גריסן און שמועסן
מיטוואך פבואר 22, 2012 5:39 pm
טאקע ביים אריינגיין אינעם אדר, טאקע דעמאלטס אט יענע סעקונדע, דעמאלטס טאקע ברויך מען מרבה זיין בשמחה.
סוי אט אט אינטער א שטונדע קומט שוין אט יענע ערווארטעטע מינוט'קלע, וואס עס ווערט באשאנקן מיטן נאמען "משנכנס" אדר!
איז לאמיר אלע ארויס אין א ניגון הויעך אויפן קול, מישענעכנעס מישענענכנס אדער מארבבבין מארבבבין מארבין בעסימחע
Advertisement
מיטוואך פבואר 22, 2012 5:47 pm
מיטוואך פבואר 22, 2012 5:48 pm
כ'ווייס נישט וועלכע ניגון דו זינגסט.
מיר זינגט זיך
מישע מישע מישע מישע מישע מישע מישע מישע מישעניכנאס אדער
מישע מישע מישע מישע מישע מישע מישע מישע מישעניכנאס אדער
מרבין מארבין, מרבין מארבין, מרבין בעשיאימחה,
מרבין מארבין, מרבין מארבין, מרבין בעשיאימחה,
וחוזר חלילה
מיטוואך פבואר 22, 2012 5:53 pm
מיטוואך פבואר 22, 2012 5:58 pm
און די לעצטע וואך זענען פארגעקומען די לעצטע פארברייטונגען צום ריזיגן מאסן צוזאמענקנופט נישט צו לאזן ווערן אינטערדריקט פון די בעלי מרה שחורה, און זיך יא ערלויבן צו שמייכלען ברבים, מען וועט שוין מער זיך נישט ברויכן באהאלטן אין מייזן לעכער ווען מען וועט וועלן גיבן א קליין שמייכל, נאר אדרבא ואדרבא, עס וועט ווערן צוגעשריבן צו די תקנות הקרעטשמע, למען ישמעו ויראו ולא יוסיפון למרה שחורה עוד, אלס איינס פון די גאר וויכטיגע תקנות אז צו קענען זיצן דא בתוכנו קרעטשמע ניו זארק, וועט מען מוזן ארויפציען ריזיגע שמייכלען, דעי אלע וואס וועלן נישט אויספאלגן די תקנות המקום וועט די הנהלת הקרעטשמע זיין געצווינגן ארויפצוציען איבער די יעניגע פעינימער גרויסע ריזיגע מאסקעס, וואס דעי דאזיגע ספעציעלע מאסקעס וועלן שמייכלען אנשטאט.
גרויסע הכנות זענען שוין פארגעברייטערט געווארן, צוצוגרייטן דעם גאנצן עולם צום געוואלדיגן מעמד הדורכברוך, וואס וועט געפראוועט ווערן אינאיינעם מיטן מעמד הכתרה פאר כ"ק אדמו"ר הפ"ר שליט"א, מיר האפן אלע צו א געוואלדיגע סוקסעס.
פאר די אלע וואס זענען נישט אזוי באהאוונט וואס דאס באדייט פון א שמייכל איז, זאגן די גרויסע מבינים אז עס איז נישט קיין אזא שווערע זאך דאס געבן א שמייכל, עס איז פשוט אביסל צוזאם צוקנייטשן דעם פנים, און ציען די לעפצען לצדדים, מער אנטקעגן די אויערן, עס זאל זיין וקרב זה אל זה ונעשה שמייכל.
