גריסן און שמועסן
מאנטאג מרץ 19, 2007 3:51 pm
איך האב געקלערט אז היינט וועלעך עפענען א מעכטיגען אשכול. רייך און סטיל און מלא תוכן.
שטארק באלערענד.
דער עולם וועט זיך צוכאפען דערצו .מעהעט אנפילען דפים.
מעוועט אויפשטיין פון דעם בערן שלאף.
אט אזוי האבעך נאר געקלערט .
נויוועי !
איך בין נישט אזוי צודרייט!
היינט איז יענטאאשעס טאג.
הימעל און ערד און יענטאאש. וואו מען גייט וואו מען שטייט אלעס רעדט פון יענטאאש.
העל איך עפעס זאגן. ווער העט דען אפילו א בליק טאהן?
נעקסטיים אפשר
Advertisement
מאנטאג מרץ 19, 2007 6:01 pm
פירשט האט געשריבן:קרעמער
זאלסטע מער נישט ניצען קיין פוילע תירוצים . און "אנהייבען" שרייבען.
איך האף אז דו געדענקסט נאך ווען און אויף וואסארא פאל דו האסט דאס געשריבן, זיי אזוי גוט, און ליין עס איבער און אנשטאט די ערשטע ווארט, וואס הייבט זיך אן מיט קרעמער, קענסטו אנפאנגען מיט, פירשט.
דאנערשטאג אוגוסט 14, 2008 2:02 pm
איך האב שוין אויך אסאך מאל געטראכט אז א מעמבער וואס איז שוין דא אפאר יאר, און האט שוין אנגעפילט אפאר בלעטער מיט אינהאלטסרייכע תגובה'ס באקומט מער אטענטשען (סיקער?) וואו א נייע מעמבער.
כהאב שוין אסאך מאל באמערקט א נייע מעמבער זאגן עפעס, און קיינער ענטפערט גארנישט, ווען איינער אנדערש וואלט עס געזאגט וואלט געקומען אפאר חחחחחח'ס אדער עפעס אנדערש
(כמיין נישט מיך...)
דאנערשטאג אוגוסט 14, 2008 2:10 pm
סתם_אזוי האט געשריבן:(כמיין נישט מיך...)
יעצט קומט א חחחחחח כמו שכתוב.
(עה, עס איז א פארשטענדליכע זאך, דיין חבר אין ביהמ"ד הערסטו אויס מיט אויפמערקזאמקייט, אבער א גרינער צום קופקע, לייגסטו נישט צופיל אכט צו וואס ער זאגט, בין איך גערעכט?)
דאנערשטאג אוגוסט 14, 2008 4:36 pm
סתם אזוי האבעך נישט קיין סאך צייט איצט מאריך צו זיין, אבער ווען סתם אזוי שרייבט אזא באשולדיגונג, מוז איך נעמען ס'ווארט.
הארך אויס מיין טייערער פריינט, כ'וועל דיר עפעס פארציילן אן א משל. ס'איז אמאל געווען א קעניג, וואס האט געהאט א טאכטער א בת יחידה, איינמאל,
אוטש..... כאגעזאגט אן א משל, העלעך מיך האלטן צו מיין ווארט. פארגעט אבאט דעט.
הער אויס, די קרעטשמע איז געבויעט געווארן, צוליב 2 הויפט סיבות: סיבה נומער 1: לשמוח, סיבה נומער 2: לשמח. אמאל זענען סתם אזוי נישט געווען קיין סאך שרייבער, היינט איז שוין יא סתם אזוי דא מער שרייבער. ממילא, דארפסט פארשטיין אז קיינער האט נישט קיין שטערקערע אינטערעסע יענעם יא צו באשכוח'ען אדער א צווייטן נישט, יעדער וואס ער ליינט, וויל ער זיך באדאנקן, טוט ער עס, און אנישט, נישט.
כ'קלער אז מיין פונקט איז נישט גוט ארויסגעקומען, אפשר וועליך שפעטער מער מאריך זיין.
מאנטאג אוגוסט 18, 2008 11:15 am
כהאב אינגאנצען נישט פארשטאנען וואס סאכדעס וויל מיר שרייבן. אז איינער האט געדולד קען מען מיר עס בעסער מסביר זיין.
זונטאג ספטמבר 07, 2008 1:50 pm
כ'זאג איין זאך, קיינער האט נישט קיין ספעציעלע מאטיוו ווען צו שרייבן א יישר כוח, און ווען נישט..
דאנערשטאג ספטמבר 18, 2008 4:33 pm
ערעב סתם אזוי, סאיז אמת און נישט אמת, א נייער מעמבער עפ"י רוב פרובירט צו שרייבן ווי מער, מען שרייבט א סאך אין איין ווארט האלבע ווארט וכו' וכו', אבער נישט אלעמאל קומט יעדער אן עס צו ליינען, יעדער האצעך זיינע אייגענע גוטס, און אזוי אויך איז מען אלס נייער מעמבער אויסגעהונגערט נאך אביסל דברי חיזוק, און יעדעס מאל וואס מען שרייבט עפעס ערווארט מען טויזענט יישכ"ח'ס, אבער דו זעסט נישט אסאך תגובות וואס א צווייטער שרייבט..... און דו ביסט אויך נישט מגיב, דו זעסט עטליכע וואס מען איז מגיב דערויף אבער דו זעסט נישט אסאך וואס מען איז נישט מגיב דערויף