בלאט 2 פון 18

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 02, 2012 10:10 pm
דורך יוראפ
נאך א ספר פונעם רבי'נס זיידע - אפשר גאר פונעם רבי'ן אליין
יודיש בוקס

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 02, 2012 10:17 pm
דורך יוראפ
מאכטס נישט חוזק סוס דא אסאך
3
4
5
6
7
8
9
10
11

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 03, 2012 3:14 am
דורך מכטי1
-כי יום בשורה הוא לכם-

אויסערגעווענטליכע פרייד הערשט אין חסידות ווילקאמיר מיט'ן טרעפען אלע אלטע ספרים וואס מ'האט באגראבען פאר'ן קריג (וועלעכע?) אין די ערד אין א שטעטל וואס רופט זיך היבראבאקס בלע"ז, חסידים דרייען זיך ארום מיט א פרייד אויסגעשלאגען אויף זייערע געזיכט(ביכל) אונז האפען באלד צו באקומען די תגובה פונעם רבי'ן אליינס, ווארט'ס מיט אנגסט!!!!!

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 03, 2012 5:11 am
דורך msp
עס איז געווארען א בהלה בחצרות ווילקאמיר
די הנהלה פון בית צדיקים די מו"ל פון כתבי רבוה"ק לבית ווילקאמיר האט באקומען ידיעות פון ערגענץ אז מען האט געטראפען כתבים מרבותינו הקדושים אשר שימשו כמ"מ אין דער אלטע היים בווילקאמיר הבירה
די התרגשות איז נישט צו באשרייבען
נפל נהורא בבי מדרשא
עס דערמאנט די פלא'דיגע ידיעה פון די מציאה אין אפגאניסטאן
כמעט אזוי ווי אין קומראן
נורא ואיום
מאחורי הפרגוד האט מען באריכטעט אז די גניזה פון די ספרים הקדושים איז אין היברו בוקס
ערגענץ אין אוקריינא....
מוראדיג וואס מען קען נאך היינט געפונען
דער רבי שליט"א וועט זיך שואל עצה מיט די דיינים דמתא עדזשלי והגלילות וועגען די מפורסם'דיגע קפידא מרבוה"ק לא להדפיס ספרים
אז אפשר אויף סטענסיל אדער דידזשיטעל איז יא מותר
ווער קען שאצען דעם נייעם אור וואס וועט שיינען אין דער אידישע וועלט....
עס איז אין פלאן צו מאכען א קידושא רבא רבתי לכבוד די גרויסע שמחה
ועוד חזון למועד