ווען די נייעס איז צושפרייט געווארן איבער די קרעטשמערישע גאסן, ובפרט און די סקרענטענע זייט, האבן זיך גלייך דערהערט געשרייען פונעם גרויסן מ. ראש הקהל, מיסטער שמערי בערי, וואס זיצט נעבעך פארשמאכטעט און באזאטעלט אינעם ראשעקאלישן אפיס, און ער איז דאך א געפעליכער מרה שחורה'דיגער פארשוין כידוע ליודעי קרעטשמע, און ער פיהרט ספעציעל א ערנעסטע מערכה איבער דעם ענין פון זיין בשמחה, שרייט ער חי וקים אויף דעם יאם טאב'דיגן נוסח, ער לאזט בשום אין פנים ואופן אז דער תקנה זאל ארויפפארן דא בתוכנו, נאר אדרבא, מ'זאל גאר ארויסגעבן א איסור אויף שמייכלען, אויב איינער וועט יא וועלן שמייכלען וועט מען מוזן חוסם זיין זיין ניק ביז קרעמער וועט זיך מרחם זיין אויף אים, און ארויפשמירן זיין נאמען צווישן דעי נישט אויסגעמעקטע ניק'ס.
יעצט אינטער די קוליסן שפילט זיך אפ אן ערענסטע מלחמה צווישן די מנהלים און אחראים און די ראשי הקהלה, צו מ'וועט צולאזן דעם אנטי מרה שחורה געזעץ, עס איז צום האפן פון יעדעם ניק דא אין קרעטשמע אז דידן ינצח במהרה בימינו אמן.
מיטוואך פבואר 22, 2012 6:06 pm
כ'בין אין דיין קאאליצייע, איך שטים דערוועגן...
מיטוואך פבואר 22, 2012 6:08 pm
מוישעלע האט דא אנגעברענגט א מחנה משמחים א מחי' א קוק צי טאן.
מיטוואך פבואר 22, 2012 6:11 pm
איך בין פאר די געזעץ
קענסט מיר מזביר זיין וואס וואקעסען ארויס און יעדעס אשכול אזוינע סמייליס, ווי שוועמלעך נאך א רעגען
בני ברקער מען מעג שמייכלען אויפען אוועטער, און די תגובות ברויך מען זיין איינגעהאלטען, אז מען וויל דוקא זאל מען מאכן א סמייליס סעקשן.
און אריינלייגען דארט זאל יעדער אזוינע תגובות ווי מושעלע 11211
מיטוואך פבואר 22, 2012 7:02 pm
הרב טייטעלבוים; מ'וועט דאס נישט צולאזן
אוועקנעמען דאס שמייכל אין חודש אדר ?
כולנו למערכה
מיטוואך פבואר 22, 2012 7:52 pm
הרבטייטעלבוים האט געשריבן:איך בין פאר די געזעץ
קענסט מיר מזביר זיין וואס וואקעסען ארויס און יעדעס אשכול אזוינע סמייליס, ווי שוועמלעך נאך א רעגען
בני ברקער מען מעג שמייכלען אויפען אוועטער, און די תגובות ברויך מען זיין איינגעהאלטען, אז מען וויל דוקא זאל מען מאכן א סמייליס סעקשן.
און אריינלייגען דארט זאל יעדער אזוינע תגובות ווי מושעלע 11211
אז די וועסט נאך אמאל רעדען אויף אינזער שמייכעלען
העמיר מיזען ארויס גיין אויף אן הפגאנע!!!
מיטוואך פבואר 22, 2012 10:12 pm
מחה תמחה נאר מיט שמחה נאר מיט א קאך לא תשכח
מיטוואך פבואר 22, 2012 11:33 pm
שיין שיין, שמן למאור
דאנערשטאג פבואר 23, 2012 2:55 am
הרבטייטעלבוים האט געשריבן:איך בין פאר די געזעץ
קענסט מיר מזביר זיין וואס וואקעסען ארויס און יעדעס אשכול אזוינע סמייליס, ווי שוועמלעך נאך א רעגען
בני ברקער מען מעג שמייכלען אויפען אוועטער, און די תגובות ברויך מען זיין איינגעהאלטען, אז מען וויל דוקא זאל מען מאכן א סמייליס סעקשן.
און אריינלייגען דארט זאל יעדער אזוינע תגובות ווי מושעלע 11211
לא הבינותי מדבריך מאומה.
