Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

א פרישע שטודיע מעלדט אז...

שבת פבואר 18, 2012 11:02 pm

היינט איז א וועלט פון שטודיעס; עס איז הימל און ערד און שטודיעס.

שטודיעס ווייזן אז... זייער אסאך פראפעסארן לעבן פון מאכן שטודיעס. דערפאר פארשטייט זיך אז מען קען זיך נישט צופיל פארלאזן אויף א שטודיע אויב מען האט נישט געהעריג שטודירט ווי אזוי די שטודיע איז שטודירט געווארן. יעדנפאלס ווערן אסאך מאל באריכטעט שטודיעס וואס זענען: אינטרעסאנט, קאסטן א שמייכל און זענען פילייכט ווערט צו באריכטעט ווערן אויף אונזער וועלטל.

און אויף געוויסע שטודיעס דארף מען גאר שטודירן צו וואס עס האט אויסגעפעלט צו מאכן א שטודיע דערויף, דערנאך וואס די געפינסן זענען גאר איינפאך פאר יעדן רעכטדענקנדן פערזאן.

אט צום ביישפיל:
א נארוואס פארעפנטליכע שטודיע צייגט אז ניו יארק סיטי איז די "אומהעפליכסטע" שטאט אין אמעריקע.

די שוטדיע האט אויך געצייגט אז מיאמי איז די צווייטע אויף די ליסטע פון שטעט וואו מענטשן זענען נישט העפליך. זי איז נאכגעפאלגט געווארן דורך וואשינגטאן די. סי., לאס אנדזשעלעס און באסטאן.

אויך האט די שטודיע געצייגט, אז ניו יארק סיטי און באלטימאר זענען די "שמוציגסטע" שטעט אין לאנד. און ניו יארק סיטי און לאס וועגאס זענען די שטעט מיט די מערסטע "גערודער".


מען וועט מוזן אננעמען אז די שטודירער וואוינען ווארשיינליך נישט אין די גרויסע עפל, אויב זיי האבן געדארפט פארברענגען צייט דאס צו שטודירן.

Advertisement

זונטאג פבואר 19, 2012 12:20 pm

איז דאס נישט די זעלבע אשכול ווי די אנקעטע אשכול וואס שטייסטע נישט האט?

זונטאג פבואר 19, 2012 4:21 pm

שטודיעס און אנקעטעס זענען צוויי באזונדערע זאכן

מאנטאג פבואר 20, 2012 5:45 am

אין אנדערע נייעס איבער ניו יארק סיטי איז לעצטנס געווען באריכטעט א שטודיע, אז ניו יארקער לעבן היינט לענגער ווי אמאל.

קינדער וואס זענען געבוירן געווארן אין 09', זענען - לויט די שטודיע - ערווארטעט צו לעבן 80.6 יאר. א העכערונג פון דריי יאר פון די פריערדיגע שאצונג אין יארע צוויי טויזנט.

פארשטייט זיך אז דער נידריג-געשעצטער בירגער-מייסטער פון שטאט הרב מיכאל בלומבערג האט זיך קרעדיטירט דערויף, זאגנדיג אז זיינע אנטי-רויכערן פאליסיס און נאך פארשידענע פראגראמען וואס ער האט איינגעפירט זענען פאראנטווארטליך פאר דעם געוואלדיגן דערגרייכונג.

ביי א פרעסע קאנפרענץ אין לינקאלן שפיטאל אין די בראנקס האט ער פייערליך פראקלאמירט אז אויב מען וויל לעבן לענגער זאל מען קומען וואוינען קיין ניו יארק סיטי וואו די דורכשניטליכע לעבנס-טעג זענען איצט העכער פון דעם נאציאנאלן דורכשניט וואס שטייט ביי קנאפע 78.2.


ציניקער זאגן אז אויב איז דאס ריכטיג, איז עס פשוט ווייל די ניו יארקער "האבן פשוט נישט קיין צייט" צו שטארבן. נישט פארגעסן: צייט איז געלט!