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 08, 2012 6:05 am
דורך msp
מורי ורבותי מה נאמר ומה נדבר
די געהויבענע טעג וועלען נאך לאנג בלייבען אין זכרון
די זקני החסידים האבען געהאט טרערען אין די אויגען
למעשה האט דער טעלעפאן געקלינגען אין בית-דין שטיבעל דביהמ"ד בית מנחם שלום ד'עדזשלי והגלילות ערב חמשה עשר
און די רעביצין תליט"א האט אהנגעפרעגט כ"ק מרן הגאב"ד שליט"א מיט א פארכטיגע טאהן וועגען איילבירטען המכונים אליווען
אז א פרוי האט איר אהנגעזאגט וועגען זיי אז מען זאל נישט עסען וועגען קשה לשכחה
האט דער רב מעיין געווען און געפסק'נט היות אז זיי זענען געזייערט אין לחוש
נאר דער רב האט זיך אויסגעדרוקט אז עס איז אינטערעסאנט ווי די וואס האבען נישט וואס צו פארגעסען זענען יא חושש אויף קשה לשכחה
עכ"פ ווען קבלת קהל האט זיך געענדיגט אין עדזשלי איז דער גאב"ד דיעדזשלי ואדמו"ר מווילקאמיר שליט"א אהיים געפאהרען
דער רבי האט אביסעל פארשפעטיגט אבער דער עולם האט מיט יראת הכבוד געווארט
ווען דער רבי איז אהנגעקומען האט דער עולם מיט א הילכיגע געזאנג פוצח געווען בשירה שאו שערים ראשיכם
און דער רבי האט צו איעדער געגעבען שלום...
צווישען די געסט טישזיצערס האט זיך אהנגעזעהן דעם רבי'ןס שוואגער לוקח אחות הרעביצין
און דער חדב"נ שליט"א
עס איז געווען מערקווירדיג די התבטלות פון רבי'ןס שוואגער צום רבי'ן
הגם אז ער איז א היפש פאר יאהר עלטער
און נישט נאר דאס נאר ער האט פארלאנגט שיריים אויך
דער רבי האט נישט מסרב געווען כדאז"ל אין מסרבין לגדול
און האט גענומען עטליכע קירשען און אריין געגעבען אין דעם האנט פון שוואגער און ווארם אהנגעווינטשען...
עס איז געווען הערליך אהנגעגרייט טאצען מיט פרוכט ממינים שונים
אליווען
מילגרוים
טרויבען
פייגען
עפעל
מעראנצען
גרעיפפרוכט
אתרוג
פעשאן פרוכט
פיסאליס
לייטשיס
בארען
נעקטערין
אבריקאזען
מאנדעלען
פיסטאשיאס
קאשיאניסלעך
ווען דער רבי האט גענומען די אתרוג האט געכאפט א התרגשות ווען מיט א קול בוכים האט דער רבי געבעהטען ביים באשעפער
כבן המתחנן אצל אביו אז מען זאל זוכה זיין צו א שיינעם אתרוג אויף סוכות
דער עולם האט געזונגען ניגונים מענינו של יום
אילן אילן במה אברכך
אויך דער באקאנטע ניגון אויף עץ פרי וכל ארזים וואס מען זינגט אויך אויף אספרה שמך לאחי
דער רבי האט געזאגט תורה אויף דעם פסוק צדיק כתמר יפרח כארז בלבנון ישגא
אז תמר האט פירות און ארז האט נישט קיין פירות נאר איז שטארק אז א צדיק דארף זיין שטארק פאר זיך
אבער אויך משפיע זיין אויף די ארומיגע הן בגשמיות הן ברוחניות
דער רבי האט נישט געטראגען קיין שטריימעל ביים טיש הגם עס זענען דא אדמורי"ם וואס טוהן יא אבער אונזער רבי גייט בדרכי אבותיו
און ביי זיי האט מען נישט געגאנגען קיין שטריימעל ביים חמשה עשר טיש
דער רבי איז אויך געווען גאר בשמחה ווען קיין שום פאטאגראפען זענען געווען
און ממלא וועט זיין לעכטיגע צורה נישט זיין געדרוקט אין די מאגאזינען למיניהם
ווען דער טיש האט זיך געענדיגט איז דער עולם צוגאנגען אין א דערהויבענע שטימונג און יעדער האט אויסגעדריקט א תפילה
עד הנה עזרונו חסדיך ואל תטשנו לנצח אכי"ר

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 08, 2012 8:46 am
דורך בני ברק'ער
דאס הארץ גייט אויס.
דער ממונה האט אפגעציילט קעפ פון חסידים?

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 08, 2012 9:07 am
דורך משה'עלע
בני ברקער דער רבי האט אליין געשריבען די תורה
דער רבי האט געזאגט תורה אויף דעם פסוק צדיק כתמר יפרח כארז בלבנון ישגא
תמר האט פירות און ארז
האט נישט קיין פירות נאר
איז שטארק אז א צדיק
דארף זיין שטארק פאר זיך
אבער אויך משפיע זיין אויף
ארומיגע הן בגשמיות הן ברוחניות
עכ"ל

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 08, 2012 9:45 am
דורך מכטי1
ליידער ליידער בעוונותינו הרבים האבען מיר נישט געהאט די זכייה זיך ציבאטייליגן אינעם טיש פין רבי'ן האביר מיך זיך דערקוויקט כאטש מיט'ן באריכט.

