אפענע שמועס איבער די צענזור פון אייוועלט

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2958
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

דרוקט מען דען נישט דעם עלעיוועיטער קנעפל אסאאך מאהל ס'זאל קומען שנעלער?..
אוועטאר
ווישוואש
שר שבעת אלפים
תגובות: 7030
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

דאס באלאנגט שוין אין חילי'ס עלעוועיטאר אשכול.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1910
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהער און אהין »

אין לימודי חול אשכול, איז נתעורר געווארן די דעבאטע איבער אייוועלט צענזור, דאס ברענגט מיר אפירצוזוכן א תגובה, וואס ס'מיר אומפארשטענדליך וויאזוי דאס האט זיך דורכגעגליטש די אייוועלט רעדאקטארן:
אשל האט געשריבן:גאסט עדיטאריאל
אין פון די הקרי׳ טעקס ביילאגע ליסטע פארגאנגענעם חודש תשרי תשע״ט

וועלמיר אנהייבן מיט א משל:

א איד קומט אריין אין שטריימל געשעפט און האנדלט זיך איין א הערליכער שיינער צויבערהאפטיגער עכט לעבעדיגער שטריימל ער באצאלט ערליך די 5-6-7 טויזנט רייניש ער ווייסט אז ער באקומט דערפאר די גאנצע ווערט, עס לוינט זיך יעדע דאלער אריינצולייגן דערין, זיין שטריימל וועט ער ענדזשויען פאר יארן לאנג, עס וועט זיין א מלוכה אויף זיין קאפ, לשם ולתפארת, א מלכות, א יופי, א פראכט.

פארשטייט זיך נישט יעדער איז אזא מבין, און נישט יעדער דארף ער עס, נישט יעדער קען עס קויפן, צו מ׳פארגינט זיך נישט, צו מ׳האט נישט דאס געלט, צו ס׳פאסט אים נאכנישט, מ׳וועט קוקן אביסל צו שטארק אויף אים אז ער פארגינט זיך אזא לוקסוס, צו די טאטע אדער די שווער זענען פון אלטן דור און גייען נישט דערפאר, וכולהו.

קומט אצינד צו גיין בינגא און שטעלט ארויס שטריימלעך פאר בלויז א נישטיגע 500, דארט קומט יעדער אריין און טרייט זיך אן א שטריימל מכל הבא ליד, פיט יא פיט נישט, הויך, ברייט, שמאל, צופלויגן, נישט קיין חילוק, מ׳דארף נישט קיין עיזשענטס, סעילמאן׳ס, מ׳גייט צום רעדזשיסטער, מ׳באצאלט 500 און געגאנגען ווייטער.

נו, איינער וואס דארף א מינימאלע רעגן שטריימל מילא, ער האט נישט קיין ברירה, אדרבה, יעדער פארשטייט אז ס׳איז בכלל נישט די זעלבע פראדוקט וואס יענער האט. און פארטיג.

שטעלט אייך אצינד פאר רבותי, כל זמן בינגא גיט ביליג און יעדער פארשטייט אז דו באקומסט וואס דו צאלסט (ווי מען זאגט אין ענגליש י״ו גא״ט ווא״ט י״ו פעי״ד פא״ר) איז אלעס פיין און וואויל.

אויב אבער וועט אצינד קומען צו גיין דער בינגא און וועט ארויסשטעלן פלאקאטן, און זיך לאזן הערן אונטערצורייסן די טייערע שטריימלעך, הלמאי ביי אים באקומט מען ממש די זעלבע זאך, אדער גאר נאך בעסער פאר אסאך ביליגער, ווער רעדט נאך אז די טייערע שטריימלעך וועלן שטייגן מיט א 300 דאלער, וועט ער וועלן אויפווייזן אז זיין פרייז איז גארנישט ארויף, וואספארא פנים וועט ער טראגן? וועט ער נישט אויסקוקן ווי א גרויסע לאזער, ווי א נאר אויפן מארק? וואס קאמפערסטו עפל צו ראזשינקע? ס׳איז בכלל נישט די זעלבע אייטעם, אדרבה, פאר דעם טייערן אייטעם וואלסטו געבעטן דאס זעלבע, אדער גאר מער, ווייל בינגא וואלט דיר נאר פארקויפט 3 זיבן טויזנט דאלערדיגע שטריימלעך אויף אמאל... אלעס גייט דאך אדער ביליג אדער באלק...

