפילט


אפשר וועגן @טשאדעלע באדעלע......
. . . . . . .

אוועטאר
קניידל פארעם
שר חמש מאות
תגובות: 748
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 18, 2018 2:58 pm
לאקאציע: העכער דער ערד(ישקייט)

תגובהדורך קניידל פארעם » דאנארשטאג ינואר 24, 2019 1:59 pm

איך שעץ זייער די ארבעט פון די הנהלה אין אלגעמיין, געווענליך האב איך נישט קיין טענות אויף גארנישט, איך פארשטיי די שווערע ארבעט, און איך פארשטיי אויך וואס מען וויל פון מיר ווען מ'מעקט מיינס א תגובה.

וואס איך פארשטיי אבער נישט איז, ס'דא א ניק, וואס אויסער אגענדע געטריבענע תגובות שרייבט ער גארנישט, ס'זעהט אויס ווי דער ניק איז ספעציעל געעפנט געווארן צו שרייבן נאר פאליטישע איינזייטיגע תגובות, געט נישט צו קיין שום נייעס, נארמאלע פראגן, אויסשמועסן, קאמענטירן, אין קיין שום נושא, אך ורק, אנלי, בלויז תגובות צו טרייבן זיינע ביליגע אגענדעס און צו דערצערענען דעם צד שכנגד, זייער אסאך מאל טשעפעט זיינע תגובות טאקע קיינעם נישט דירעקט פערזענליך, אבער ס'איז זייער קלאר אגענדע געטריבן.

רוב מאל מאך איך מיר נישט וויסנדיג, ווען איך זעה דעם ניק סקראל איך אראפ תיכף ומיד אן זיך צו דארפן אנשטויסן אין זיינע דברי שטות והבל, אבער אין א געוויסער אשכול האב איך יא אנגעהויבן צו שרייבן פארקערטע אגענדע געטריבענע תגובות, ווייל יענע נושא אינטערעסירט מיר זייער ס'זאל זיין געשריבן נארמאל און אביעקטיוו אין יעדן פרט שבו, און פשוט צו האלטן דעם באלאנס האב איך געשריבן מיין אגענדע אין יענע נושא.

אסאך תגובות אין יענעם אשכול זענען שוין געמעקט געווארן מיט רעכט, מיינע און אנדערע, סאמהאו שפיר איך אבער, אז יענעמ'ס אומשולדיג אויסזעענדע תגובות, וואס לכבוד דעם ווערן זיי נישט געמעקט, איז נאך אלס עקלהאפטיג! און ס'ווערט געשריבן אויב נישט בזדון, דאן מיט שטאקיגע טפשות, מ'קען נישט דווח'ן אלעמאל אזא תגובה, נישט אלעמאל איז שייך צו מסביר זיין וואס איך וויל, איך קען זיך נאר ארויס ברענען אזוי: אויב ווערט א תגובה געשריבן אונטער יענע ניק, איז דא זאכן צווישן די שורות וואס ער שרייבט נישט אפן. לכאורה טאר אזא ניק נישט עקזעסטירן בכלל.

איך האב מיר שוין עטליכע מאל געוואנדן צו די הנהלה אין אישי, אבער ס'האט זיך גארנישט געטוישט, פילייכט איז באמת נישט שייך עפעס צו טוהן דערין.

דאן פארוואס האב איך געשריבן די תגובה? פשוט להודיע צערי לרבים.
טראכט, ווי לאנג ס'איז נאך לעגאל!

אוועטאר
שפיגליצקי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובהדורך שפיגליצקי » דאנארשטאג ינואר 31, 2019 2:06 pm

כ'האב געעפנט אן אשכול מיט נאטיצן פון אדמורים ורבנים נאכן זעהן פון צווישן אלע נארמאלע ניקס אז זיי וואלטן געקענט באשטיין ס'זאל זיין אזא זאך אויף א נארמאלן אופן, באמת נישט גע'חלומ'ט אז דא גייט זיין סיי וועלכע סיבה צו מעקן און שפארן.

ס'איז שוין ב"ה צוגעשפארט, אפגעמעקט די צוויי מעלדונגען וואס כ'האב שוין געשריבן, און פארטיג!

מעג איך וויסן פארוואס? איז עפעס געשטאנען שלעכט דארט?

אויב שוין יא, פארוואס לאזט מען אן אשכול בלויז מיט א קעפל, אן קיין איין מעלדונג דערין? ווילסט אראפנעמען נעם אראפ, צו וואס לאזן דאס קעפל מיט א שלאס דערויף?
כל הנגעים אדם רואה חוץ מנגעי עצמו (נגעים פ"ב מ"ה)
כל הנגעים אדם רואה חוץ - יעדע פעלער/עולה וואס א מענטש זעהט ביי א צווייטן, מנגעי עצמו - איז א סימן אז ער אליינס האט אויך פון דעם פעלער, אביסל אדער אסאך (בעשה"ק זי"ע)

אוועטאר
מיסטעריעז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7357
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » דאנארשטאג ינואר 31, 2019 2:11 pm

די ערשטע פראגע וועל איך לאזן פאר די הנהלה צו ענטפערן.

