בלאט 1 פון 1

ווערט געזוכט א נדבן

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 22, 2007 10:21 pm
דורך מאשקע
עס ווערט געזוכט א נדבן צו עפענען א "מיטוואך אשכול" און א "דאנערשטאג אשכול", וואס צענדליגער אידן נויטיגן זיך שטארק דערין.
ולמצוה גדולה יחשב.
נ.ב. ווען מ'איז מנדב ביידע אשכולות אויפאמאל, באקומט מען א דיסקאונט.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 22, 2007 11:30 pm
דורך יאנאש
מאשקע, אנשטאט עפענען דיזע אשכול וואלטן מיר שוין געקענט פארמאגן א מיטוואך אשכול אין קראפט.

נ.ב. אזוי טייפענדיג די ווארט קראפט, פאלט מיר איין אז 'קראפט' איז א ווארט וואס מען מוז נישט טוישן ליניעס אויפן קיבארד ביים טייפן, ווי אויך זעה איך איצט אז די ווארט 'ווארט' האט דעם זעלבן פיטשער, אויב מאך איך נישט קיין טעות איז די ווארט 'טייפערייטער' אויף ענגליש די לענגסטע, וועלכע איז די לענגסטע אויף אידיש???

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 22, 2007 11:32 pm
דורך מאשקע
WOW!!! אזוי שנעל און גרינג צו פארדרייען אן אשכול? GENIUS!!!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 22, 2007 11:34 pm
דורך יאנאש
איך מיין גראדע אז עס איז ווען א גרעסערע חכמה צו בלייבן אויפן נושא, גלייב מיר איך האב געטרייט צי טראכטן א מינוט אויף וועלכע ריכטונג דער פותח וויל גיין, אבער איך האב נישט געזעהן א פיוטשער אויף די נושא.

'צוריק צום ענין' איז טאקע טייפרייטער די לענגסטע? און וואס איז די לעגסטע אויף אידיש??

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 22, 2007 11:39 pm
דורך מאשקע
שעדליכע

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 22, 2007 11:50 pm
דורך שוועמל
נישט איך

צו שטארקט פארנומען יעצט צו מנדב זיין עפעס, רוף צוריק נאך פסח.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 22, 2007 11:52 pm
דורך מאשקע
ביז דעמאלטס וועט זיך שוין זיכער שאפן א נדבן.
און בכלל, דו ביזט דאך ביזי צו פארשאפן א נדבן פאר די צוויי נייע טישן.

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 23, 2007 9:16 am
דורך cano
יאנאש: און פון שיך שיף בהמה קאר קאפ קראן פאר, קיי איך האב נוי מאר קיין געדילד אבער עס איז דא נאך פיל ווערטער וואס זייערע אותיות געפינען זיך אויף די זעלבע שורה.

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 23, 2007 9:50 am
דורך איך_הער
לויט עטליכע תגובות, קומט אויס, אז עס ווערט געזוכט א נדבן פאר ווערטער וואס מ'קען טייפן אויפן קיבארד אין די זעלבע שורה.

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 23, 2007 1:00 pm
דורך Anonymous
וואס זענענן די 'טערעמס און קאנדישענעס'??

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 23, 2007 1:03 pm
דורך איך_הער
דערווייל זענען נאך די אפשענס אפן, דו קענסט נאך מאכן אייגענע, איין זאך ווייס איך יא, אז מ'דארף זיך אויסנעמען אז ביים מיטוואך'דיגן אשכול וועט מען שרייבן, זונטאג, מאנטאג, דינסטאג, דאנערשטאג, פרייטאג, מוצ"ש איז אפשענל. און ביים דאנערשטאג'דיגן אשכול, דארף מען שרייבן, זונטאג מאנטאג דינסטאג מיטוואך פרייטאג, מוצ"ש איז אפשענל.

די איבעריגע טערעם'ס קענסטו אליינס צו לייגן.

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 25, 2007 10:49 pm
דורך פירשט
כמיין אז דער אנאנס "ווערט געזוכט אנדבן פאר א ניר" ר"ל .
האט שוין געהאט מער פראספעקטס ווי די אויבערשטע אנאנס.

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 04, 2010 10:36 am
דורך פארדינט
נו, איז שוין דא אזא אשכול?

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 21, 2014 11:52 pm
דורך מומחה עצום
פארדינט האט געשריבן:נו, איז שוין דא אזא אשכול?


viewtopic.php?f=21&t=1686&start=1800

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 22, 2014 12:20 am
דורך עין טובה
קוקט אויס אז אין יענע ג'ענעראציע איז נישט געווען קיין נייעס, און ממילא האט מען געמוזט שרייבן ......
עוי"ל, אז אוודאי איז געווען נייעס, אבער נישט עפעס צו וואס די היימישע ציבור קען צוקומען דערצו.