ס׳איז איבריג יעדעס ווארט. עד כאן המשל. (כ׳האף מיסטער בינגא וועט פארשטיין אז ס׳איז נאר א משל, העכסטנס א שטיקל מארקעטינג פאר זיינע ביליגע שטריימלעך...)

אצינד וועלן מיר קומען צום פינטל.

ווייסט איינער וויפיל א פריוואטע הויז אויף אוהעל קארט צאלט טעקס פאר די סקול דיסטריקט אוו די ווילעדזש אוו קרית יואל? 12,000 און 14,000 און 16,000 בערך ארויף און אראפ, שיינע הויכע נומבערס, דוק ותשכח. די פריוואטע הייזער אין די וויליעדזש באצאלן טבין ותקילין טעקסעס, נאך עני טיים אזוי טייער ווי אין וואדבארי, וואס איז די העכסטע טעקסעס.

איי וויאזוי קען דאס זיין? עולם גולם ווייסט אז מען צאלט דא זייער ביליג? יא, אין די קארלסבורג באלק בינגא הייזער צאלט מען בינגא שטריימלעך פרייזן טעקסעס, און פאר געשמאקע גרויסע פריוואטע הייזער מיט א דריטל צו א האלבע עיקער לאנד צאלט מען געהעריג טעקס.

אויף קארלסבורג קען מען נישט ארויסבויען א עקסטענשאן קיינמאל, קוים א סוכה אין די מצומצומ׳דיגע פארטש, ווען די משפחה וואקסט בלייבט מען מיט וואס מען האט.

אויף קארלסבורג איז קיין פארקינג נישטא פאר אלע איינוואוינער עקסטער, ס׳איז כל הקודם זכה, כמעט ווי אין די סיטי, (איין מעלה, אלטערנייט פארקינג איז דארט סוספענדעט...)

אויף קארלסבורג צאלט יעדער איינער א באצאלונג יעדן חודש פאר די קאנדא, האט איינער אמאל געקלערט אז דאס איז אפאר טויזנט דאלער א יאר, אזא סארט שטילע טעקס...

אויף קארלסבורג הערט מען דעם שכן וואקן יעדע טריט פון אויבן און פון אונטן, מימינו ומשמאלו, (פון די פארטשעס וועלן מיר ניטאמאל רעדן).

אויף קארלסבורג קענען נישט די קינדער שפילן רואיג אן די מאמעס אויפזיכט, ס׳איז א ביזי גאס ווי קארן פארן, קיין גראז פארהאנען... קיין עלעוועיטאר פארהאנען... קיין פרייוועסי פארהאנען... קיין סאלער צו שפארן טעקס פארהאנען... קיין סווימינג פול פאר די קינדער פארהאנען... קיין גראסערי אויף די גאס פארהאנען... קוים א שול באקומען...

די חוצפה פון דרוקן אין א אפיציעל צייטונג די גענויע אדרעסן און סכום פון טעקס וואס יעדער פריוואטער מענטש באצאלט, איז אומדערהערט (אנהער״ט א״וו). וואלט די וועלעדזש אויך ארויסגעגעבן די פובליק רעקארד (וואס יעדער וואס פארשטייט צו די זאכן קען דאס סייווי נאכקוקן נאר מ׳דארף זיך נאר אויסלערנען ווי צו קוקן...) וויפיל גאווערמענט פאנדיג די ווילעדזש טוט באקומען? די בודזשעט און די געהאלטער ווי דאס געלט גייט דארט פאר אלע באאמטע? די פאנדיג וואס די מוסדות טוט באקומען? די טשעקס וואס פריוואטע יחידים טוען דורכדרייען? אלעס איז היינט פובליק רעקארד, אבער יעדער פארשטייט אז מען טוט דאס נישט.

