אפענע שמועס איבער די צענזור פון אייוועלט

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

מחשב
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » דאנארשטאג נובעמבער 08, 2018 10:32 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:די אר''י וואלן אשכול איז אין אקטועלע. די ווארענונגען האבן 'נישט' געהאלפן.

די פלא איז אז ס'איז בכלל נישט קיין היציגע טעמע און ס'וואלט געדארפט זיין פרידליך און רואיג, נאר עטליכע ניקס האבן כסדר געזוכט אריינצומישן קר''י פאליטיק אין די אר''י וואלן אשכול... והיינו דכתיב בני ברק דאמעריקע.

און דאס אויך אויף א גאנץ לייכטע פארנעם. נישט געפערליך.
הוי 'מחשב'...

אסדר לסעודתא
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג נובעמבער 08, 2018 11:30 pm

שמואל בארג האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:והיינו דכתיב בני ברק דאמעריקע.

;l;p- אייגענס?

ווי ווייט איך געדענק... אריינגעקומען בשעת'ן שרייבן אן קיין מחשבה תחילה.
אכטונג: מיין ניק איז טיילווייז אפעקטירט געווארן פונעם פעדעראלן שאטדאון.

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2227
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » מוצ"ש נובעמבער 10, 2018 4:34 pm

גייט פארקומען היציגע וואלן אין ירושלים און אין צפת קומענדיגע דינסטאג

ווייסט איינער עפעס א היימישער פארום ווי מען קען ארום שמועסען פון דעהם?

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1519
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » מוצ"ש נובעמבער 10, 2018 9:31 pm

אהער און אהין האט געשריבן:לעצטנס ביי די ארץ ישראל וואלן און ביי קרית יואל געווארן אפגעמעקט פילע בלעטער.
וואס איז דער דעת הקהל? זאל מען איגנארירן דעם מציאות וואס לופטערט ווי אימער, אדער ערלויבן אן אפענען דיאלאג?
ווי ס'האט אויסגעזעהן פון די אנטיילנעמער, איז רובם נוטה דעם צווייטן אויסוואל.
דער ציבור האט ליב קאנטראווערסיע.
כאטש איינעם וואס שטעלט זיך ארויס אפען צו די זייט איז אונזער לאנגיעריגער אלטגעזעסענער 'זיידע' פון די קרעטשמע:
פון דא http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 9#p1142329
אן אינטערוויו מיט 'מילער'.
"די צו-נעמען "טעגלאש/הודא-טעגלאש" איז מיר בכלל נישט צום הארצן. די צוויי חשוב'ע קהלות פון סאטמאר, זענען יעדע איינע כדאי לעצמה, קהלות נאות וחסידות, מ'דארף זיך נישט שעמען צו רופען די קינדער ביי די נעמען, קהילת סאטמאר בראשות האדמו"ר מהר"א שליט"א וקהילת סאטמאר בראשות האדמו"ר מהרי"י שליט"א
דאס איז מיין צוגאנג צו די צוויי קהלות אין ריעל-לייף און דאס איז מיין מיינונג דא אויפן פארום, און בניגוד צו אסאך מיטגלידער ובתוכם די חשוב'ע הנהלה, האלט איך אז אנשטאט א "זעראו-טעלארענץ" פאליסי, מעג מען אויסשמועסן ווי ערוואקסענע, נושאים וואס בארירן די צוויי חשוב'ע קהלות, אבער מה נעשה שרבו עלי חברי בענין הזה והרבה קולמוסים נשתברו עליה."

יעך האב שוין פון דעם זקן געכאפט קאלטס און ווארימ'ס ווען ער האט איינמאל אפגעלערנט - נישט ריכטיגערהייט- מיין תגובה ווי א פגיעה אינעם פירערשאפט פון זיין חסידות, ואם בארזים נפלה שלהבת מה יענו אזובי קיר, יעדער וועט מודה זיין אז מיללער איז א בר דעת, ואפילו הכי האט ער זיך נישט געקענט איינהאלטן, וויאזוי וועלן שוין אנדערע זיך אויפפירן ווען מען וועט בארירן זייער רבי'ן?

