Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

דאנערשטאג מאי 24, 2012 5:24 am

אין ווילקאמיר ברענט א פייער

גארנישט קיין נייער

נאך פון סיני בשעת מתן תורה

ווען אידען געשטאנען זענען מיט מורא

כפה עליהם ההר כגיגית

מקבל זיין די תורה מען מוז

מיט שלעכטען אדער מיט גוטען

א רמז אויף אלע מצבים און געמיהטען

ווי עס זאגט דער בעל שם טוב

אז עס אויף אידען א חוב

צו היטען די תורה אפילו ווען עס טוט נישט אזוי שמעקען

און אויף אזאלכע מצבים אזאלכע צוועקען

האט דער באשעפער גענוצט כפייה

עס זאל פאר אונז זיין א ידיעה

פאלגען די תורה אין אלע ענינים

וועלען מיר זוכה זיין צו גוטע בנים

ונזכה לקבל פני משיח צדקנו

במהרה בימינו

Advertisement

דאנערשטאג מאי 24, 2012 10:32 am

ישר כח פאר די שיינע ליכטיגע טייערע ווארעמע ווערטער.

דאנערשטאג מאי 24, 2012 11:52 am

טייערע דיבורים
אין קורצע שטריכן.

פרייטאג מאי 25, 2012 4:34 am

א דעפעשע פון מערכת בית צדיקים: ישמחו ויעלצו כל חסידי ואוהדי בית ווילקאמיר
במותב תלתא כחדא הוינא בי דינא יתיבנא ה"ה אדמו"ר מ'ווילקאמיר שליט"א ועימיה כ"ק מרן הגאבד"ק עדזשלי והגלילות שליט"א ועימיה הסבא קדישא מ'סטאקפארט שליט"א ונשאו ונתנו כדרכה של תורה ובאו להחלטה אז מותר לע"ע לmsp להישאר באייוועלט....

דרך אגב איז דא א הודעה אז דער רבי שליט"א ישא משא המרכזי בנעילת החג בביהמ"ד דמשק אליעזר ד'פרעסטוויטש
מנחה בשעה 9.00
עייועריבאדי איז ווילקאמען!!!
לעצט פאראכטן דורך msp אום פרייטאג מאי 25, 2012 5:18 am, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

פרייטאג מאי 25, 2012 5:04 am

פיינע נייעס ווילקומירער צדיק.

פרייטאג מאי 25, 2012 5:57 am

יוסף שרייבער האט געשריבן:פיינע נייעס ווילקומירער צדיק.

יא הערסט צדיק? די עולם פרייט זיך מיט דיר!!

פרייטאג מאי 25, 2012 7:05 am

ברוך השם
והיה זה שכרי....

געראדע דער רבי האט א מנהג גיין שלאפען נאך די סעודה ביינאכט שבועות
און שטייט אויף 4.30 און לערנט מיט א חברותא פון 5 צופריה ביז שחרית
פיר שעה איז גאר נישט שלעכט...

פרייטאג מאי 25, 2012 7:56 am

דאס איז דעם רבינס תל"ש, אדער דער צווייטער טאג?

פרייטאג מאי 25, 2012 9:49 am

פריי מיר זיך אלע צו קענען ווייטער מיטהאלטן די עבודת הקודש און נהנה זיין מאורו בכל מכמני התורה על טהרת הקודש
כה לחי!

דינסטאג מאי 29, 2012 4:25 am

ווינקל האט געשריבן:דאס איז דעם רבינס תל"ש, אדער דער צווייטער טאג?


דאס איז אויף דער ערשטע נאכט שבועות
דער רבי שליט"א איז נישט קיין שפעטע נאכט מענטש
נאר א פארטאגס מענטש
די שכל איז פרישער
עס לערנט זיך אנדערש
נאך א לערנען פיר שעה דאווענט זיך אנדערש...
אמת אמת אז לא מצאנו מנהג כזה בראשונים כמלאכים
אבער כל הלבבות דורש השם
און דער גאנצער יום טוב האט אנאנדער פנים...