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 08, 2012 10:52 am
דורך יוראפ
msp האט געשריבן:עס איז געווען הערליך אהנגעגרייט טאצען מיט פרוכט ממינים שונים

פארגעסן אנצוצייכענען:
טענזשערינס
אינטערגעשלאגענע קוקעריטץ

msp האט געשריבן:דער רבי האט נישט געטראגען קיין שטריימעל ביים טיש הגם עס זענען דא אדמורי"ם וואס טוהן יא אבער אונזער רבי גייט בדרכי אבותיו

טאקע געהערט פון איינעם פון די נישט אנוועזענדע, אז דער רבי איז געגאנגען מיט א קאלפיק

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 08, 2012 12:00 pm
דורך משה'עלע
וואסערע זכיה האט מ.ס.פ. אז די רבי לאזט אים אריין

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 08, 2012 3:06 pm
דורך קרעמער
איך שלאג פאר אז ביי אלע חסידות'ער זאל דער אדמו"ר זעלבסט שרייבן די באריכטן... איך זעה אז אין ווילקאמיר קען קיינער מאכן דעם דזשאב בשלימות אויסער דער רבי שליט"א

יחי!!!!!!!!!!!!!!!!!

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 08, 2012 3:12 pm
דורך שטארק זיך
בבית אבותיו פון רבי׳ן איז ביים כאמישאוסער טיש מיט קיין שטריימל נישט געגאנען... אזוי דענק איך טאקע...

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 08, 2012 3:16 pm
דורך בני ברק'ער
איז נאך דא צו באקומען שריים פון אתרוג אדער עפעס א טייטל?

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 08, 2012 3:20 pm
דורך שטייסטענישט
אפאר ראזינקלעך געבליבען

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 08, 2012 3:22 pm
דורך יוסף שרייבער
קרעמער האט געשריבן:איך שלאג פאר אז ביי אלע חסידות'ער זאל דער אדמו"ר זעלבסט שרייבן די באריכטן... איך זעה אז אין ווילקאמיר קען קיינער מאכן דעם דזשאב בשלימות אויסער דער רבי שליט"א

יחי!!!!!!!!!!!!!!!!!

ווער זאגט אז זיי טיען דאס נישט?

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 08, 2012 3:24 pm
דורך שטארק זיך
;l;p- יוסל

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 08, 2012 3:31 pm
דורך קרעמער
יוסף שרייבער האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:איך שלאג פאר אז ביי אלע חסידות'ער זאל דער אדמו"ר זעלבסט שרייבן די באריכטן... איך זעה אז אין ווילקאמיר קען קיינער מאכן דעם דזשאב בשלימות אויסער דער רבי שליט"א

יחי!!!!!!!!!!!!!!!!!

ווער זאגט אז זיי טיען דאס נישט?

מיינסט אז דאס איז א ווערטל? איך האב לעצטנס געליינט אויף טוויטער ווי א נאנטע משפחה מיטגליד פון אן אדמו"ר שרייבט אז דער אדמו"ר זעלבסט טוהט אפדעיטן די טוויטער באריכטן פון זיין חסידות!

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 08, 2012 3:33 pm
דורך יוסף שרייבער
אז טוויטער איז די היינטיגע דברי תורה פארוואס זאל ער עס נישט טוהן.

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 08, 2012 6:58 pm
דורך פארדינט
קרעמער, מיינסט אפשר "עירמאנטער רב"?

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 08, 2012 7:13 pm
דורך חייקל
קרעמער האט געשריבן:איך שלאג פאר אז ביי אלע חסידות'ער זאל דער אדמו"ר זעלבסט שרייבן די באריכטן... איך זעה אז אין ווילקאמיר קען קיינער מאכן דעם דזשאב בשלימות אויסער דער רבי שליט"א

יחי!!!!!!!!!!!!!!!!!


הלוואי וויפיל פירן זיך שוין לאנג מיט אט דער מנהג, מאנכע זענען מקפיד צו מסדר זיין די בילדער אויך און קלויבן די געלונגענערע, און שפעטער האט מיר די זכי' צו באטראכטן פארגאפטערהייט דעם רבינ'ס כפרה הינדל, וואסער כוואליעס ביי תשליך, אדער הערליכע בערגיגע סינעריע אויף אפרוה.

געווען א געוויסע רבי אין אלד-ווסמב"ג - יהא זכרו ברוך - וואס האט אפילו געהאט אן אייגענע צייטונג, ווי עס איז געווען געקאווערט רייכע קאלירפולע רעפארטאזשען פון רבינ'ס נסיעות און אקטיוויטען לרחצה.
אמאל ביי א געלעגענהייט ווען ס'איז געווען בדיחא דעתי' פון רבי'ן זאל זיך מיען, האט א מקורב אנגעפרעגט דעם רבי'ן:

- "ווער שרייבט די אלע באריכטן פון רבינ'ס נסיעות און אקטיוויטען?