אוועטאר
מיסטעריעז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7170
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » מוצ"ש נובעמבער 10, 2018 9:43 pm

סארי, אבער מיללער האט נישט קיין נייגונג צו קיין שום פארטיי און זייער ליעדער, ער איז נייטראל.
וואו איז דָוִי? אין שטוב פון הרה"ח ר' מאיר זיבנבערגן הי"ו!

אסדר לסעודתא
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מוצ"ש נובעמבער 10, 2018 9:48 pm

מיסטעריעז האט געשריבן:סארי, אבער מיללער האט נישט קיין נייגונג צו קיין שום פארטיי און זייער ליעדער, ער איז נייטראל.

פון מיין עקספיריענס, אויב לייגט מען נישט קיין דריי פינטלעך, וועלן אסאך נאך מיינען אז דו מיינסט עס ערנסט...
אכטונג: מיין ניק איז טיילווייז אפעקטירט געווארן פונעם פעדעראלן שאטדאון.

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1519
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » מוצ"ש נובעמבער 10, 2018 10:02 pm

מיסטעריעז האט געשריבן:סארי, אבער מיללער האט נישט קיין נייגונג צו קיין שום פארטיי און זייער ליעדער, ער איז נייטראל.

:roll: :roll:
וועלכע נגיעה האסטו דא?

אוועטאר
קניידל פארעם
שר חמש מאות
תגובות: 664
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 18, 2018 2:58 pm
לאקאציע: העכער דער ערד(ישקייט)

תגובהדורך קניידל פארעם » זונטאג נובעמבער 11, 2018 11:57 am

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
מיסטעריעז האט געשריבן:סארי, אבער מיללער האט נישט קיין נייגונג צו קיין שום פארטיי און זייער ליעדער, ער איז נייטראל.

פון מיין עקספיריענס, אויב לייגט מען נישט קיין דריי פינטלעך, וועלן אסאך נאך מיינען אז דו מיינסט עס ערנסט...

;l;p- ;l;p-
טראכט, ווי לאנג ס'איז נאך לעגאל!

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5159
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » זונטאג נובעמבער 11, 2018 3:47 pm

מיסטעריעז האט געשריבן:סארי, אבער מיללער האט נישט קיין נייגונג צו קיין שום פארטיי און זייער ליעדער, ער איז נייטראל.

די שמאטע אויפן מויל איז כדי מען זאל נישט זען אז דו לאכסט
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

שואל ומשיב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 284
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 15, 2015 1:49 pm

תגובהדורך שואל ומשיב » פרייטאג נובעמבער 16, 2018 10:27 am

וועלכע שוטה האט געמעקט וואס איך געשריבן וועגן ארז, און פארוואס האט ער דאס געטוהן?

אוועטאר
קענדי'ס
שר חמש מאות
תגובות: 762
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

תגובהדורך קענדי'ס » פרייטאג נובעמבער 16, 2018 10:36 am

קודם רוף נישט אן אונזער הנהלה א שוטה!!!!!
איך געדענק נישט וואס די האסט געשריבן פונקטלעך
האט עס געהאט עפעס מיט די בריוו??

איך האב באקומען אן אישי פון איינע פון די חשובה מנהלים אז די בריוו וואס איך האב ארויף געשטעלט איז פאלש
איך האב איך אים געזאגט איז איך האב עס נישט קאנפירמט אויב ס'איז אמת אבער נישט אבער ס'קומט פון איינע פון די חשובה עסקנים וואס זענען עוסק און די פרשה
פרעג איך אים פון ווי ער ווייסט אז ס'איז פאלש
זאגט ער מען אז ער האט געפרעגט די דיין אליינס
און די דיין זאגט אז ער האט די בריוו נישט באקומען
איז האט יענער פארמעקט די גאנצע דיסקאשין ארום די בריוו

יעצט א גרויסע שקויעך הנהלה פארן צישטעלן אזא שיינע ריינע מקום און פאר עס האלטן ריין
(איך האב נישט געוויסט אז ס'איז און די JOB פון די הנהלה נאך ציגיין צי זאכן זענען אמת אדער נישט)

אוועטאר
יענקעלע
שר חמש מאות
תגובות: 575
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 21, 2011 4:09 pm
לאקאציע: אינפארמאציע: דער באנוצער געפינט זיך נישט.