ואולי בשל חודש אדר, וחריפות היין שנכנס בקרבך, הינך מדבר דברים עמוקים מני ים...
דאנערשטאג פבואר 23, 2012 2:58 am
מן הבתם וויסטע נישט וואס עס מיינט סמייליס,
דאס זענען די גרינע רינדעכיגע וואס טאנצען אויבען דארטען.
דאנערשטאג פבואר 23, 2012 3:53 am
(ש)מחה שמחה את זכר עמלק משמחת ה.....
דאנערשטאג פבואר 23, 2012 10:34 pm
נו, חברה, מ'שטייען (אגב איך גראדע זיץ מיר באקוועם אויף מיין אפיס בענקל, און איך דריי מיך ארום רעכטס און לינקס { וואס רעד איך, איך קען דאך נישט טייפן אזוי}) מיר שוין היינט נאכט נאכן צווייטן יעלה ויבוא פונעם חודש אדר דהאי שעתא תשע"ב לפ"ק, די פענימער פונעם גאנצן ציבור שמייכלען שוין כדבעי למיהוי כראוי וכיאות, מיט אזאנע שמייכלעך אשר לא שמעתן אוזן מעולם, כ'מיין אשר לא ראה עיניהם מעולם, נע, טרייב נישט איבער, דער עולם איז נאר אביסל פרייליך, ניין זיי זאגן אז דער עולם איז געהעריג אנגעזעצט מער פון א גאנץ יאהר, פשוט און פראסט פאר מרה שחורה'ט.
א קיצור, סתם שרייבן אן קיין תכלית איז דאך נישט אינטערסאנט, פשוט כ'האב געהערט אמאהל א טיעף לומדיש סברא, פון דעי סברות כרסיות אשר בדו מלבם, איי העסטו פרעגן אוואו קריכט ארויס א סברת הכרס פונעם הארץ, א קשיא אויף א מעשה, בקיצור, די חקירה איז גאר א טיעפע, לייג צו א פלייצע און קלער אריין, לכאורה קומט אויס אז פורים איז מען סאך מער ביטער אנגעזעצט אוואו דער אנגעזעצטער טאג פון יאהר תשעה באב, אמער, משנכנס אדר מרבין בשמחה, יעדען טאג איז מען מרבה מיט שמחה מער און מער, ביז ווען ? עס איז דאך נישטא קיין טאג פון קיין ענדע, ביז ראש חודש אב, משנכנס אב ממעטין בשמחה, סוי די לעצטע 6 חדשים האט מען דאך מרבה געווען יעדן טאג מיט שמחה מער און מער, מ'מוז דאך מקיים זיין דעי מרבה בשמחה כדבעי, יעצט אז עס קומט תשעה באב, איז דאך קוים אדורך 9 טאג וואס מ'האט ממעט געווען מיט שמחה, איז מען דאך נאך געהעריג פרייליך, אבער נאך תשעה באב איז מען דאך ווייטער ממעט אן קיין סוף, ווייל עס איז דאך נישטא קיין טאג אויפצוהערן ממעט זיין, ביז עס קומט אן דעם ראש חודש אדר, דאן איז מען שוין ביטערליך אנגעזעצט עד הסוף, דעמאלטס הייבט מען אן מרבה צו זיין בשמחה.
יעצט רעכן אליין אויס, מיט דיין קאפקעיק (קרעדיט: רבי דים), ווען איז מען מער בשמחה ?
פרייטאג פבואר 24, 2012 3:50 am
ולפי דברי אין דעם אשכול [url][url=http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=21&t=341&hilit=%D7%92%D7%95%D7%98%D7%9F+%D7%97%D7%95%D7%93%D7%A9&start=100]www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=21&t=341&hilit=%D7%92%D7%95%D7%98%D7%9F+%D7%97%D7%95%D7%93%D7%A9&start=100[/url][/א גוטן חודש]איז אלעס פארענטפערט...
