בלאט 3 פון 17

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 11, 2007 3:53 pm
דורך איך_הער
און גוטן און א פרייליכן חודש, פאר די קרעטשמע ליינער'ס, און פאר די אידישע וועלט באזוכער'ס, און פאר גאנץ כלל ישראל.

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 11, 2007 4:06 pm
דורך אלעקסיי
די חודש האט א ספעציעלקייט, וואס ביי די מברכין האט מען געזאגט די מולד איז געווען 5:54 07

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 18, 2007 10:48 am
דורך abimlaibt
דערווייל איז ביי אונז קיין לבנה נאכנישט געווען.

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 18, 2007 1:14 pm
דורך קרעמער
ס'רעדסטו?

אוי האבן מיר גע'טובים-מאורות'ט נעכטן נאכט, צוויי מאל!!!

איינמאל פארענט פון בית המדרש אויף א פארהויכטע לבנה, דאס צווייטע מאל האט מיר א שכן ארויסגערופן נאך הבדלה צו ענטפערן עליכם שלום.

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 18, 2007 1:17 pm
דורך abimlaibt
יוי דו חכם, מיר זענען דא נענטער צו די וואקענעס,
מיר האבען געמוזט דורך קוקען אויב דער לבנה איז שוין בכלל גרויס זיבען.

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 18, 2007 2:13 pm
דורך סאכדעס
יא אגוטן חודש, דא האמיר געהעריג מחדש געווען די לבנה.

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 18, 2007 2:18 pm
דורך אנדי פעטיט
וואס רעדסטו וועגן? דא האט מען בכלל נישט מחדש געווען די לבנה!

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 18, 2007 2:19 pm
דורך סאכדעס
אנדי ביסט נישט דא געווען.

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 18, 2007 2:27 pm
דורך אנדי פעטיט
יא איך יא דא געווען.

איך ווייס נישט אויב דו האסט באמערקט אבער איך בין שוין דא באלד 2 חדשים.

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 18, 2007 2:43 pm
דורך סאכדעס
אבער ביי קידוש לבנה ביסטו מסתמא געווען פונקט אין ס'מעדרעש.

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 18, 2007 2:51 pm
דורך אנדי פעטיט
אודאי אין בעסמעדרעש נאר ווי דען?

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 18, 2007 2:56 pm
דורך סאכדעס
דא אין גאס. האסט געוואלט מאכן קידוש לבנה אין ס'מעדרעש????

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 18, 2007 3:00 pm
דורך אנדי פעטיט
מיינסט איך האב נישט בעסער וואס צו טון אין 30 גראד וועטער ווי צו שטיין אין גאס אין ווארטען פאר די לבנה צו ערשיינען?

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 18, 2007 3:15 pm
דורך אלעקסיי
אבסיל מסי"נ פאר א מצוה? הא?

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 18, 2007 3:18 pm
דורך אנדי פעטיט
עס איז נישט גענוג מסי"נ צו ווארטען א גאנצע נאכט אין בית המדרש?

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 18, 2007 3:52 pm
דורך איך_הער
מיר האבן אויך ב"ה געכאפט א שיינע לבנה, טאקע נישט באלד נאך מעריב, אבער פאר אבות ובנים יא.

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 18, 2007 3:59 pm
דורך אלעקסיי
זידיטשוב איז נישט גענוג שיין?

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 18, 2007 4:25 pm
דורך איך_הער
ס'קומט אבער נישט צו, צו א קלארע.

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 18, 2007 5:02 pm
דורך סאכדעס
זידוטשוב איז הערליך.

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 18, 2007 5:49 pm
דורך לאקשען ברעט
ב"ה מיר האבען געהאט א קלארע לבנה
כעצם השמים לטוהר

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 19, 2007 12:49 am
דורך סאכדעס
כ'קלער אז דו האסט נאך נישט געזעהן די הימל בטוהר.

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 19, 2007 12:56 am
דורך לאקשען ברעט
פארוואס קלערסטו אזוי ?

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 19, 2007 1:51 am
דורך סאכדעס
ווייל ווי קלאר די לבנה זאל נאר זיין, איז דאס נישט ענדליך צו שמים בטוהר.

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 19, 2007 7:13 pm
דורך קרעמער
עי' ברכות נ"ט ע"א א מחלוקה אויב די רקיע קען געזען ווערן בטהרתה בזמן הזה.

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 23, 2007 1:24 am
דורך סאכדעס
דאס איז שוין א שמועס פאר זיך.