תגובהדורך יענקעלע » פרייטאג נובעמבער 16, 2018 10:46 am

קענדי'ס האט געשריבן:איך האב נישט געוויסט אז ס'איז און די JOB פון די הנהלה נאך ציגיין צי זאכן זענען אמת אדער נישט

WOW! מען קען עס צושטעלן צי די הנהלה'ס רעזעמעי.

אהער און אהין
שר חמש מאות
תגובות: 621
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » זונטאג נובעמבער 18, 2018 8:51 pm

צו די תגובה גייט בלייבן, ווייס איך נישט, אבער.
ביי די ק''י אשכולות איז די צענזור אויף א זייער היי לעוול, היינט אינדערפרי האמיר געשריבן אן אנעקדאט דארט, וואס ס'בלויז געווען געשריבן אויף א הומעריסטישן אופן ארויסגעברענגט א פסיכא-טעמע, און בום, ס'אראפ געפלויגן.
פארשידענע ניקים האבן זיך אין אישי ציווערטלט מיט מיר איבער דעם.
כ'האב קיין טענות נישט, אויב יענע פלאץ האט ליב ווען מרעדט נישט איז, איז נישט, כ'פארשטיי אז די מנהלים און אחראים דארפן אויך מוסדות פאר זייערע קינדער און קען זיין נאך סיבות.
אבער ס'א אינטערסאנטע מציאות, און כ'בין נייגעריג צו אנדערע האבן דאס אויך באמערקט אז דארט דארף מען זיין שטיל, מ'זאל נישט רעדן.

קאנסילמאן
שר חמש מאות
תגובות: 563
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » זונטאג נובעמבער 18, 2018 9:29 pm

אהער און אהין האט געשריבן:צו די תגובה גייט בלייבן, ווייס איך נישט, אבער.

איך האב עס גע'דוח'ט, און אויב וואלט איך געווען א מנהל וואלסטו באקומען ערלויב פון שרייבען אויף אייוועלט פאר צוויי וואכען צילוב די תגובה אליינס.

האסט געשריבען ווי א טרול, ובבזיון,
אדרבה, זאל די הנהלה צירוק ברעגנן יענע תגובה דא אין דעם אשכול און מען זאל זען "אויף וואס" דו רעדסט זיך אפ.

אהער און אהין
שר חמש מאות
תגובות: 621
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » זונטאג נובעמבער 18, 2018 9:34 pm

קאנסילמאן האט געשריבן:

מפני כבוד הבריות וועל איך דיר ענטפערן אין אישי, קאנסילמאן.

אוועטאר
צו געזונט
שר האלפיים
תגובות: 2665
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » זונטאג נובעמבער 18, 2018 9:36 pm

נאך גוט אז דו ביזט קיין מנהל... און רעד זיך נישט איין אז דער עולם וואלט עס אזוי געגליכען.

עניוועיס. דאס איז שוין די צווייטע קרית יואל אשכול, נאך וואס די ערשטע איז געווארען אפגעשפארט מיט עטליכע יאהר צוריק און מען האט עס פיינעלי געלאזט נאכאמאל עפענען אבער מיט א לימיטעד לייעביליטי
בוי זיך זעלבסט

אהער און אהין
שר חמש מאות
תגובות: 621
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » זונטאג נובעמבער 18, 2018 9:37 pm

צו געזונט האט געשריבן:נאך גוט אז דו ביזט קיין מנהל... און רעד זיך נישט איין אז דער עולם וואלט עס אזוי געגליכען.