דינסטאג פבואר 21, 2012 10:04 am

פארשריבן האט געשריבן:אין אנדערע נייעס איבער ניו יארק סיטי איז לעצטנס געווען באריכטעט א שטודיע, אז ניו יארקער לעבן היינט לענגער ווי אמאל.


האט דאס עפעס מיט עקסטשענדש טעלעקאם?

דינסטאג פבואר 21, 2012 1:41 pm

חשמל האט געשריבן:
פארשריבן האט געשריבן:אין אנדערע נייעס איבער ניו יארק סיטי איז לעצטנס געווען באריכטעט א שטודיע, אז ניו יארקער לעבן היינט לענגער ווי אמאל.


האט דאס עפעס מיט עקסטשענדש טעלעקאם?


נעמליך?

דינסטאג פבואר 21, 2012 2:25 pm

א שטודיע פאר צוויי וואכען צוריק האט געוויזען אז עס זענען דא מער רעכט האנטיגע מענטשען ווי לינקע...
אין א בריעוו צום יענע פראפעסער וואס האט דאס שטודירט שרייבט איינער אז אין 62' איז שוין געמאכט געווארען אזא שטודיע אין געוויזען דער זעלבע רעזאלטאטן.
האט דער פראפעסער געשריבען אין א ארטיקעל אז מיט דעם אלעם פופציג יאר איז עס נאך אלץ געבליבע דער זעלבע, אויסער אויב מ'זאל אריין טוהן אז קען זיין אין שפעטער 80' יארען זענען געוועהן מער לינקע, נאר יעצט האט זיך עס געגעבען א דריי צוריק...

שווערע שטייער געלט פאנציאנירט די ליצנות...

דאנערשטאג מרץ 01, 2012 12:41 pm

פארשריבן האט געשריבן:א נארוואס פארעפנטליכע שטודיע צייגט אז ניו יארק סיטי איז די "אומהעפליכסטע" שטאט אין אמעריקע.

http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp? ... m_id=11045

דינסטאג מרץ 06, 2012 1:18 pm

און יעצט א פארקערטע שטודיע... לכבוד חודש אדר.

פארשער האבן אין די טעג ארויסגעגעבן די רעזולטאטן פון זייער אויספרעג איבער וועלכע סטעיט אין אמעריקע איז די פרייליכסטע און צופרידנסטע, און צום דריטן יאר אין א רייע איז האוואאי אויסגעקומען נומער איינס אויף די ליסטע. די צווייטע איז סאוט-דעקאטע און גלייך דערנאך מינעסאוטע.

די טרויעריגסטע זענען געווען די וועסט-ווירדזשיניע איינוואוינער.

בכלל זענען די מערב און מיטל-מערב שטאטן אויסגעקומען מער פרייליך ווי די דרום-שטאטן. עקספערטן זאגן אז דאס האט צוטוהן מיט די שיינע וועטער אינעם אינזל, אזוי אויך איז אין די דרום-שטאטן אין אלגעמיין מער פארכמורעט.

פארוואס מען דארף זיין א עקספערט דאס אויסצוגעפינען, פארשטיי איך נישט.

דינסטאג מרץ 06, 2012 1:33 pm

נאך א פרישע שטודיע וואס ווייזט אז רייכערע מענטשען וואוינען אין גרעסערע און אין שענערע הייזער ווי נישט אזוי פארמעגליכער, לכאורה האט דאס צו טוהן וויבאלד די מער רייכערע האבען מער געלט, ממילא קענען זיי זיך מער עלויבען אויסגעבען פאר דיע זאכען...

נישט דא ווער עס זאל לאכען...

זונטאג אפריל 14, 2013 12:34 pm

א נייע שטודיע מעלדעט אז ברוקלין איז די צווייט-טייערסטע פלאץ צו לעבן אין אמעריקא, מאנהעטן איז נומער איינס

BROOKLYN - A new study shows that Brooklyn is the second most expensive place to live in the United States.

