גריסן און שמועסן
מיטוואך פבואר 15, 2012 12:01 pm
אויב יא מיט וואס?
ראבער בענד
סעפטי פין
פעפער קליפ
אן גארנישט
אויב יא וויפיל מאל א טאג דארפט איר עס איבערמאכן
1
2
3
קיינמאל
אויב נישט פארוואס נישט?
קליינע בארד
פויל
פארוואס יא
חסידות
טעם כמוס
אויב האט איר געשטימט אויף יא ביטע לאזט הערן אייער עקספיריענס דערמיט עצות, טיפס, טריקס.
(ביטע שטימען אויף די פארקערטע פון וואס איר טוט משום חשש גילוי)
Advertisement
מיטוואך פבואר 15, 2012 12:15 pm
דער דא פלאגט זיך ווי אזוי אראפ צו לאזען זיין ארויפגעדרייטע בארד, ער וויל דאך זיין היינו צו טאג א שיינע יוד מיט א נחשון בן עמינדב בארד, וואס עפעס אלעמאהל בלייבען מיט דעם גדי בן סוסי בערדל.
viewtopic.php?f=21&t=10367
מיטוואך פבואר 15, 2012 12:16 pm
אז מען פרעגט ענטפערט מען.
געווענליך האלט איך די בארד אראפגעלאזט, פארוואס? מן הסתם בין איך פויל, הגם איך ווייס דאס נישט קלאר, האב איך דאך אזא חשד, והא ראי' איך בין אויך פויל צו טראכטן פארוואס איך דריי נישט ארויף די בארד.
אבער עס מאכט זיך ווען עס פאקט מיר יא אן ארויפצודרייען די בארד, דאן דריי איך ארויף אויך די פיס אין די הייעך מיט די קאפ צו דער ערד, און דאן איז די בארד ארויפגעדרייט אן קיין ראבער וכדומה, עס האלט זיך טאקע נישט צו לאנג, איך וואלט דאס נישט רעקאמענדעט.
דאס איז מיין ביסל עקספיריענס אין די נושא, איך האף עס איז אייך בייהילפיג געווען.
מיטוואך פבואר 15, 2012 12:27 pm
"...מיין זיידע און באבע האבען געטראגען פיאות אין בארד ביז רוי אראפ..." - זעמל. זעהט אויס מ'דארף גיין אראפגעלאזט...
ווייסען מיר פון גדולי ישראל וואס האבען געהאט ארויף געדרייט זייער בארד?
מיטוואך פבואר 15, 2012 12:37 pm
וואטש אוט פון קרעמער!
מיטוואך פבואר 15, 2012 12:39 pm
ביי מיר איז דאס ענין פון בארד-געדרייכעץ, מקובל איש מפי איש בן אחר בן קען זיין ארויף גאר ביזן זמן הבית ראשון
מיטוואך פבואר 15, 2012 1:09 pm
אויב איך וועל אויסוואקסן א דיין, וויאזוי העל איך אויסקוקן? א דיין מיט א ארויפגעדרייטע בארד? (געהערט פון איינעם)
--------------
פאטא איך זעה נישט דיין בארד בכלל
מיטוואך פבואר 15, 2012 1:11 pm
ניק ניק - דו מאכסטעך טאמעוואטע?
מיטוואך פבואר 15, 2012 1:15 pm
וואס מיינט מאטא טאטע? מיינסט מאטעמאטיקס? אדער א טאמאטא? אפשר מאמע טאטע? א מאמע האט זיכער נישט קיין בארד, בקצור אויף די לינקע זייט קען מען נישט זען דיין ציגרעטל פארשטעלט, אבער אויפן רעכטע זייט זעה איך נישט קיין בארדע.
מיטוואך פבואר 15, 2012 1:21 pm
רמז סאיז דא א link אין זיין חתימה
מיטוואך פבואר 15, 2012 1:25 pm
ניק ניק, דו קענסט מיך גאנץ גוט
מיר האבן זיך געטראפן שוין 2 מאל זינט בריאת העולם
איינמאל ביים קומזיץ אין זאלץ וואסער
און איינמאל אין ויואל משה
מיטוואך פבואר 15, 2012 1:30 pm
און א דריטע מאל אין ראדני אין בעיסמענט, סארי כאדעך נישט געגריסט כאהאב מיך זייער געאלט. גריס איך דיר יעצט. א גוטן טאג.
מיטוואך פבואר 15, 2012 1:31 pm
אין מקוה האסטו מעך נישט געזעהן ווי איך דריימעך ארויף ס׳בארד?
מיטוואך פבואר 15, 2012 1:34 pm
איך האב גראדע יא געזען, נאר איין חילוק ס'נישט געווען די.
מיטוואך פבואר 15, 2012 1:36 pm
שוין, לאז געמאכט, איך שטעל זיך אין א ווינקל און איך לאז ניק ניק רעדן
איך וועל דערווייל לייגן אביסל ספלענדא אין די קאווע אזויווי א שנה ראשונה יונגערמאן מיט זיין בלעקבערי
וואס שרייט הויעך ווען ער איז מנדב שמן למאור ווי א היימישער יוד...
