גריסן און שמועסן
זונטאג פבואר 12, 2012 5:52 pm
מיר דרוקן אויס מעמקא דלבא א הארציגן יישר כח פאר אונזער גאר חשוב׳ן ידיד
מוה"ר מר. פאטאשאפ הי"ו
פארן זיך אנטראגן צו ברענגן די קאסעטע
- עטעטשמענטס
-

- Negunei-Wertzberger-Megilas.jpg (80.08 KiB) געזעהן געווארן 259 מאל
Advertisement
זונטאג פבואר 12, 2012 5:54 pm
פשיהא - די גראפיקס איז א סמעש-היט
איך רעד שוין נישט פון די מאדערן פאנטס...
זונטאג פבואר 12, 2012 6:20 pm
מר. פאטאשאפ האט געשריבן:פשיהא - די גראפיקס איז א סמעש-היט
איך רעד שוין נישט פון די מאדערן פאנטס...
זונטאג פבואר 12, 2012 11:55 pm
א משנכנס פלאקאט ווען קומט
מאנטאג פבואר 13, 2012 12:23 am
ביי מיר אינדערהיים אויף דריי הונדערט און פופציג קרעטשמע בולעווארד (צווישן פארברענגען און סמעטענע עוועניא) איז פתוח לרוחה א גאנץ פורים, ס'וועט זיין צוגעשטעלט משקאות דורכאויס דעם גאנצן טאג, ווען אימער מער פון צוויי מענטשן וועלן דארט זיין וועט עס ווערן אנגערופן ויקרא שמו בישראל קומזיץ.
ווער ס'איז אינטערעסירט זאל זיך מעלדן אין אישי. און די פונטקליכע צייט ווען מ'פלאנט צו קומען.
מאנטאג פבואר 13, 2012 3:51 am
אוי, זכור אהבת קדומים, מ'דערמאנט זיך פון די מגילת אסתר מיט געזאנג.
"טייערע קינדער, הערט אויס אצינדער, די באשעפערס נסים, גרויסע וואונדער"
"קומט מיט אונז, האנט נאך האנט, מיט דעם מגילת אסתר, מיט געזאנג"...
כ'האבעס שוין צוואנציג יאהר נישט געהערט. איך חלש ו עס האבן. ס'דאףך א חלק פון מיין קינדערישע לעבן.
פאטאשאפ, פליז, אהער דערמיט אבער שוין, ס'דאך נישט קיין חכמה סתם אונטער צו צינדן...
מאנטאג פבואר 13, 2012 4:04 am
מאנטאג פבואר 13, 2012 5:04 am
אוודאי נישט, איין גלעזל און קוק ווי דו קוקסט אויס...
מאנטאג פבואר 13, 2012 10:20 am
איינער ווייסט צי מען פארקויפט נאך די טעיפס היינט? די לינקס צו דאונלאודן קען מען נאר ארויפשטעלן אויב די טעיפס פארקויפט מען שוין נישט היינט.
מאנטאג פבואר 13, 2012 11:41 am
מר. פאטאשאפ האט געשריבן:פשיהא - די גראפיקס איז א סמעש-היט
איך רעד שוין נישט פון די מאדערן פאנטס...
לכאורה איז עס דעמאלס ( 20-25 יאר צוריק) געווען אין די שיינע עדס אשכול
ס'קוקט אויס געמאכט מיט די נייסטע טייפרייטער
מאנטאג פבואר 13, 2012 11:44 am
אה אה
אלטע גוטע צייטן
ווער געדענקט די אינטרא פאר עוד ישמע
מאנטאג פבואר 13, 2012 11:47 am
איך...
ס׳גייט אזוי:
טוטו דירוטו טוטו טוטו טוטו דירוטו?
טוטו דירוטו טוטו טוטו טוטו דירוטו!
מאנטאג פבואר 13, 2012 11:50 am
ווי אויך די ניגון פון
איך האב נישט ווער עס זאל וואשן און דרייען
ריך האב נישט אויף וועמען צו שרייען
מאנטאג פבואר 13, 2012 11:51 am
מי חכם האט געשריבן:איינער ווייסט צי מען פארקויפט נאך די טעיפס היינט? די לינקס צו דאונלאודן קען מען נאר ארויפשטעלן אויב די טעיפס פארקויפט מען שוין נישט היינט.