אזא פרעכע מוח אויסוואשונג באדארף מען טאקע צו מאכן? צו פרעידיגן ביים ציבור קעלבן צו בלייבן אין הייליגן שטעטל און חלילה נישט און ארויסגיין וואוינען ״אינדרויסן״... מען וויל ״אונז״ פשוט העלפן, מען ווייל ״אונז״ שפארן אונזערע טעקסעס, וויייל ״אינדרויסן״ באצאלט מען זייער טייער טעקס. בו בעת ווען יעדע דירה ״אינדרויסן״ שוין נאכן אריינלייגן געלט האלט מען נאך אלץ ביי צווישן הונדערט פופציג און צוויי הונדערט אלפים ביליגער ווי ״אינעווייניג״ מיטן ביליגן טעקס, בינגא שטריימל, אריינגעשטופט צווישן הונדערטער משפחות אונטער איין אטעם, נוסח לעמבערג, פראג, קערעסטיר, געטאו סטייל.

אין קארלסבורג צאלט מען ביליג טעקס ? דארט האט די ווילעדזש שוין פארדינט פופציג אלפים נאך פארן אנהייבן, א קיימא לן פון צוואנציג יאר רעגולער טעקס!! און דאס האט מען גאר באצאלט פון פאראויס!! געצאלט פאר א עכטע מייעסטעטישע שטריימל און אהיימגעוואקט מיט א 500 בינגא שטריימל, הזאת נעמי? פאקטס כאטש איין, פארדעם קומט מען נעמען 500 פריוואטע מענטשן׳ס אדרעסן און טעקס אינפארמעישאן און דאס דרוקן אין א אפיציעלע צייטונג? ווען די רעקארד וואלט דאס געטוהן וואלט מען שטיל געווען?

שוין אפגערעדט פון דעם אז די 500 משפחות וואס מען האט ארויפגעלייגט איז שטארק אונטערגעליסטעט, בעקדעיטעט אפאר חדשים צוריק, עס וואוינען שוין ״אינדרויסן״ פיל מער, (טאקע אן סעווען ספרינגס...), ועל כולם עס איז נישט מער ״ווי א צענטל״ פון וואס עס קומט!! עס יאווען זיך יעצט אין די דאזיגע חדשים שווערערע הונדערטער הונדערטער דירות אין דעוואלאפמענטס, און אין פריוואט, ביז א יאר-צוויי-דריי וועלן וואוינען אינדרויסן פון שטעטל באלד 2000 משפחות, און ביז צען יאר וועט זיין 5000 צו 6000 טויזנט בלויז ״אינדרויסן״ אליינס, און זיי ווייסן דאס, זיי פארלירן די פאוער, די וואויטס, די געלט, פרייזן פון דירות שאקלען זיך, די ביזנעס צענטער פארדינגט זיך נישט אזוי פוגלדיג, ועל כולם מ׳פארלירט די קאנטראל אויפן ציבור, וויל מען האלטן די קעלבן אינעם שטאל, קיינער זאל נישט ארויסגיין אויפן פעלד, איי דארט איז דא גענוג צו עסן, ניין, בלייבן אין שטייג און עסן שטרוי וואס מען פיטערט.

עס פעלט נאך אויס מסביר צו זיין די חילוקים פון די באטעמקייט און געשמאקייט דאס רואיגקייט פון וואוינען ״אינדרויסן״ איש תחת גפנו ותחת תאינו, אידישלעך און מענטשליך אויסגעהאלטן ברוחניות און בגשמיות, מיט א אויסוואל פון שולן און מקוואות, די קוואלעטי באסעס פירן די קינדער צו ״אלע מוסדות״, קיינעם גייט נישט אן וואו מ׳שיקט, וואס מ׳שיקט, מ׳קען מחנך זיין די קינדער רואיגערהייט, מ׳שניידט זיך די גראז, מ׳שארט זיך די שניי, מ׳לעבט ווי א איד, און מ׳באצאלט וואס א יעדער איד באצאלט. קיינער צאלט נישט ביליגער אפילו אין קארלסבורג, דאס געלט גייט נאר אונטער א אנדערן שלייער.

אלזא ביטע הערט אויף פירן א מערכה מיטן ארויסמופן, עס האט טאקע געהאט זייער א שיינעם שלייער, אבער יעדער האט פארשטאנען אייער ווייטאג. פארפאלן. מיר האבן גארנישט אנטקעגן אייך, אבער ס׳איז נייע צייטן, מיר וועלן לעבן ווי נארמאלע מענטשן. און ביטע לייגט נישט ארויס אין פובליק פריוואטע מענטשן׳ס נכסים, ס׳איז פשוט נישט קיין שיינע זאך. וד״ל.