אויף די לעצטע וועל איך זיין א הדיוט קופץ. איך האב עס אנגעקוקט אזוי, ווייל נעכטן נאכט איז שוין געעפנט געווארן אזא אשכול, און געפלויגן. איז כדי ס'זאל נישט קומען א דריטער האט מען עס איבערגעלאזט ליידיג מיטן קעפל, אז יעדער וואס כאפט דעם התעוררות זאל וויסן אז ניין, מען עפנט נישט אזעלכע אשכולות דאהי.

אפשר קענען זיי טוישן די נאמען פונעם פוה"א צו רעבישע :P

אוועטאר
שפיגליצקי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובהדורך שפיגליצקי » דאנארשטאג ינואר 31, 2019 2:24 pm

מיסטעריעז האט געשריבן:אפשר קענען זיי טוישן די נאמען פונעם פוה"א צו רעבישע :P

פונעם וואס?

איך האב נישט געוויסט אז עמיצער האט שוין געעפנט אזאנס, און אויך נישט אז ס'איז קעגן די תקנות דאס צו טוהן, פון די שמועסן דא האט נישט אויסגעזעהן אזוי, און אודאי די פאקט אז מ'רעדט דא טאג טעגליך פון לעבעדיגע רבי'ס ואין פוצה פה האט נישט צוגעגעבן צום איסור.

און וואס וועט זיין ווען דער אשכול וועט אנקומען צום צווייטן דריטן בלאט, און דעמאלטס וועט נאך איינער נישט באמערקן און עפענען נאך איינס?
כל הנגעים אדם רואה חוץ מנגעי עצמו (נגעים פ"ב מ"ה)
כל הנגעים אדם רואה חוץ - יעדע פעלער/עולה וואס א מענטש זעהט ביי א צווייטן, מנגעי עצמו - איז א סימן אז ער אליינס האט אויך פון דעם פעלער, אביסל אדער אסאך (בעשה"ק זי"ע)

אוועטאר
מיסטעריעז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7357
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » דאנארשטאג ינואר 31, 2019 2:28 pm

כ'האב הנאה, האסט געליינט די קריגעלעך, און נאכאלץ ברענגסטו א ראי' פון דאס אז קיינער איז נישט פוצה פה. על זה אנו דנין, ניין?!


פוה"א - פותח האשכול.

ניס קראכער
שר האלפיים
תגובות: 2862
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » דאנארשטאג ינואר 31, 2019 2:35 pm

מיסטעריעז איר זענט זיך טועה מיט'ן בעל שם אפשר?

אוועטאר
שפיגליצקי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובהדורך שפיגליצקי » דאנארשטאג ינואר 31, 2019 2:51 pm

מיסטעריעז האט געשריבן:כ'האב הנאה, האסט געליינט די קריגעלעך, און נאכאלץ ברענגסטו א ראי' פון דאס אז קיינער איז נישט פוצה פה. על זה אנו דנין, ניין?!


פוה"א - פותח האשכול.

איך האב געליינט די קריגעלעך, און געזעהן וואס דו ווייטאגסט דארט אז מ'שרייבט יא, אבער כ'האב פארשטאנען פונעם ציבור, און פון דיר אויך, אז אויף א נארמאלן אופן איז נישט קיין פראבלעם, ס'איז נאר דער קינדישער אופן ווי אזוי דאס גייט צו און נאך זייטיגע זאכן, אפגערעדט אז אין די תקנות שטייט זיכער נישט אז ס'איז א פראבלעם, דא קומט צו מזמן לזמן תורה שבע"פ אויך.
כל הנגעים אדם רואה חוץ מנגעי עצמו (נגעים פ"ב מ"ה)
כל הנגעים אדם רואה חוץ - יעדע פעלער/עולה וואס א מענטש זעהט ביי א צווייטן, מנגעי עצמו - איז א סימן אז ער אליינס האט אויך פון דעם פעלער, אביסל אדער אסאך (בעשה"ק זי"ע)

אוועטאר
יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » דאנארשטאג ינואר 31, 2019 2:52 pm

ניס קאכער האט געשריבן:מיסטעריעז איר זענט זיך טועה מיט'ן בעל שם אפשר?

קיין סתירה די צוויי...
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

אוועטאר
ווישוואש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4401
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » דאנארשטאג ינואר 31, 2019 3:00 pm

שפיגליצקי האט געשריבן:
איך האב נישט געוויסט אז ס'איז קעגן די תקנות דאס צו טוהן

:o :shock:

האסט געליינט די תקנות?
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: לעיקוואד, פרנס היום און 8 געסט