עניוועיס. דאס איז שוין די צווייטע קרית יואל אשכול, נאך וואס די ערשטע איז געווארען אפגעשפארט מיט עטליכע יאהר צוריק און מען האט עס פיינעלי געלאזט נאכאמאל עפענען אבער מיט א לימיטעד לייעביליטי

קאנסילמאן
שר חמש מאות
תגובות: 563
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » זונטאג נובעמבער 18, 2018 9:41 pm

צו געזונט האט געשריבן:נאך גוט אז דו ביזט קיין מנהל... און רעד זיך נישט איין אז דער עולם וואלט עס אזוי געגליכען.

עניוועיס. דאס איז שוין די צווייטע קרית יואל אשכול, נאך וואס די ערשטע איז געווארען אפגעשפארט מיט עטליכע יאהר צוריק און מען האט עס פיינעלי געלאזט נאכאמאל עפענען אבער מיט א לימיטעד לייעביליטי

מסכים און נישט וויכטיג, איך האב נאר געוואלט מאכען מיין פוינט ווי שטארק יענע תגובה האט נישט געטויגט, און איך אפליי נישט צו זיין א מנהל.

און אדרבה, אפשר זאל מען טאקע צירוק שטעלן די תגובה, די אחראי "לאז געמאכט" האט עס אראפ גענומען, און קען זיין אז @אהער און אהין האט א נקודה אז עס האט יא געזאלט בלייבען, א מענטש קען מאכען א טעות.

אהער און אהין
שר חמש מאות
תגובות: 621
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » דינסטאג נובעמבער 20, 2018 10:58 am

די שרייבעריי און מעקעריי ברענגט אונז צו א יסודות'דיגן פאלעמיק:
וואס איז אייוועלט, א קאווע שטיבל צו שמועסן, אדער א אפיציעלע שטעלונג סטענד?
אויב איז דאס א געשמאקע שמועס צווישן ידידים, וואלט די בענדל ארום דעם פעדער געדארפט זיין גאר לויז, און אפען פאר אזעלכע טעמעס ווי:
וויפיל געלד האט יענער געמאכט ביי יענעם פראיעקט, ווער האט אים געבראוקערט דעם דיעל, און ווער האט אים צוגעשטעלט די מארטגעדזשעס?
יו גאט די פאוינט?
מיין ארימע מיינונג זאגט אז אייוועלט איז נישט א אפיציעלע שטעלונג סטאנציע, נאר ענדערשט א פלאץ ווי ידידים קומען זיך צוזאם אויסלופטערן טעמעס על טהרת הקודש.
און וויאזוי האט ארי' ערליך פון משפחה געזאגט? ''יעדער איינער רעדט דערפון, און נאר די צייטונגען זאלן נישט רעדן?" אבסורד.
און דאס איז שוין ערליך פון משפחה, אן אפיציעלן סטאנציע!
נאטיצן זענען ווילקאמירט!

אסדר לסעודתא
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דינסטאג נובעמבער 20, 2018 11:03 am

און מ'זאל ברייט אויסשמועסן פריוואטע טעמעס פון מענטשן אפילו זיי וועלן זיין אומבאקוועם אז עס ווערט ארומגעליפטערט אויפן אינטערנעט? וואלסט געוואלט מ'זאל אויך דיסקוסירן דיינע פערזענליכע ענינים?

זיי מסביר זיין שיטה אביסל קלארער.
אכטונג: מיין ניק איז טיילווייז אפעקטירט געווארן פונעם פעדעראלן שאטדאון.

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2387
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » דינסטאג נובעמבער 20, 2018 11:07 am

אהער און אהין האט געשריבן: על טהרת הקודש.

זאכן וואס זענען בניגוד צום הלכה און אנשיות איז נישט טהרת הקודש.

פונקט ווי די וואלסט נישט געוואלט מען זאל אויספויקן דיינע פערזענליכע ענינים אויף א פאבליק פארום, טו עס נישט פאר א צווייטן, ווי הלל האט געלערנט מיט גר צום ערשטן: מה דעלך סני לחברך לא תעביד.