ס׳איז דא הייזער צו קויפן איבעראל, ס׳איז א מורא׳דיגע גוטע געלעגנהייט במשך דעם ווינטער צו כאפן גוטע דיעלס, מ׳דארף נישט ווארטן אויפן זוממער.

רבותי, מופט ארויס ״אינדרויסן״, קויפט אייך א הייזקע, באצאלט אייער טעקס, און ענדזשויעט אייער שיינעם עכטן שטריימל זיצנדיג שבת נאכמיטאג אויף אייער פראפערטי מיט א אור החיים הק׳, מיט די משפחה, אה, אפילו די ווינטער, די שניי, די מחזה הוד איז דאך אזוי געשמאק, מעין עולם הבא יום שבת מנוחה.
אוועטאר
ווישוואש
שר שבעת אלפים
תגובות: 7030
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

וואס איז די פראבלעם מיט די תגובה?
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1910
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהער און אהין »

ווישוואש האט געשריבן:וואס איז די פראבלעם מיט די תגובה?

געוויסע ווערטער אינדערמיט וואס קאמפלייען נישט די תקנות המקום.
קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2265
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 7:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסילמאן »

יונה האט געשריבן:שולדיג און דאס וואס די רופסט דברי בזיון - זענען די וואס שרייבן שטארק אויף די פארקערטע זייט*, כאטש זיי ווייסן גוט אז נישט יעדער האלט אזוי, אריינגערעכנט די שרייבער'ס זעלבסט... עס איז נאר בא'טעמ'ט צו צייגן דעם כשר'ן פיסל און טאקע שרייבענדיג אויפן אינטערנעט, אמער איך האב דאך נישט קיין סמארטפאון... צדיק'ל טייערע, זייטס וויסן אז ר' שאול יצחק ע"ה'ס מלחמה איז בכלל נישט געווען דירעקטירט בלויז אויף ס"פ, ער האט לוחם געווען שטארק און כסדר אקעגן אינטערנעט אין אפיס, יא יא דאס וואס "דו" נוצט יעדן טאג, אויף טעקס מעסעדשס און אנדערע טעכנעלאגישע כלים! אלזא עס איז נאך דא גענוג ווי די קענסט פארעכטן בעפארן צייגן פינגער אויף אנדערע זאלן זיך פארבעסערן.

*אגב עס איז אבק לשון הרע צו מרבה זיין בשבח פון א מענטש ווען מען ווייסט קלאר אז דאס גייט גורם זיין פאר קעגנזייטיגע תגובות, עי' כאן. viewtopic.php?p=925419#p925419..


זייער א ריכטיגע נקודה, אז מעו זאל נישט מרבה זיין בשבחין ווען מען ווייסט אז עס גייט ברענגן פארקערטע רעאקציעס, די זעלבע נקודה איז אויך וועט עס קומט צו אנדערע קאנטריווערסל ענינים.

ומענין לענין, ווען עס קומט צו אנדערע ענינים און מען שרייבט קיצונית'דיג דשאסט צו מאכען א שטורעם, למשל די שמועס דא (איך בעט איבער פון פראנויס די ניק, ארויס גענומען אלע נעמען) זאל מיר איינער זאגון אז דאס איז נישט טרואל'יש געשריבען... און אפילו אויב נישט א טרואל איז וואס פעלט אויס די קיצונית ווען כמעט קיינער איז נישט דערביי.

יאך זעה אז איגערקע קלאגט אויף אייוועלט. מה אעשה יאך האב אויכעט א קינה.
אוי אייוועלט אייוועלט דו פלעגסט זיין די איינציגסטע מקום על טהרת הקודש אויף די טריפהנעם געוועב, איצטערט דרייען זיך דא שועלים קטנים מחבלים כרמים אשר בסודן אל תבוא נפשי

אוי אייוועלט אייוועלט

ווי קען קומען א איד וואס לייענט און שרייבט דא און געבען חיזוק אין שטיצע פאר א כופר הכל ר"ל וואס איז מלשין אויף אחינו בני ישראל, ווי קען קומען א איד און שטריימעל בעקיטשע און געבען גערעכט פאר א גויאישע רעגירונג וואס וויל כופה זיין אויף אונס גזירות קשות כהמן

ווי אזוי???? זעהט איר נישט אז מיר זענען איצטערט אין א עת מלחמה. יעצט איז נישט די צייט פאר קאמפראמיסן! מיר ברויכען יעצט קעמפען ווי לייבען!

