Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

מיטוואך אוגוסט 15, 2012 9:39 am

היצטער דארף מען נאך א וואקאציע זיך אויסרוען אויף די וואקאציע אין לאנדאן עיר הבירה.

Advertisement

מיטוואך אוגוסט 15, 2012 10:53 am

שטארק הנאה געהאט, אוי ביזטו גוט.

מיטוואך אוגוסט 15, 2012 11:03 am

SPUSMN האט געשריבן:"משה האט און זיין לעבען קיין צייטונג נישט געליינט, אלעס וואס משה קען, איז "נאר" פון די תורה, דער תורה הייסט טוהן אזוי ווי משה האט געפסק'נט".

ישלהוסיף האט געשריבן:געזעהן גענונג בילדער פון רבנים מיט צייטונגען:

רבי משה פיינשטיין

מיטוואך אוגוסט 15, 2012 11:20 am

מחלוקת אחרונים.....

מיטוואך אוגוסט 15, 2012 12:08 pm

SPUSMN האט געשריבן:שטארק הנאה געהאט, אוי ביזטו גוט.

און די גלילה איז עולה על כולנה...

מיטוואך אוגוסט 15, 2012 12:48 pm

ירוחם האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן:"משה האט און זיין לעבען קיין צייטונג נישט געליינט, אלעס וואס משה קען, איז "נאר" פון די תורה, דער תורה הייסט טוהן אזוי ווי משה האט געפסק'נט".

ישלהוסיף האט געשריבן:געזעהן גענונג בילדער פון רבנים מיט צייטונגען:

רבי משה פיינשטיין

איך מיין אז עס איז א מצוה ליישב, רבי משה שרייבט דאך דאס אליין (ווי איינער האט נאכדעם צוגעצייכענט צו א תשובה).

דער תירוץ מיין איך איז פשוט, אז בשעת ווען ער האט ממלא געווען כריסו בש"ס ופוסקים און נישט מסיח דעת געווען א רגע פון תורה, (און דאס איז געווען דאס ערשטע האלב פון זיין לעבען); דענמאלץ האט ער נישט געהאט צוגערירט צו א צייטונג. אבער נאכדעם וואס ער איז מפורסם געווארען אלץ וועלטס גאון און פוסק הדור און מען איז אים געקומען פרעגען זיין מיינונג וואס אנבאלאנגט צו כלל ישראל, האט ער געטוהן וואס בית רבן גמליאל האט געטוהן (געדארפט קענען לשון העמים - יוונית), און געמוזט מיט האלטען מיט די נייעס פון טאג.

איך געדענק אלץ קינד האב איך געהערט אז דער סאטמארער רב זי"ע פלעגען אים די גבאים ארום צירקלען מיט א רויטע פעדער יעדען טאג די ארטיקלען אין די צייטונגען וואס זיי האבען געשפירט אז ער מוז זיי ליינען.

ווען מען איז שוין א מנהיג ישראל איז שאני.

מיטוואך אוגוסט 15, 2012 11:32 pm

רבינו, אזוי פשוט אבער אזוי זיס אפגעשריבן מ'האמער גוט געלאכט
איך נעם דיר מיט אלס שרייבער אויף מיין קומענדיגע נסיעה

דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 2:54 am

דארפסט דיר פארבינדען מיט הכותב בפקודת הקודש

דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 4:08 am

א גוטן רבי... אפיינע וואקאציע געווען.....

דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 4:39 am

אהההה מכטיקע
וואס ערט זאך?
אוואו ביזטו געווען?

דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 5:29 am

msp האט געשריבן:אהההה מכטיקע
וואס ערט זאך?
אוואו ביזטו געווען?

חופש...

דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 6:56 am

נישטא קיין זאך ווי חופש....

דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 5:08 pm

מיט די תורה איז חופש, ווי עס שטייט חופש כל חדרי בטן....

דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 8:24 pm

spusman האט געשריבן:רבי משה שרייבט דאך דאס אליין (ווי איינער האט נאכדעם צוגעצייכענט צו א תשובה).

נישט באמערקט קיין מראה מקום.

פרייטאג אוגוסט 17, 2012 5:53 am

גערעכט
שטייט נאר אז עס איז דא א תשובה
מסתמא איז עס וועגען הזרעה מלאכתותית

פרייטאג אוגוסט 17, 2012 10:46 am

נו, ווער קען אונז געבען א פונקטליכע מראה מקום? דער עולם וויל זעהן "וויאזוי" ער שרייבט עס, און צו עס איז מחייב.