דינסטאג מאי 29, 2012 8:26 am

msp האט געשריבן:א דעפעשע פון מערכת בית צדיקים: ישמחו ויעלצו כל חסידי ואוהדי בית ווילקאמיר
במותב תלתא כחדא הוינא בי דינא יתיבנא ה"ה אדמו"ר מ'ווילקאמיר שליט"א ועימיה כ"ק מרן הגאבד"ק עדזשלי והגלילות שליט"א ועימיה הסבא קדישא מ'סטאקפארט שליט"א ונשאו ונתנו כדרכה של תורה ובאו להחלטה אז מותר לע"ע לmsp להישאר באייוועלט....

דרך אגב איז דא א הודעה אז דער רבי שליט"א ישא משא המרכזי בנעילת החג בביהמ"ד דמשק אליעזר ד'פרעסטוויטש
מנחה בשעה 9.00
עייועריבאדי איז ווילקאמען!!!


parting.jpg

דינסטאג מאי 29, 2012 8:42 am

עיין מש"כ באשכול הזה
viewtopic.php?p=577272#p577272

דינסטאג מאי 29, 2012 1:39 pm

דער פוסק הדור הגאון רבי משה פיינשטיין זצ"ל האט א מאל ארויס געגעבען א פסק און א רב האט זיך אים קעגען געשטעלט. כאטש רבי משה (ווי יעדער האט אים גערופען בלשון חיבה) איז געווען זייער א ווייכע מענשט און זיך אראפ געלאזט צן יעדען אינגעלע (במלוא מובן המלה), דאך ווען עס איז געקומען צו דער תורה איז ער געווען ווי א לייב און פאר קיינעם נישט געהאט קיין מורא; איז דא האט אים זייער פאר דראסען פארוואס יענער רב וואס קומט נישט צו, צו זיין פאדעשווע, שטעלט זיך אים א קעגען מיט אזא חוצפה; זאגט ער פאר יענען רב, (רעדענדיג אויף זיך), "משה האט און זיין לעבען קיין צייטונג נישט געליינט, אלעס וואס משה קען, איז "נאר" פון די תורה, דער תורה הייסט טוהן אזוי ווי משה האט געפסק'נט".

נישט נאר ווער עס איז געגאנגען און קאלידז האט נישט קיין דעת תורה, נאר יעדער וואס האט אמאל געליינט א צייטונג "אפילו א אידישע צייטונג" האט שוין נישט קיין דעת תורה (און דאס מיינט אלע פון אונז דא אן אויסנאם פונעם גרעסטען תלמיד חכם ביזען גרעסטען עם הארץ). איך בין מקנא די יראת שמים וואס ש"ב ויד"נ רבי מנחם שלום שליט"א האט, רוב פון אונז וואלטען זיך געווינטשען עס צו האבען. אז מען האט יראת שמים ווי ער, וועט מען אוודאי טוהן וואס איז ריכטיג און דער אמת'ע דעת תורה.

דינסטאג מאי 29, 2012 1:58 pm

SPUSMN האט געשריבן: "משה האט און זיין לעבען קיין צייטונג נישט געליינט, אלעס וואס משה קען, איז "נאר" פון די תורה, דער תורה הייסט טוהן אזוי ווי משה האט געפסק'נט".
.

ער שרייבט דאס אויך אין איינע פון זייע באקאנטע תשובות.

דינסטאג מאי 29, 2012 2:07 pm

אז ער האט עס געזאגט איין מאל האט ער דאס אלעמאל געזאגט. מען זאגט (דאכט זיך מיר) אויפען חפץ חיים אז ער האט געזעהן א אידישע צייטונג אויפען טיש האט ער עס אראפ געשארט מיט זיין ארבעל, ניטאמאל עס אן רירען האט ער געוואלט.

אז מען רעדט שוין פון רבי משה איז כדאי צו דערציילען (כאטש איך געדענק עס נישט ממש מלה במלה), אז ער האט אמאל געזאגט צו איינער וואס האט אים נישט געגלייבט, אז "מען וועט פרעגען, קען מען זאגען אז משה קען נישט לערנען, אבער "א ליגענער" וועט קיינער נישט זאגען אויף משה". נאכדעם האט ער ווידערהאלט אז "משה איז נישט קיין ליגענער".

דאנערשטאג מאי 31, 2012 4:23 am

ספוזמן האסט גוט געזאגט אויף אונזער רבי'ן טאקע א זעלטענע יראת שמים....