אוי אייוועלט אייוועלט

אמאל וואלט דאס געווען א פשיטותא... היינט ביניך א קול קורא במדבר...

אוי אייוועלט אייוועלט


און יעצט צו אלע אנגעקלערטע אויבערחכם חכמים וועל איך זאגען איין זאך.

די הייליגע דברי חיים פון סאנז זיעועכי"א האט געזאגט אז ווען ער האט זיך געמוזט לערנען אינטערשרייבען זיין נאמען אויף די גויאישע שפראך האט עס אים געשאדט, מיר זענען נישט אויף די מדריגה פון דעם הייליגען רב אבער מיר גלויבען באמונה שלמה אז יעדע גויאישע בוכשטאב איז מטמא די אויגען. סאיז דא אביסעלע וואס ממוז לערנען, נישטא קיין ברירה. דאס איבעריגע איז פשוט מטמטמם די מוח, סאיז א רעה בזה ובבא.

איר ווילט אייער בחורים זאלען זיך פארהערען מסכתות הש"ס אדער להבדיל אלף הבדלות סייענס ביכער אנגעפילט מיט כפירה ומינות פון ארגסטן קאליבער?? איר ווילט אייער קינדער זאלען קענען סימנים אין שו"ע אויף אויסענווייניג אדער ער זאל ליינען שמוציגע ביכער פון דארווין ימ"ש?

איר ווילט ער זאל לערנען הייליגע חסידישע ספרים אדער לייענען טריפהנע נאוועלס וועגען די ג'ויאישע לעבען?
ווילט איהר אויפצוען ערליכע יודישע קינדער אדער חלילה די היפך???

געוואלד! די עתיד פון די דורות איז און אונזערע הענט. וועקט אייך אויף!


מיר קענען ב"ה פיין לייענען, און ישוב הדעת פארמאגען מיר גענוג און איבעריג.
איר פארשטייט נישט, צ'י איר ווילט נישט פארשטיין, אז מיר זענען איצטערט אין א עת מלחמה. אין אזא פאל מוז יעדע צד שרייען כולה שלי ווייל אז נישט פארלירסטו דעם קריג, איינמאל די קריג איז פאריבער קאנען מיר מאכען א דיון פונקטליך וואס פעלט פון אונדזערע ישיבה פירות אז מיר זאלען מוזען טוישען די גאנצע עינגליש




אזוי ווי די חרדישע וועלט איז איצטערט אין א מלחמה מיט שונאים מבית ומחוץ וואס ווילען משנה זיין דרך אבותינו, במילה אלץ א חסידישע יוד וואס געפינט זיך אויף א חסידישע וועבזייטעל וויל איך נישט ליינען די רייד פון אזאלכע וואס שטיצען אינזערע שונאים, במחשבה או בדיבור וכש"כ במעשה

איני אומר קבלו דעתי, אבער יאך בעט ווער סשטייט מיט מיר זאל מגלה זיין אז זיי ווילען אויכעט נישט לייענען דברי שמץ וואס גרעניצען זיך מיט שינוי מדרך התורה והמסורה.
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8617
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

איך לאך.
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלפיים
תגובות: 2231
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייט שטיפער »

לעצטנס ווער עס האט נאר א פעדער קען שרייבן וואס מ'וויל אין די פאלגענדע אשכולות: (איך באשילדיג נישא קיינעם, ווייל איך בין אויך נישט אומשילדיג...)

index.php?mark_notification=1823674&hash=e9d96b86
viewtopic.php?p=1840809#p1840809
viewtopic.php?p=1840045#p1840045

בעצם מעג שוין אלעס באקומען זייער תיקון,
אלע וואקסין אשכולות זאלן ווערן צוזאמגעשמאלן, צו וואס דארפן ארום לויפן זיך פארענטפערן דריי מאל אין יעדע באזונדערע אשכול
אלע ראבאקאל אשכולות, חנוכה קאמפיין'ס אד"ג אשכולת זאל ווערן איין אשכול, אלעס ארום טמ"נ, מיט פרא'ס און אנטי'ס פונקט ווי וואקסין'ס (דאס איז שוין נאר א וויץ...)
אידישע נייעס אין נאטיצן איז שוין צייט צו ווערן אנגערופן אלעס ארום קהילת לב טהור (נאר בלומינבורג מעג?)
אוועטאר
בינען זאפט
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 02, 2019 4:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בינען זאפט »