פרייטאג אוגוסט 17, 2012 1:08 pm

SPUSMN האט געשריבן:נו, ווער קען אונז געבען א פונקטליכע מראה מקום? דער עולם וויל זעהן "וויאזוי" ער שרייבט עס, און צו עס איז מחייב.

אפשר דא אין אגרות משה ד' אבה"ע ב' סי' י"א.

זונטאג אוגוסט 19, 2012 5:31 am

יא
איך האב עס אויך געטראפען דארט
עס איז א תשובה צום דובב שפתי ישנים

זונטאג אוגוסט 19, 2012 12:53 pm

דארט שטייט נישט אז ער האט נישט געליינט קיין צייטונגען. דארט שטייט אז ער נעמט נישט זיין השקפה פון קיין שום מקור נאר פון די תורה, ויחי ההבדל הגדול.
אגב, עס איז אינטערעסאנט אז ר' משה מוסר'ט הרב בלאך אז נישט נאר וואס ער - ר' משה - נעמט נישט זיינע השקפות פון מקורות חיצוניים, נאר הרב בלאך איז גאר דער וואס זיין נטיה מחמיר צו זיין בקדושת ישראל קומט פון מקורות חיצוניים! צו מיינט ער מיט דעם קריסטליכע אנשויאינגען?
igros moshe.PNG

מאנטאג אוגוסט 20, 2012 2:51 am

בזכרוני אז עס איז געווען א גאנצע מעשה וועגען א בוך וואס הרב בלאך האט ארויסגעגעבען פאר די קריג
אויף צו פארענטפערען אידישקייט קעגען קריסטענטום

מאנטאג אוגוסט 20, 2012 8:20 am

msp האט געשריבן:בזכרוני אז עס איז געווען א גאנצע מעשה וועגען א בוך וואס הרב בלאך האט ארויסגעגעבען פאר די קריג
אויף צו פארענטפערען אידישקייט קעגען קריסטענטום

נו, זאגט דאך רבי משה, אז "מבלי משים" האבן די ידיעות חיצוניות געהאט א השפעה אויף אים.
לגבי די שמועס איבער צייטונגן - אין אימעיל האב איך באקומען א לינק צו דעם בילד, כאטש עס איז נישט קיין ראיה ווייל שפושמן האט שוין מסביר געווען די חילוק פון בעפאר ער איז געווארן פוסק הדור און דערנאך

בילד

מאנטאג אוגוסט 20, 2012 9:56 am

אינטערעסאנט איז צו באמערקען אז אין ס' אור אלחנן ברענגט ער אז ר' אלחנן האט געליינט די צייטונג אין טעלזער ישיבה בריש גלי

מאנטאג אוגוסט 20, 2012 10:48 am

און אזוי אויך אין מקור ברוך אז דער נצי"ב פלעגט לייענען די צייטונג שבת.

מאנטאג אוגוסט 20, 2012 10:57 am

דאס איז שוין שווערער צו גלייבען
שבת?
אבער מען דארף סיי ווי נעמען וואס איז געשריבען אין מקור ברוך מיט א פינטש אוו סאלט....

מאנטאג אוגוסט 20, 2012 12:15 pm

שווער צו גלייבען, און מיינע הענט ציטירען עס צו שרייבען, אבער אמת בלייבט אמת, און פון אמת האבען מיר נישט קיין רעכט זיך צו אוועק צו רירען, נאר עס פרובירען מסביר זיין כמיטב יכולתנו. כ'האב עס געהערט פון הישיש רבי אשר פארסט ז"ל פון וויען וואס איז געווען דער איש סודו פון רבי מיכאל בער זצ"ל (דער איינציגע מענטש אויפען כדיר הארץ מיט וועם רבי מיכאל בער האט זיך פארשטאנען) אז הגאון רבי שלמה זלמן שפיצער זצ"ל רב פון שיפשוהל (אדער רבי ישעיה פירסט רב פון שיפשוהל - איך בין אבער כמעט זיכער אז ער האט געזאגט די ערשטע) פלעגט אויך לייענען די צייטונג שבת שלוש סעודות צייט.

וועט איר דאך פרעגען פארוואס למעשה האסטו עס געשריבען? איז דער תירוץ אז דער נצי"ב זאל נישט בלייבען אליין; איינעם וועט מען נאך נישט פרובירען אזוי שטארק צו פארענטפערען.
שרייב א תגובה

Advertisement