גריסן און שמועסן
דינסטאג אפריל 03, 2012 4:45 pm
פארדינט האט געשריבן:קרעמער האט געשריבן:ואידך פירוש"א זיל גמור
איך האב נישט געוואוסט אז מ'ספעלט עס אזוי... ( אפשר איז די 'א' פאר אדמו"ר...)
Advertisement
מיטוואך אפריל 04, 2012 2:44 am
ווען מיינע זיידעס וויסען אז זייערס אנ'אייניקעל איז א רבי.....
מיטוואך אפריל 04, 2012 2:54 am
מען מעג פרעגן, מציצה בפה צו בכלי ?
קרעמער, קאן מען נישט ארלעדיגן אז מש"פ זאל ווערן א ראדאשיץ'ער אייניקל ?
מיטוואך אפריל 04, 2012 3:00 am
אוודאי מציצה בפה כדת וכדין...
הרב מביקסאד שליט"א
קענסט אוודאי די מעשה אז פאר געלט קען מען באקומען שונאי בצע אויך...
והבן
מיטוואך אפריל 04, 2012 8:06 am
מזל טוב הג״מ רבי מש״פ שליט״א, לרגל השמחה, ולעת התכבדו בכיבוד סנדק מעומד... שנוטל שכר כנגד כולם, שכידוע זה מורה על מידת הוותרנות...
יזכה לרוות הרבה אידיש נחת מכל יוצ״ח עוד ינוב בשיבה ד׳
שנ׳ים ורעננים...
...
אגב אורחא, דעם רבי׳נס שניפסל פארשטעלט עטוואס די סטראקעס, און דער לייווענט דעקט איבער די געפלאכטענע עטרה... און די רוקן עטרה פיגורירט כלל נישט אויפן בילד, על כן, בכהאי גוונא (נישט פארטוישן מיט כגוונא..) איז קיין גילוי ניט פארהאנדן דא...
לעצט פאראכטן דורך
שטארק זיך אום מיטוואך אפריל 04, 2012 8:11 am, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
מיטוואך אפריל 04, 2012 8:11 am
נאכנישט אפגעגעבן א מז"ט פארן רבי'ן שליט"א.
מז"ט מז"ט אסאך נחת געזונטערהייט מיט הרחבת הדעת און פילע טאשן. אמן
מיטוואך אפריל 04, 2012 2:04 pm
דאנערשטאג אפריל 05, 2012 6:24 pm
קראק-פאט האט געשריבן:leiby האט געשריבן:מזל טוב להאדמו"ר כשם שנכנס לברית כן תכנס לתורה ולחופה ולמעשים טובים.)
מיטוואך אפריל 18, 2012 2:57 am
לבקשת הרבים האט די מערכת בית צדיקים ד'ווילקאמיר באשלאסען
צו געבען עטליכע שטריכען פון די גאר געהויבענע טעג בחצרות רבינו שליט"א בחג המצות שעעל"ט
הגם אז המודיע און כל העולם כולו האבען אהנגערופען אין אפיס פון בד"צ דק"ק עדזשלי והגלילות צו בעהטען פון רבי'ן בודק חמץ זיין א פאר טעג פריערט אזוי וועלען זיי קענען מאכען בילדער אין מפרסם זיין האט כ"ק מרן הגאב"ד שליט"א נישט מסכים געווען בשום פנים ואופן נישט
און איר וועט טאקע זעהן צדיק גוזר והקב"ה מקיים קיין בילדער פון רבי'ן זענען געווען בבל יראה ובבל ימצא אין די מאגאזינען
און טאקע בשעת חשכת ליל י"ד האט זיך דער רבי אהנגעטוהן דער גארטעל בדחילו ורחימו און מיט די נאנטע קרובים געזאגט די הנני מוכן ומזומן
און מיט אנפין נהירין געמאכט די ברכה און אין שטוב האט געהילכט א שטארקער אמן
דעם רבי'ן'ס זוהן בנו הגדול שליט"א האט באקומען דעם כבוד צו זיין די שליח בודק צו זיין די בתים על הגלגלים און די אכסניא פון אבי הרבי שליט"א