צייט שטיפער האט געשריבן:לעצטנס ווער עס האט נאר א פעדער קען שרייבן וואס מ'וויל אין די פאלגענדע אשכולות: (איך באשילדיג נישא קיינעם, ווייל איך בין אויך נישט אומשילדיג...)

http://www.ivelt.com/forum/index.php?ma ... h=e9d96b86
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 9#p1840809
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 5#p1840045

בעצם מעג שוין אלעס באקומען זייער תיקון,
אלע וואקסין אשכולות זאלן ווערן צוזאמגעשמאלן, צו וואס דארפן ארום לויפן זיך פארענטפערן דריי מאל אין יעדע באזונדערע אשכול
אלע ראבאקאל אשכולות, חנוכה קאמפיין'ס אד"ג אשכולת זאל ווערן איין אשכול, אלעס ארום טמ"נ, מיט פרא'ס און אנטי'ס פונקט ווי וואקסין'ס (דאס איז שוין נאר א וויץ...)
[image]
אידישע נייעס אין נאטיצן איז שוין צייט צו ווערן אנגערופן אלעס ארום קהילת לב טהור
[/image] (דינאר בלומינבורג מעג?)

:lol: :lol: :lol: :lol:
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24631
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

איך האב געשריבן א נארמאלע תגובה ביי די אשכול פין ר' הערשל מייזלס וועגן מיזלס אין מען האט עס פארמעקט פאר קיין שום סיבה נישט, קען אפשר איינער מיר קלאר מאכן וואס מען וויל פין מיר
איך האב פונקט אזוי נארמאל געשריבן ווי די אנדערע חברים דארט אין די אשכול איז אדער פארמעקט מען אלעס אדער לאזט מען מיינסט אויכעט...
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1910
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהער און אהין »

ב''ה אזא ערליכער און פרומער פארום דא, מען איז אפגעשיידט פון די מדינת השמד וגזירותיהם, אז אלעס וואס האט צוטון מיטן ווארט 'גיוס', אפי אויף מוחה צו זיין, באקומט שטרענגע סעקיורטי פון מנהלים ואחרים באוואפענט ביז צו די ציין מיט מעקער'ס.
ב''ה א פרומע (איי) וועלט!
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8617
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

פילייכט ברויכט איר א כינוס וואס זאל אייך לערנען די יסודות פון אייוועלט.
פרובירט אנצוהייבן ביי די איינצעלנע תקנות אשכולות, בהצלחה.
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9090
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

כ׳האב יעצט געקליקט אויף דיין ניק.

יא, ס׳קומט נאך ארויף דיין פראפייל.
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

מומחה יוחס האט געשריבן:איך האב געשריבן א נארמאלע תגובה ביי די אשכול פין ר' הערשל מייזלס וועגן מיזלס אין מען האט עס פארמעקט פאר קיין שום סיבה נישט, קען אפשר איינער מיר קלאר מאכן וואס מען וויל פין מיר
איך האב פונקט אזוי נארמאל געשריבן ווי די אנדערע חברים דארט אין די אשכול איז אדער פארמעקט מען אלעס אדער לאזט מען מיינסט אויכעט...

שיק מיר וואס דו האסט געשריבן
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

מומחה יוחס האט געשריבן:איך האב געשריבן א נארמאלע תגובה ביי די אשכול פין ר' הערשל מייזלס וועגן מיזלס אין מען האט עס פארמעקט פאר קיין שום סיבה נישט, קען אפשר איינער מיר קלאר מאכן וואס מען וויל פין מיר
איך האב פונקט אזוי נארמאל געשריבן ווי די אנדערע חברים דארט אין די אשכול איז אדער פארמעקט מען אלעס אדער לאזט מען מיינסט אויכעט...

