בלאט 1 פון 4

ווער איז אין פאר א גראופ בעצם יום הפורים - תשע"ב (ווילי)?

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 12, 2012 4:19 pm
דורך ניק ניק
רבותים פאנגטס אן צו שפינען אולי וועט עפעס ווערן.

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 12, 2012 4:20 pm
דורך מר. פאטאשאפ
כ׳רוף אהער סאכדעס
ער האט א גוטן בעיזעם

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 12, 2012 4:21 pm
דורך מאנ-יימער
וואס איז דאס א גראופ?

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 12, 2012 4:22 pm
דורך מר. פאטאשאפ
ס׳איז אזויווי א טענדזשערין
אדער בעסער געזאגט
ס׳איז צווישן טענדזשערין און אראנדזשעס

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 12, 2012 4:24 pm
דורך מאנ-יימער
כ'בין געווען פריער און גראסערי, די טענדזשערין און אראנדזשעס ליגן איינס נעבן צווייטן ס'גארנישט דא אינצווישן

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 12, 2012 4:26 pm
דורך ניק ניק
מאנ-יימער האט געשריבן:וואס איז דאס א גראופ?

מיט א ספיקער און א מאביל, פארשטייסט? עה מיז נישט זיין, סתם גיין צוזאמען זיך משמח זיין איז אויך גיט

פאטא רוה איין

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 12, 2012 4:27 pm
דורך היימישער איד
מ'קען ווערן ארויסגעשטעלט פון חדר אויב דערמאנט מען דאס ווארט 'פורים' פאר ר"ח אדר. ראו הזהרתך

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 12, 2012 4:30 pm
דורך מאנ-יימער
כ'מיין אז ענדערש זיך צוזאם קומען ביי איינעם אינדערהיים ביינאכט

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 12, 2012 4:31 pm
דורך ניק ניק
מאנ-יימער האט געשריבן:כ'מיין אז ענדערש זיך צוזאם קומען ביי איינעם אינדערהיים ביינאכט

אפשר ביים רבין אשר ווילבער?

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 12, 2012 4:37 pm
דורך מר. פאטאשאפ
היימישער יוד
לאז געמאכט...

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 12, 2012 4:39 pm
דורך דארפסמאן
ביטע דערמאן מיך נישט פון יענע צייטן, יעקל וויל איך זאל קומען מיט זיין מאביל. און משה וויל מיט זיין ווייל ער האט שענערע קאסטימס, און איך וויל ענדיש גיין מיט בערל מאביל

או איז עס געווען צייטן

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 12, 2012 4:43 pm
דורך מאנ-יימער
די צווייטע נאכט פורים שוין אפגעטראגן אלע משלוח מנות, אנגעגסן מיט א שיינע פאר פיליכלעך קרויט, אריינגעגאסן עטליכע פלעשער וויין, די קינדער וויינען שוין, די פארשמירטע פענימער זענען שוין פארווישט, ועוד ועוד..
וואלט געווען א גוטע פלאן אז מ'קומט זיך צוזאם ביי איינע פון אונזערע ראשי קהילה אין שטוב און מ'הייבט אן מיט א פרישקייט

ווער איז אין??

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 12, 2012 4:44 pm
דורך דארפסמאן
ווער קען נאך שטיין גראד, און ווער וועט געדענקן די אדרעסס ווי צו גיין ?

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 12, 2012 4:47 pm
דורך ניק ניק
גלייך נאכן פערטיגן מיטן שלח מנות'ען פאר די צווייטע סעודה, איז א צייט ווען מ'זיכט ווי צו טרינקען און האפקענען, באנאכט איז שוין דא די רבנישע טישן

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 12, 2012 4:47 pm
דורך שנאפס
דארפסמאן האט געשריבן:ווער קען נאך שטיין גראד, און ווער וועט געדענקן די אדרעסס ווי צו גיין ?

איי וועלט דאט קאם געדענקט מען אפילו ווען מאיז שיכור

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 12, 2012 4:48 pm
דורך מר. פאטאשאפ
פורים איז נישט שייך אזויווייט גילוי ווייל דערוילעם איז פארשטעלט

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 12, 2012 4:49 pm
דורך מאנ-יימער
ניק ניק האט געשריבן:גלייך נאכן פערטיגן מיטן שלח מנות'ען פאר די צווייטע סעודה, איז א צייט ווען מ'זיכט ווי צו טרינקען און האפקענען, באנאכט איז שוין דא די רבנישע טישן

כ'האב נאר געזאגט מיין מיינונג (דעמאלס זיך איך ווי צו גיין) ס'איז אפען פאר דיסקאשן

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 12, 2012 4:51 pm
דורך ניק ניק
כ'האב נאר געזאגט מיין מיינונג (דעמאלס זיך איך ווי צו גיין) ס'איז אפען פאר דיסקאשן

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 12, 2012 5:07 pm
דורך שלומי אמוני ישראל
איך בין שוין באלד שיכור פון ליינען די ארטיקל
פליזז נישט רעדן דערפון ביז ר"ח אדר

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 12, 2012 5:28 pm
דורך טייבעלע
מר. פאטאשאפ האט געשריבן:פורים איז נישט שייך אזויווייט גילוי ווייל דערוילעם איז פארשטעלט


אבער נכנס יין יצא סוד

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 12, 2012 5:30 pm
דורך מאנ-יימער
קיינער וועס סייווי נישט געדענקן

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 12, 2012 5:40 pm
דורך טייבעלע
וואס וועט זיין אז עס וועט זיין א קאסעטע?

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 12, 2012 5:41 pm
דורך מר. פאטאשאפ
וועלכע קאסעטע
מגילת אסתר מיט געזאנג?

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 12, 2012 5:43 pm
דורך טייבעלע
איך ווייס נישט וואס דאס איז ווען איך בין גוועהן א אינגעל איז עס נאכנישט גוועהן

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 12, 2012 5:45 pm
דורך מאנ-יימער
פאטאשאפ אויב האסטו עס קענסט עס ברענגן