פרייטאג פבואר 24, 2012 11:51 am
בני ברק'ער; מיינסט
דעם תגובה ?
פאר מיר איז די קשיא נאך אלץ עומד וזוקף את ראשו במקומו ומפטירין כדאתמול, קיין שום תירוץ אויף מיין קשיא געפין איך נישט צווישן יענע שורות, אפשר אויף די ווייסע ליניעס אינדערצווישן געפינט זיך דאס
פרייטאג פבואר 24, 2012 12:16 pm
איך וועל דיר זאגען ביסט טאקע גרעכט, אבער עס שטייט זה לעומת זה עשה אלוקים, אזוי ווי עס איז דא עומק רע איז דא א נגד אן עומק טוב,
איז היצטער ווען א איד געפינט זיך מטה מטה ווי זוי ריפסט עס אהן "ביטערליך אנגעזעצט עד הסוף" איז אויף איהם אויכעט א גרויס רחמנות עד אין סוף,
און ווען ער בעט אז מען זאל איהם העלפען ערוועקט זיך אין הימעל דאס גרעסטע רחמנות וואס נאר שייך שוה בשוה א קעגען זיין עמקות אין דער שפלות,
איז שוין זייער פארשטענדליך, פורים בטבע איז טאקע אינעם טיפען שפלות, אבער עס איז דאך א טאג וואס מיר זענען מובטח להיות נענים,
כל הפושט יד נותנים לו, עפענען זיך אויף אלע טויערען פון שפע וואס איז טיף טיף באהאלטען א גאנץ יאר, א קעגען די שפלות וואס די אידען געפינען זיך,
און צוזאמען מיט דעם קומט אויך די גרעסטע שמחה, און מיט דעם איז פארשטענדליך וואס עס שטייט ונהפוך הוא ממש מקצה אל הקצה.
שבת פבואר 25, 2012 11:58 am
פארוואס נישט טייערער שמן ששון?
איך שרייב דאך דארט קלאר, אז "ממעטין בשמחה" ענדיגט זיך תשעהבאב, אזוי ווי די אלכה איז מוגבל אין כל מיני הלכות, פון נישט וואשן און נישט זייפן, במילא, אויפגעערט מיט די הלכות - אויפגעהערט מיטן ממעטין. און צוריק צום מרבין מיטן גאנצן קנאק, וואס דאס איז נישט באגרעניצט...
שבת פבואר 25, 2012 9:22 pm
ווען סשטייט משנכנס אב ממעטים בשמחה וואס וואלט איר געטון ווען א יוד עסט און די ניין טעג חלילה במזיד. פלייש וואלט איר זעכער געשריגען שייגץ ארויס. ! דאס זעלבע אדר אז איר זעט עמעצן טרעטן.מיט די נאז אראפ אויף מרבין בשמחה דארף מען אים גיין בכל חומר .... מסכים??
שבת פבואר 25, 2012 10:48 pm
מסכים!
זונטאג פבואר 26, 2012 3:50 am
שייגעץ!!!!!!!!!1
זונטאג פבואר 26, 2012 4:11 am
שמן למאור האט געשריבן:בני ברק'ער; מיינסט
דעם תגובה ?
פאר מיר איז די קשיא נאך אלץ עומד וזוקף את ראשו במקומו ומפטירין כדאתמול, קיין שום תירוץ אויף מיין קשיא געפין איך נישט צווישן יענע שורות, אפשר אויף די ווייסע ליניעס אינדערצווישן געפינט זיך דאס
קוק איין תגובה פריער
מיטוואך מרץ 07, 2012 3:09 pm
חברה, ס'איז שוין דורך כמעט א האלבען חודש, ס'איז שוין אט אט פורים, דער עולם ברויך שוין צו שמייכלען אין די הויכע נומערן פון שמייכלערעיי, נו, אוואו זעהט מען דעם עולם שמייכלען ?