מיטוואך פבואר 15, 2012 1:37 pm
כ'האף אז מתתיהו וועט נישט אנטייל נעמען אין די אנקעטע
מיטוואך פבואר 15, 2012 2:02 pm
איך דריי מיך נישט ארויף דעם בארד, ווייל ווען דער רבש"ע האט דאך געקענט באשאפן דעם מענטש מיט איין ארויף דעדרייטן בארד?...
סתם א ווערטל.
די אמת'דיגע סיבה איז, אז יעדעס מאל ווי איך זעה א איגערמאן אויפן גאס, מיט'ן "קארטאפל" (אזוי רופט מען עס דא אין א"י, אדער צוויבל וכיו"ב) אזוי אראפ געהאנגען, דרייט זיך אזוי אויפן גאס ווי א שיינער איד אין באמערקט גארנישט אז ער איז ליצע-ליצנות, נעם איך מיך נאך אונטער פון דאס ניי אז איך גיי דאס נישט טוהן.
איך רעד שוין נישט פון די מסע ההשפלות וואס זיי גייען אדורך אין מקוה, ווען ער דרייט זיך מיט זיין יורד על פי מידותיו, אין יעדער באקאנטער גיבט א עפן צווי ריזיגע קעלבנע אויגן: "אזא בארד האסטו"?
די גרעסערע חכמים לייגן נאך צו "איז דען וואס שעמסטו זיך דערמיט"?
דאס קומט פאר יעדן טאג פון דאס ניי, לויט דעם חשבון וואקסט עס יעדן טאג מיט נאך א ס"מ...
כ'רעד שוין נישט פון ווען ס'קומט פאר די צאם-דרייען אקצייע, מיט דריי קעמליך רייבט ער זיך אויס די פנים ווי רבי עקיבאביי עשרה הרוגי מלכות, אז שיעור טרעפט ער זיך מיט זיין הויט אין קעמל ארייןן, נאך דעם נעמט ער זיך דרייען, און דרייען, און דרייען, אז בידערווייל האב איך זיך שוין אויסגעטוהן, געטושט, געטובל'ט אין די קאכעדיגע, קאלטע, לאלעכיגע וחוזר חלילה, און איך האלט שוין ביי די לינקע זאק אין ער דרייט נאך...
און נאך אלעס איז איהם עס נישט געלונגען, ער הייבט אן פון פריש. אוי איך קען נישט טראכטן אויף דעם, מיין הארץ פארטראגט עס נישט...
מיטוואך פבואר 15, 2012 2:19 pm
כא כא - גוט
מיטוואך פבואר 15, 2012 2:34 pm
מיסטער פאטאשאפ, כ'מייין דו דרייסט אריין די סחורה אריין אין מויל אריין מיטן שורש. אזוי זעהט עס אויס.
מיטוואך פבואר 15, 2012 2:46 pm
פון מיין בארד קען מען וויסן וואו אזוי די טאג גייט מיר והמבין יבין
מיטוואך פבואר 15, 2012 2:48 pm
בעל דמיון האט געשריבן:פון מיין בארד קען מען וויסן וואו אזוי די טאג גייט מיר והמבין יבין
ווען דיין בארד זעהט אויס ווי די אוועטאר דיינע, איז גוט צו נישט גוט?
מיטוואך פבואר 15, 2012 9:08 pm
שוין געווען אמאל דא
וואלן הגם מיט א שוואכע באטיילונגונג
דא איז דא אביסל אינסטרוקציעס וויאזוי ארויף צו דרייען די בארד
דאנערשטאג פבואר 16, 2012 1:00 am
סביב העולם האט געשריבן:כ'האף אז מתתיהו וועט נישט אנטייל נעמען אין די אנקעטע
פאר מתתיהו'ס בערדל קוק דא:
viewtopic.php?f=18&t=15847
מאנטאג יוני 25, 2012 7:09 pm
כ'האב היינט בעאגעגענט דער יענער וואס האט זיך פלוצלינג געגעבען א לאז ארויס זיין גרויסע ברייטע בארד, מיט דעם איז מיט געקומען א ברייטער הוט, כ'האב איהם אינגאנצען נישט דערקענט, אבער איך וועל מיך צוגעוואוינען.
הגם איך האלט ס'גייט נעמען א שטיק צייט ביז אונז גייען האבען אונזער זעלבע אלטער אמאהליגע קשר, זיי בארד צייגט איהם ווי עפעס כקטן שנולד דמי, עפעס א גאנצע נייע בריאה.
מאנטאג יוני 25, 2012 7:20 pm
איך דריי מיר לעצטענס ארויף די בארד, ווייל עס איז שוין געווארן גענוג לאנג "אז כ'האב שין וואס ארויף צודרייען", געטוהן האב איך עס מטעם כמוס באוצרותי, כידוע ליודעי ומכירי קאמינא