ביי יענער היסטארישער מאמענט האט דער רבי זיך ארויסגעכאפט מיט זעלטענע ווערטער און איינמאל פאר אלעמאל פארטרויעט דעם סוד, פאר די יודעי חן, און דערביי מגלה געווען טפחיים ומכסה געווען טפח, זיך אויסדרוקענדיג "כהאי לישנא" :

..."יד ימיני".....!!!!

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 08, 2012 7:48 pm
דורך scy4851
פארדינט האט געשריבן:קרעמער, מיינסט אפשר "עירמאנטער רב"?

נו..גילוי!...

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 08, 2012 8:23 pm
דורך יואל ווייס
חייקל האט געשריבן:ביי יענער היסטארישער מאמענט האט דער רבי זיך ארויסגעכאפט מיט זעלטענע ווערטער און איינמאל פאר אלעמאל פארטרויעט דעם סוד, פאר די יודעי חן, און דערביי מגלה געווען טפחיים ומכסה געווען טפח, זיך אויסדרוקענדיג "כהאי לישנא" :

..."יד ימיני".....!!!!

;l;p- ;l;p- ;l;p-
(דער גרינער איז גראדע א געלינקטער, מאכט נישט)

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 08, 2012 9:07 pm
דורך יוראפ
scy4851 האט געשריבן:
פארדינט האט געשריבן:קרעמער, מיינסט אפשר "עירמאנטער רב"?

נו..גילוי!...

מען זעהט סיי ווי נישט דיין פנים

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 08, 2012 10:17 pm
דורך קרעמער
פארדינט האט געשריבן:קרעמער, מיינסט אפשר "עירמאנטער רב"?

נאופס. איך רעד פון א 'רבי' נישט קיין 'רב', מיט א לאנגע בארד און לאנגע פיאות...

דאס איז אלעס אבער נאר אויב מיר וועלן אננעמען די געשרייבעכץ פון יענעמס נאנטע משפחה מיטגליד וואס האט מעגליך אן אגענדע צו טרייבן קאטאוועס פון אים.

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 08, 2012 10:18 pm
דורך קרעמער
חייקל האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:איך שלאג פאר אז ביי אלע חסידות'ער זאל דער אדמו"ר זעלבסט שרייבן די באריכטן... איך זעה אז אין ווילקאמיר קען קיינער מאכן דעם דזשאב בשלימות אויסער דער רבי שליט"א

יחי!!!!!!!!!!!!!!!!!


הלוואי וויפיל פירן זיך שוין לאנג מיט אט דער מנהג, מאנכע זענען מקפיד צו מסדר זיין די בילדער אויך און קלויבן די געלונגענערע, און שפעטער האט מיר די זכי' צו באטראכטן פארגאפטערהייט דעם רבינ'ס כפרה הינדל, וואסער כוואליעס ביי תשליך, אדער הערליכע בערגיגע סינעריע אויף אפרוה.

געווען א געוויסע רבי אין אלד-ווסמב"ג - יהא זכרו ברוך - וואס האט אפילו געהאט אן אייגענע צייטונג, ווי עס איז געווען געקאווערט רייכע קאלירפולע רעפארטאזשען פון רבינ'ס נסיעות און אקטיוויטען לרחצה.
אמאל ביי א געלעגענהייט ווען ס'איז געווען בדיחא דעתי' פון רבי'ן זאל זיך מיען, האט א מקורב אנגעפרעגט דעם רבי'ן:

- "ווער שרייבט די אלע באריכטן פון רבינ'ס נסיעות און אקטיוויטען?

ביי יענער היסטארישער מאמענט האט דער רבי זיך ארויסגעכאפט מיט זעלטענע ווערטער און איינמאל פאר אלעמאל פארטרויעט דעם סוד, פאר די יודעי חן, און דערביי מגלה געווען טפחיים ומכסה געווען טפח, זיך אויסדרוקענדיג "כהאי לישנא" :

..."יד ימיני".....!!!!

חייקל איז אין די פעדערן ;l;p-