בלאט 1 פון 1
מיט א גיטען אפעטיט
פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 23, 2007 1:06 pm
דורך Anonymous
א סערוועי פין די קינאו נייעס אגענטורהאט געוויזן אז 99.99 מענטשן גייען עסן די וואך שבת אין די קאך
איך בין נישט אין די מוט יעצט צי צילייגען פינקטליך ווי אזוי אזא שבת גייט צי, בפרט ווען דריי פערטעל הויז איז שוין פסח'דיג געמאכט
אבער אזויפיל וועל איך יא טיען. אנווינטשען פאר אלע קרעטשמע מיטגלידער 'א פרייליכען שבת' 'א ליסטיגען שבת' 'עסט די שבת סעודות מיט א גיטן אפעטיט'
פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 23, 2007 1:08 pm
דורך איך_הער
א דיינעם שאנק, ביידאוועי, איך פלאן סיי די וואך און סיי נעקסטע וואך, צו עסן אין דיינונג רום, און יא, איך מאך אליינס דעם סדר ביי מיר אינדערהיים, אויך אין דיינונג רום.
פארעפענטליכט: שבת מרץ 24, 2007 10:48 pm
דורך יאנאש
שמערל; א גרויסן דאנק פאר די ברכה, זעהט אויס אז דאס איז געווען די סיבה פאר די רואיגע שבת.
פארעפענטליכט: שבת מרץ 24, 2007 11:27 pm
דורך סאכדעס
און כ'מוז זיך מצטרף זיין לדברי ידידי יאנאש, ס'איז אדורך רואיג.
פארעפענטליכט: שבת מרץ 24, 2007 11:47 pm
דורך שוועמל
אדורך רואיג?
יוי די קינדער! האט זי געשריגן אלע וויילע.
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 25, 2007 9:09 am
דורך יגרסהדותא
גאנץ בחסד אדוירעך, די עיקר סיבה, ווייל ס'איז געווען א "טשענדזש" אזאך וואס מיינע קינדער לאטווען.
די וואך - פ' צו שבה"ג - גייט מען עסן אין גראדזש, איך האלט אינמיטן אויספרעגן מיינע מייזלעך צו ס'איז א גוטער מקום..
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 25, 2007 2:50 pm
דורך 3x0
ביי אונז האט מען שוין געגעסן די לעצט צוויי שבתים אין קאך, און מען שמועסט שוין פון עסן היי-וואך (נישט אזוי, קרעמער?) און די קליינע האלל, לעבן די גאס טיר.
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 25, 2007 3:18 pm
דורך סאכדעס
ביי מיר איז אויך אזוי געווען אין פלאן. לבסוף האמיר זיך בארעכנט אז מ'פארקויף מיר די גאנצע חמצ'דיגע קיך. אלזא העלמיר דעם שבת מערצעשעם אויך עסן אין קאך.
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 25, 2007 3:32 pm
דורך צייטליך
יאך האב געגסן דעם שבת ביים שוויגער, לקיים מה שנאמר "על" מצות "ומרורים יאכליהו"...
הגם ס'איז טאקע געווען אין קיך, אבער פארט האט זי די שווערע ארבייט, נישט איך.
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 25, 2007 3:40 pm
דורך קרעמער
ביי מיר עסט מען ב"ה חמץ אויפן דיינונג רום טיש ביז בדיקת חמץ טאג, ולא עד בכלל (ביום בדיקת חמץ עסט מען פארעווע נאכטמאל - כלומר נישט חמץ און נישט מצה)
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 25, 2007 10:01 pm
דורך פירשט
קרעמער:
דו וואונסטעך אין ווילי , דו האסט בכלל א קיך?
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 27, 2007 4:23 pm
דורך Chairlift
איך האב געמאכט אזא דיל מיטן שוויגער, זי קימט צי מיר עסן דעם גרויסן שבת, און בשכר זאת לאזט זי מיך אריין צי זיך אויף גאנץ יום טוב,
פארשטייט זיך ס'כאפן זיך מיט א שוואגער דא אין דארט באט נעווער מיינד.
וואס זאגט עטץ צים דיל הא?
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 27, 2007 4:56 pm
דורך יאנאש
גרעיט מיינדס טינק עלייק.