פרייטאג יוני 01, 2012 8:10 am

כ"ק מרן הגאב"ד ד'עדזשלי והגלילות שליט"א איז אויף דעם וועג אהיים לביתו נאוה קודש
צו פראווען שבת קודש בהשתתפות אן ענגע צאהל מקורבים
און מען וועט נישט מערקען קיין שום שינוי נישט
צו עס איז דארט טויזענט מענטשען אדער נאר עטליכע מענטשען די הנהגה וועט זיין דאסזעלבע
די זעלבע זמירות די זעלבע תורות
ממש אזוי
אשרינו מה טוב חלקנו

מיטוואך יוני 20, 2012 6:22 pm

די ווילקאמירער טענדער.
עטעטשמענטס
%D7%95%D7%95%D7%99%D7%9C%D7%A7%D7%90%D7%9E%D7%99%D7%A8.jpg

מיטוואך יוני 20, 2012 7:24 pm

פשיהא א כאפ אבער לכאורה זיכט דער רבי אז זיינע פאציענטן זאלעו מאכען ווי ווייניגער סאונד נישט ווי מער ודו"ק.

דאנערשטאג יוני 21, 2012 7:15 am

זיכער ווען דער רבי איז עוסק בעבודת הקודש
למלאות החורים ועקירת השרשים דארף זיין שא שטיל....

מיטוואך יוני 27, 2012 10:50 am

יוסף שרייבער האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן: "משה האט און זיין לעבען קיין צייטונג נישט געליינט, אלעס וואס משה קען, איז "נאר" פון די תורה, דער תורה הייסט טוהן אזוי ווי משה האט געפסק'נט".
.

ער שרייבט דאס אויך אין איינע פון זייע באקאנטע תשובות.


געזעהן גענונג בילדער פון רבנים מיט צייטונגען:

רבי יקותיאל יהודה טייטלבוים אבד"ק סיגוט
רבי משה פיינשטיין
רבי חיים עוזר
רבי משה טייטלבוים אבד"ק סאטמאר

ואולי עוד שנשכח כעת חי' מזכרוני העצום

זונטאג אוגוסט 05, 2012 1:37 pm

ווילקאמיר - פון רבי'נס שרייב טישל קומט אן די ידיעה אז דער רבי פארט אוועק צו די בעדער און ער וועט נישט האבן פארבינדונג (אקסעס בלע"ז) צו אונזער קהילה דוירכאויס די וואך,
מ'בעט דער עולם זאל האבן פארשטענדעניש און נישט רופן אין די צייט,
פאר קוויטלעך זאל מען אויסווארטן אויף חנוכה, אויב איז עס א עמערדזשענסי ריפט ניין וואן וואן.

ואתכם האסליכא!
לעצט פאראכטן דורך מאנ-יימער אום דינסטאג אוגוסט 07, 2012 11:44 am, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

זונטאג אוגוסט 05, 2012 1:51 pm

זאג אים ער זאל אכטונג געבן נישט צו כאפן א טבילה אין טייך, אונז דארף מיר אים נאך לעבעדיג.

זונטאג אוגוסט 05, 2012 5:20 pm

:cry:
leiby האט געשריבן:זאג אים ער זאל אכטונג געבן נישט צו כאפן א טבילה אין טייך, אונז דארף מיר אים נאך לעבעדיג.