ס'איז דא אין די געשעפטן יעדעס יאר חודש אדר
כ'האב פאריאר געקויפט א פרישע נאך וואס די קליינע האבן מסדר געווען דאס אלטע
מאנטאג פבואר 13, 2012 11:53 am
וואס פארדרייסטו מיר דעם קאפ מיט דיינע נארישע שאלות
בינעך עפעס דיין קליינער נארעלע?
(בלחש) נישט קיין קליינע, נאר א גרויסע...
מאנטאג פבואר 13, 2012 11:54 am
צוריק צום נושא....
צו וועלכע?
מאנטאג פבואר 13, 2012 12:00 pm
די געשעפט אייגענטומער
זאגן אז די קאסעטעס
פון
מגילת אסתר מיט געזאנג
גייען יערליך ווי וואסער
ס'בעסט סעללער
מאנטאג פבואר 13, 2012 12:05 pm
מר. פאטאשאפ האט געשריבן:וואס פארדרייסטו מיר דעם קאפ מיט דיינע נארישע שאלות
בינעך עפעס דיין קליינער נארעלע?
(בלחש) נישט קיין קליינע, נאר א גרויסע...
וואס עפעס בלחש
אויב איך געדענק גוט זאגט עס די טעיפ הויעך
מאנטאג פבואר 13, 2012 12:06 pm
איינער קען מיר שיקן קיין א"י א טעיפ? כ'וועל באצאלן ככל אשר יושת עלי.
פאר א יאר האב איך עס ארום געוזוכט מיט לעכט...
מאנטאג פבואר 13, 2012 12:08 pm
בני ברק'ער האט געשריבן:אוי, זכור אהבת קדומים, מ'דערמאנט זיך פון די מגילת אסתר מיט געזאנג.
"טייערע קינדער, הערט אויס אצינדער, די באשעפערס נסים, גרויסע וואונדער"
"קומט מיט אונז, האנט נאך האנט, מיט דעם מגילת אסתר, מיט געזאנג"...
כ'האבעס שוין צוואנציג יאהר נישט געהערט. איך חלש ו עס האבן. ס'דאףך א חלק פון מיין קינדערישע לעבן.
פאטאשאפ, פליז, אהער דערמיט אבער שוין, ס'דאך נישט קיין חכמה סתם אונטער צו צינדן...
האט איר געוואוינט אין אמעריקע אלס קינד, אדער איז דער טעיפ אנגעקומען אויך קיין בני ברק?
מאנטאג פבואר 13, 2012 12:12 pm
בני ברק'ער כ'ווייס נישט צו מ'מעג
אבער כ'האב עס אין פיילס
אויב מעג מען וועל איך דירעס שיקן אויף
בליץ פאסט
מאנטאג פבואר 13, 2012 12:13 pm
כ'זעה אז קיינערה רעדט נישט פון:
פיקל מאסטערט חריין..................
זעהט אויס שוין לאנג אויפגעגעסן
מאנטאג פבואר 13, 2012 12:14 pm
סביב העולם האט געשריבן:בני ברק'ער כ'ווייס נישט צו מ'מעג
אבער כ'האב עס אין פיילס
אויב מעג מען וועל איך דירעס שיקן אויף
בליץ פאסט
מעג מען דען?
מאנטאג פבואר 13, 2012 12:14 pm
סביב העולם האט געשריבן:כ'זעה אז קיינערה רעדט נישט פון:
פיקל מאסטערט חריין..................
זעהט אויס שוין לאנג אויפגעגעסן

אלעס דייעט קאלעסטראל ריין
אדער ווי המן האט זיך געפרייט
אז אלע זיינע שונאים וועלן
פלאצן
מאנטאג פבואר 13, 2012 12:15 pm
אָדעעעעע
געטרראפן אאָדדדדעעע
אַההה
אדער אידעך מוישעראביינו געשטאררררבן