איבערגעקוקט דיין תגובה און איך פארשטיי פארוואס מ׳האט עס געמעקט. עס קען פערזענליך ווייטון איינעם וואס האלט פון הערשל מייזעלס. ווילסט איך זאל עס אהערברענגען און דער עולם זאל דן זיין?
אוועטאר
שפיגליצקי
שר האלף
תגובות: 1298
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפיגליצקי »

געלעגער האט געשריבן:
מומחה יוחס האט געשריבן:איך האב געשריבן א נארמאלע תגובה ביי די אשכול פין ר' הערשל מייזלס וועגן מיזלס אין מען האט עס פארמעקט פאר קיין שום סיבה נישט, קען אפשר איינער מיר קלאר מאכן וואס מען וויל פין מיר
איך האב פונקט אזוי נארמאל געשריבן ווי די אנדערע חברים דארט אין די אשכול איז אדער פארמעקט מען אלעס אדער לאזט מען מיינסט אויכעט...

איבערגעקוקט דיין תגובה און איך פארשטיי פארוואס מ׳האט עס געמעקט. עס קען פערזענליך ווייטון איינעם וואס האלט פון הערשל מייזעלס. ווילסט איך זאל עס אהערברענגען און דער עולם זאל דן זיין?

איך וויל זיכער...
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).
אין א שיינעם העלן טאג...
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24631
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

אויב די ווילסט נו נו
לעצט פארראכטן דורך מומחה יוחס אום מאנטאג יאנואר 07, 2019 2:08 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
יישר כח
שר חמש מאות
תגובות: 821
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 09, 2013 10:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יישר כח »

גיט געטוהן אין יש"כ פארן האלטען די פלאץ אסגעהאלטן
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

טעסטינג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

איר קענט זאגן ולמלשינים דריי מאל א טאג, שחרית מנחה מעריב, מיט אלע כוונות ווילאנג איר ווילט נאר, אבער אז איר קומט אריין דא אינעם וועלט, האט איר קיין רעכט צו שעלטן, מעג עס זיין די גרעסטע ערגסטע וואס די וועלט פארמאגט.

נישט דא .......
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

ריכטיג, יוצא געווען ביי ולמלשינים, פעלט נישט אויס זיך צו דרייען און שעלטן א גאנצן טאג.
פארשער
שר האלף
תגובות: 1847
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2009 7:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשער »

נו גוט נו שוין האט געשריבן:איר קענט זאגן ולמלשינים דריי מאל א טאג, שחרית מנחה מעריב, מיט אלע כוונות ווילאנג איר ווילט נאר, אבער אז איר קומט אריין דא אינעם וועלט, האט איר קיין רעכט צו שעלטן, מעג עס זיין די גרעסטע ערגסטע וואס די וועלט פארמאגט.

נישט דא .......

יעפ. איך האב אמאל ארויפגעלייגט גאנץ ולמלשינים אין דעם אשכול 'ריכטערין גינזבורג ברעכט זיך דריי ריפּן ביינער' ס'איז געווען דארט א לאנגע צייט, יעצט זע איך אז עס איז מער נישט דארט.
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

דממה דקה האט געשריבן:ריכטיג, יוצא געווען ביי ולמלשינים, פעלט נישט אויס זיך צו דרייען און שעלטן א גאנצן טאג.

א בחינה ווי די יעניגע וואס טוען אן א קאפל אין שול און ווען מגייט ארויס גיט מען עס א קוש און אריין אין טאש.....
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10744
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

לב טהור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

כ'וויל וויסן וואס איז די סטעטוס איבער די לב טהור נייעס ?
ביז יעצט האט מען געמעגט שרייבן אין יעצט זעה איך אז ס'איז שטיל..
אפשר איז כדאי אז לכה"פ די נייעס זאל מען מעגן שרייבן ווי למשל אין די אקטועלע נייעס ?
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3075
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאצמעך »

ס'דא נייעס? איך מיין אז ס'איז שטיל יעצט. סתם פרעגן וואס איז נייעס אין לב טהור האט לדעתי קיין שום פשט.
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10744
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

יאצמעך האט געשריבן:ס'דא נייעס? איך מיין אז ס'איז שטיל יעצט. סתם פרעגן וואס איז נייעס אין לב טהור האט לדעתי קיין שום פשט.

זיכער איז דא נייעס
אבער כ'זעה אז די חברה מעקן אויס יעדע אפדעיט.
אין פאקט איז שוין ... באפרייט אויף הויב ארעסט
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”