מיטוואך אוגוסט 15, 2012 7:29 am

דורך אונזער קארעספאנדענט אין לאנדאן הבירה.
א מוראדיגע וואך איז אריבער אויף דאס לאנדאנער אידענטום דורך די אנוועזענהייט פון כ"ק מרן אדמו"ר מ'ווילקאמיר שליט"א
וואס איז געווען צו גאסט אין עיה"ב לאנדאן והגלילות. דאס גוטע נייעס האט זיך בליצשנעל פארשפרייט
און די גאנצע עולם איז אריין אין אנ'עקסטאז, און די נאכפראגע אויף אש"ל איז געווען שווער נאך צו האלטען.
די פאליציי איז געווען אין א קלעם, היות אז אויף די טרעפיק קאנטראל לרגל די אלימפיקס האבען זיי זיך נאך אנ'עצה געגעבען
אבער אויף די ווילקאמירער שבת האבען זיי נישט גערעכענט
די גאסען אין גאלדערס גרין און די אומגעגענט זענען געווען גרידלאקד פון חסידים ואנשי מעשה וואס האבען נישט געוואלט
פארפאסען די געהויבענע מאמענטען פון המלך במסיבו אין אזא געלעגענהייט
אבער למעשה האט דער עולם דאס אהנגענומען בסבר פנים יפות וויבאלד לאו בכל יומא איתרחיש כגון דא
זונטיק אינדערפריה פ' עקב איז די פמליא ארויסגעפאהרען פון ביתו נאוה קודש אין מנשסתר קיין לאנדאן
די טרויעריקקייט האט זיך אהנגעמערקט אויף די גאס אבער די זקני החסידים האבען זיך אויסגעדריקט:
מען מוז זיך אויסרוהען! א רבי דארף אויך האבען אביסעל וואקאציע! אזוי איז אלעמאהל געווען.... קרעניץ יוכיח!
אהנקומענדיג אין די אכסניא אין לאנדאן איז געווען צוגעשטעלט א שיינע ברוך הבא
למעשה זענען קיין פאטאגראפערס נישט געווען, כידוע דער רבי שליט"א פארטראגט נישט די אלע מעשיות
קבלת קהל איז געווען אויסגעשטעלט אויף א באקוועמען אופן די גבאים זענען געווען זעהר צוגענגליך
נאר אוודאי פארשטענדליך אז די מאני קרבא זענען נישט געווען פארהאנען
און די בחינה פון הרחב פיך ואמלאהו איז נישט געווען בנמצא אבער אנ'עצה טובה האט מען נאך געקענט אויספועל'ן
שחרית האט דער רבי שליט"א געדאווענט אין ראדאמישלא און מנחה ומעריב אין סטראזשניץ
די הויכפונקט פון די וואקאציע איז געווען דער לעכטיגע שבת קודש
השבת נועם הנשמות איז דאך סתם אזוי פון די שפיץ ענינים אין בית ווילקאמיר
פרייטיק צו נאכטס האט דער רבי שליט"א באוויליגט צו דאווענען אין א סאשעל קעיר האום אויף מחזק צו זיין די אידען דארט
און שבת אינדערפריה אין ראדאמישלא
דער רבי שליט"א האט זיך געזעצען ממש כמעט צום סוף ביהמ"ד כדרכו נישט זוכענדיג קיין כבוד
די גבאים פון ביהמ"ד אבער האבענדיג א גוטע שמעק אויף מענטשען האבען פארשטאנען אז מען האט דא צו טוהן מיט א חשובע איד
האבען זיי מכבד געווען דעם רבי'ן מיט גלילה....
כידוע אז הגולל נוטל שכר כולם....
צווישען די תורה פון די שבת'דיגע סעודות האט דער רבי שליט"א זיך געשטעלט אויף דער קאנטראסט צווישען די זעלביגע ווערטער
ואכלת ושבעת, איין מאהל שטייט ואכלת ושבעת וברכת את השם, און דאס אנדערע מאהל שטייט ואכלת ושבעת השמרו לכם פן יפתה לבבכם
און דער רבי שליט"א האט מסביר אז דאס האט צו טוהן ווי אזוי מען גייט צו צום עסען
אויב פארשטייט מען אז אלץ איז פון באשעפער ברענגט עסען צו לויבען דעם באשעפער
אבער אויב פיהלט מען כוחי ועוצם ידי דעמאלס ברענגט עסען חלילה צו יפתה לבבכם
דער רבי שליט"א האט אויך דערמאנט דעם מאור עינים אז אפילו בזמן הזה עסט מען מן היורד מן השמים
נאר עס איז מלובש בהרבה לבושים
זונטיק איז געווען א מסיבה לכבוד דעם רבי'ןס שווער און שוויגער'ס גאלדענע חתונה אין די זאל פון טאטענהעם עדת אין סטעמפארד הילל
ווי דער רבי שליט"א האט משמח געווען מיט גראמען
דערנאך האט דער רבי שליט"א געזעגענט דער עולם און צוריק געפאהרען קיין מנשסתר
לאנדאן איז נאך שטארק בא'איינדרוקט פון דעם באזוך און די השפעה וועט זיך נאך לאנג ציהען
שרייב א תגובה

Advertisement