According to the cost of living index provided by the Council for Community and Economic Research, Brooklyn residents are paying more than the rest of the nation for goods and services, second only to Manhattan.

Brooklyn residents responded to the study by saying that they feel like they are being pushed out of their neighborhood. In addition to the rent increasing regularly, many stores are also increasing the price of everyday items like eggs. One store owner said that if they did not increase the prices they would go out of business because of the cost of the establishment's rent.

National figures regarding the cost of living index are published four times per year.

http://www.brooklyn.news12.com/news/stu ... stfree=yes

דאנערשטאג אפריל 18, 2013 8:45 am

שטודיעס ווייזען אז דריי פון פיהר מענטשען אין ניו יארק ענטהאלטען 75% פונעם באפעלקערונג.

דאנערשטאג אפריל 18, 2013 9:00 am

א לעצטיגע שטודיע ווייזט אז פינף פון יעדע פיר מענטשן קענען נישט רעכענען.

דאנערשטאג אפריל 18, 2013 9:02 am

מיילע אנעימ'ס, אבער מאנ'לע'ס אידאך ריזיג.

דאנערשטאג אפריל 18, 2013 9:29 am

חחחח

דאנערשטאג אפריל 18, 2013 12:50 pm

מילא מאנעלע'ס אבער אנעים'ס אידאך ריזיג!
עה, ביידע זענען זייער גוט!

דאנערשטאג אפריל 18, 2013 6:26 pm

איינס בעסער פון צווייטן!

דאנערשטאג אפריל 18, 2013 7:04 pm

דעת זקנים האט געשריבן:איינס בעסער פון צווייטן!


מיט דעם איז יעדער איינשטימיג, די שאלה איזה נאר וועלכע איז ס'איינס און וועלכע איז ס'צווייטע.

דאנערשטאג אפריל 18, 2013 11:17 pm

אנעים זמירות האט געשריבן:
דעת זקנים האט געשריבן:איינס בעסער פון צווייטן!


מיט דעם איז יעדער איינשטימיג, די שאלה איזה נאר וועלכע איז ס'איינס און וועלכע איז ס'צווייטע.

ס'דערמאנט מיר פון א חידה "אויב איינער כאפט אויס די לעצטע אין א RACE וכו'.

פרייטאג אפריל 19, 2013 2:17 am

ביידע זענען גוט אבער אזא פנים בערך האבן די אלע שטוידיעס....

פרייטאג אפריל 19, 2013 10:42 am

לוי יצחק האט געשריבן:
אנעים זמירות האט געשריבן:
דעת זקנים האט געשריבן:איינס בעסער פון צווייטן!


מיט דעם איז יעדער איינשטימיג, די שאלה איזה נאר וועלכע איז ס'איינס און וועלכע איז ס'צווייטע.

ס'דערמאנט מיר פון א חידה "אויב איינער כאפט אויס די לעצטע אין א RACE וכו'.


לוי כאב אויסגעפלאצט

פרייטאג אפריל 19, 2013 11:30 am

איך אויך.

(ס'דערמאנט מיר די מעשה פון 'איך אויך' - עטס קענטס עס?)

פרייטאג אפריל 19, 2013 11:33 am

א מעשה אדער א חידה?

פרייטאג אפריל 19, 2013 11:40 am

חברה, אנעים איז דא צוריק מיטן פולן קראפט!

פרייטאג אפריל 19, 2013 11:48 am

אנעים זמירות האט געשריבן:איך אויך.

(ס'דערמאנט מיר די מעשה פון 'איך אויך' - עטס קענטס עס?)

ניין אבער דו דערמאנסט מיר א חידה פון "דערמאנטע מעשיות", קענסט עס?
שרייב א תגובה

Advertisement