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2867
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » מיטוואך נובעמבער 21, 2018 8:05 pm

איינער ווייסט פארוואס איז קול בחצרות אשכול פארשווינדן?
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

אהער און אהין
שר חמש מאות
תגובות: 621
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » מיטוואך נובעמבער 21, 2018 8:16 pm

לאז געמאכט האט געשריבן:
אהער און אהין האט געשריבן: על טהרת הקודש.

זאכן וואס זענען בניגוד צום הלכה און אנשיות איז נישט טהרת הקודש.

פונקט ווי די וואלסט נישט געוואלט מען זאל אויספויקן דיינע פערזענליכע ענינים אויף א פאבליק פארום, טו עס נישט פאר א צווייטן, ווי הלל האט געלערנט מיט גר צום ערשטן: מה דעלך סני לחברך לא תעביד.

אין די גויאישע וועלט ווערט אלעס אויסגעפויקט ברבים, און כ'מיין זיי זענען אקעי דערמיט.
און אפי' מיר ווילן נישט גיין 'אלעס' אויספויקן, קען מען דאך וויסן וואס יא און וואס נישט.
און אויב וויל מען דאס אויך נישט פויקן, לאמיר כאטש רעדן איבער 'טעגלאש' און הוידא טעגלאש, פירן א ברודערליכן, הייסן, פאלעמיק...

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9192
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מיטוואך נובעמבער 21, 2018 8:55 pm

אהער און אהין האט געשריבן:
לאז געמאכט האט געשריבן:
אהער און אהין האט געשריבן: על טהרת הקודש.

זאכן וואס זענען בניגוד צום הלכה און אנשיות איז נישט טהרת הקודש.

פונקט ווי די וואלסט נישט געוואלט מען זאל אויספויקן דיינע פערזענליכע ענינים אויף א פאבליק פארום, טו עס נישט פאר א צווייטן, ווי הלל האט געלערנט מיט גר צום ערשטן: מה דעלך סני לחברך לא תעביד.

אין די גויאישע וועלט ווערט אלעס אויסגעפויקט ברבים, און כ'מיין זיי זענען אקעי דערמיט.
און אפי' מיר ווילן נישט גיין 'אלעס' אויספויקן, קען מען דאך וויסן וואס יא און וואס נישט.
און אויב וויל מען דאס אויך נישט פויקן, לאמיר כאטש רעדן איבער 'טעגלאש' און הוידא טעגלאש, פירן א ברודערליכן, הייסן, פאלעמיק...

און ווער לאזט אייך דאס נישט טון אין די גויאישע וועלט?

אסדר לסעודתא
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מיטוואך נובעמבער 21, 2018 9:02 pm

אהער און אהין האט געשריבן:
לאז געמאכט האט געשריבן:
אהער און אהין האט געשריבן: על טהרת הקודש.

זאכן וואס זענען בניגוד צום הלכה און אנשיות איז נישט טהרת הקודש.

פונקט ווי די וואלסט נישט געוואלט מען זאל אויספויקן דיינע פערזענליכע ענינים אויף א פאבליק פארום, טו עס נישט פאר א צווייטן, ווי הלל האט געלערנט מיט גר צום ערשטן: מה דעלך סני לחברך לא תעביד.

אין די גויאישע וועלט ווערט אלעס אויסגעפויקט ברבים, און כ'מיין זיי זענען אקעי דערמיט.
און אפי' מיר ווילן נישט גיין 'אלעס' אויספויקן, קען מען דאך וויסן וואס יא און וואס נישט.
און אויב וויל מען דאס אויך נישט פויקן, לאמיר כאטש רעדן איבער 'טעגלאש' און הוידא טעגלאש, פירן א ברודערליכן, הייסן, פאלעמיק...

דו מיינסט זייער שלעכט.
אכטונג: מיין ניק איז טיילווייז אפעקטירט געווארן פונעם פעדעראלן שאטדאון.

צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 16 געסט