גריסן און שמועסן
מיטוואך מרץ 21, 2007 8:30 pm
ביטע האטס אביסל איינזענעניש, דער עולם איז שלעפעריג, די טאטעס דא, האבן זיך געלייגט שלאפן
נישט קלאפען מיט די שיך
אנשטעלן די סעלפאון אויף ווייבערעט
צימאכן שטייט די טיר, נישט ארויסגיין פין קרעטשמע מיט אז זעץ מיט די טיר
ביטע אויסלעשן די לעקטער, א שאד אידיש געלט
לאזט שלאפען רואיג!!!!!!!
Advertisement
מיטוואך מרץ 21, 2007 9:05 pm
ששששש נאאאאא !! ווער רעדט דארט אזוי הויך ???!!!
מיטוואך מרץ 21, 2007 9:06 pm
אינדערהיים זאגט זי מיר "רעד שטילער אויפ'ן טעלעפון די קינדער קענען נישט איינשלאפען. קום איך דא אריין און שמערל בעט ווייטער נישט צו מאכען א גרידער. וואס גייט דא פאר?
מיטוואך מרץ 21, 2007 9:19 pm
נאטורליך, אההה דאס איז עס שוין א נאטורליכע טענה.
מיטוואך מרץ 21, 2007 11:50 pm
טווענטי פאר, סיקס, (24/6 ) קרעטשמע, און קיינער זאל נישט פארדרייען קיין קאפ, מאכן די סעלפאן'ס די העכסטע וואס מעגליך, און אפילו לאזן אויף ספיקער, אז איינער זאל אונטער הערן, און דער צווייטער זאל אפ שרייבן די רעדע.
דאנערשטאג מרץ 22, 2007 9:46 am
איך פארקריך.
24/6 - 72 מינוט'ס
דאנערשטאג מרץ 22, 2007 9:47 am
רעדטס וועגן די זמן עש"ק ?
דאנערשטאג מרץ 22, 2007 9:51 am
מעסטערמיינד האט געשריבן:איך פארקריך.
היתכן?
דאנערשטאג מרץ 22, 2007 12:12 pm
די אשכול האב איך גע'עפענט נעכטן בשעת יעדער איז טיעף געשלאפן, {קרעמער שלאפט נאך יעצט..שששש}
אבער אויב עס האט געהאלפן אויפציוועקן נאטורליך פין זיין טיעפן שלאף, האט זיך עס זיכער געלוינט, כ'האף אז ער האט זיך אויסגערידט
דאנערשטאג מרץ 22, 2007 12:14 pm
שמערל האט געשריבן:די אשכול האב איך גע'עפענט נעכטן בשעת יעדער איז טיעף געשלאפן, {קרעמער שלאפט נאך יעצט..שששש}
אבער אויב עס האט געהאלפן אויפציוועקן נאטורליך פין זיין טיעפן שלאף, האט זיך עס זיכער געלוינט, כ'האף אז ער האט זיך אויסגערידט
דו האסט נעבעך געמיינט אז דער עולם שלאפט, ביסט אפילו נישט דא געווען, ביסט געווען אין בית מדרש, מיינסט איך ווייס נישט?
דאנערשטאג מרץ 22, 2007 12:26 pm
אין ביהמ"ד איז מען געשלאפן
דאנערשטאג מרץ 22, 2007 12:27 pm
שמערל האט געשריבן:אין ביהמ"ד איז מען געשלאפן
דאן, וואס האסטו טענות צו די קרעטשמע?
דאנערשטאג מרץ 22, 2007 12:33 pm
דא איז נישט געווען צופיל בעסער
דאנערשטאג מרץ 22, 2007 4:02 pm
ב"ה מען פאלגט, אזוי אז דער עולם קען ווייטער שלאפן
צייטליך האט זיך געגבן א כאפ אויף
געברימט א פאר ווערטעראין צוריק אויסגעדרייט אויף די אנדערע זיט
די זעלבע איז מיט,
איך הער אין אא"וו, נאך א מזל אז סאכדעס איז יא דא
דאנערשטאג מרץ 22, 2007 4:10 pm
וואס פאר א מייזל רעדסטו שוין ווידער?
דאנערשטאג מרץ 22, 2007 4:12 pm
ער רעדט פון די 'סאכדעס מייזל'
וואס פארשטייסטו נישט ?
דאנערשטאג מרץ 22, 2007 4:14 pm
ניין כ'פארשטיי נישט, סאכדעס מייזל מאכט נישט קיין גרודער. כ'מאך איצט מיט איהם מיט צרות, ער ארבעט מיר נישט די מיטעלסטע סקרו.
פרייטאג מרץ 23, 2007 11:33 am
שמערל האט געשריבן:ב"ה מען פאלגט, אזוי אז דער עולם קען ווייטער שלאפן
צייטליך האט זיך געגבן א כאפ אויף
געברימט א פאר ווערטעראין צוריק אויסגעדרייט אויף די אנדערע זיט
די זעלבע איז מיט,
איך הער אין אא"וו, נאך א מזל אז סאכדעס איז יא דא
דו ביסט גוט דו, מאכסט א לינק צו מיין פרופיל, וואס דארט קען מען זען אז איך בין פון די מערסטע שרייבערס, און דו האסט גאר טענות אז איך שלאף, ביסט מעכטיג.
דינסטאג מרץ 27, 2007 4:47 pm
שסשסשסשסשס....
קלאפטס נישט און לאזט מיך שסלאפן
דינסטאג מרץ 27, 2007 9:28 pm
איצטערט קומען שוין די לאנגע שבת נאכמיטאג'ס, וואס ווען מ'וויל זיך צולייגן כאפן א נאפעץ שבת קודש נאך די סעודה, כמ"ש שינה בשבת תענוג, וכן והשנה משובחת; נאכן ארבעטן א גאנצע וואך שווער פיזיש און גייסטיש, קומען די קינדערלאך אויף די טמא'נע גאסן, און מ'הייבט אן שפילן און שרייען, און מאכן זיכער אז די פארפלאגטע און אויסגעמוטשעטע טאטעס זאלן נישט קענען צומאכן אן אויג רואיג. בעהט איך אלעמען, אויב האט איר קינדער וואס שטערן אנדערנ'ס שלאף, ביטע גיט אכטונג דערויף, און זייט אויך מעורר אנדערע!
געדענקט דעם נאמען פון דעם אשכול: ביטע!! נישט מאכען קיין גערודער!!
דינסטאג מרץ 27, 2007 11:44 pm
שבת, קענען זיי נישט ליינען דא.
מיטוואך מרץ 28, 2007 12:14 am
אבער געדענקען קענען זיי יא מיין איך
מיטוואך מרץ 28, 2007 12:17 am
זיי האבן דאן אנדערע דאגות, ווי טראכטן וואס זיי האבן דא געליינט עפעס ספעציעל פאר זיי.
מיטוואך מרץ 28, 2007 11:52 am
אוי ביסטו גערעכט שמעק, זאל טאקען דיין געשריי דערהערט ווערן.
מיטוואך אוקטובר 29, 2008 9:40 am
ששששששש....... ווער רעדט דא אזוי הויעך?