נאך א זאך וואס דער רבי שליט"א האט גאר מחמיר געווען היי יאהר אז מען זאל חלילה נישט מקיל זיין צו קויפען די רעדי מעיד ברויט שטיקלעך נאר מען זאל אליין נעמען חמץ און צוברעקעלען אויף צעהן שטיקער און אריין לייגען אין פלאסטיק זעקלעך כנהוג מקדמת דנא
דעם רבי'ו'ס קינדער האבען באהאלטען די שטיקעלעך און ברוך השם קיין חולדה איז נישט געווען און מען האט געטראפען אלע חמץ
די גאנצע משפחה האבען זיך געשטעלט זאגען כל חמירא בקול רם ג"פ און דער רבי שליט"א האט געזאגט די תפילה נאך דעםמיט התרגשות
האפענדיג אז טאקע מען זאל ניצול ווערען מכל מיני חמץ און די בני בית האבען אלע געענטפערט אמן כראוי
המשך יבא בעז"ה
מיטוואך אפריל 18, 2012 4:23 am
אין דער פרי ערב יום טוב האט דער רבי געדאווענט ביים ערשטע מנין און זיך משתתף געווען ביי א סיום היות דער רבי איז א בכור
שפעטער האט מען געמאכט א שריפת חמץ כדינו און נאך אמאהל מקבץ געווען די גאנצע משפחה און געזאגט כל חמירא ג"פ בקול רם און דער רבי האט געזאגט די צוויי תפילות בכוונה מבער צו זיין אלע חמץ און אלע חיצונים
נאכמיטטאג האט מען זיך אהנכעלעהנט צו שעפען כוחות צום עבודת הלילה
אין ביהמ"ד דמשק אליעזר ד'פרעסטוויטש איז דער גבאי צוגעיגאנגען צום רבי'ן און אים געבעהטען צו צוגיין צו קבלת שבת ויו"ט
און ברוך השם דער רבי האט מסכים געווען
די התרגשות ביים מזמור לדוד איז נישט צום באשרייבען
א טאפעלטע שבת
שבת בראשית און די יום טוב דמתקריא שבת כמש"כ ממחרת השבת
געזינגען האט דער רבי אויף די ערשטע שטיקלעך פון לכה דודי דער באקאנטער וויזשניצער מארש
און אויף ימין ושמאל תפרוצי דער גערער ניגון וואס ווערט אויך אין וויזשניץ געזינגען
דער עולם איז אריין אין אנ'עקסטאז און מיטגעזינגען מיט כח עס איז געווען וינועו אמות הספים
דער ברכו איז געווען מיט א זעלטענע מתיקות מיט דער יום טובדיגע נוסח
נאך די שמונה עשרה וואס די כוונות ביי והנחילנו ווייסט מען דאך פון די פינעווער אשכול האט מען געזאגט ויכולו לכבוד שבת
און גלייך נאכדעם האט זיך געקענט טאפען די התרגשות אז מען איז זוכה צו זאגען נאך אמאהל הלל לכבוד הרגל
אויף הללו האט דער רבי געזינגען א פרייליכע ניגון און אויף אודך די באקאנטע באבוב'ער חופה ניגון
נאך עלינו איז דער עולם מיט געהויבענע געפיהלען שנעל אהיים אויף צו רעכטען דעם סדר....
המשך יבא
מיטוואך אפריל 18, 2012 4:45 am
אהיים קומענדיג מיט פרייליכע געמידען האט דער רבי געזאגט א גוט יום טוב צו די בני בית
און כידוע איז דאך דא חילוקי דעות צו די בני בית זיצען ביים סדר צוזאמען מיט די מענער
למעשה איז דער מנהג אין ווילקאמירער הויף צו זיצען אלע צוזאמען בבנינו בבנותינו
דער רבי האט אהנגעטוהן דער קיטל
אנ'אינטערעסאנטע זאך איז אבער יא נתחדש געווארען שוין עטליכע יאהר איז
אז דער מנהג איז אלעמאהל געווען אז נאר דער בעל הבית העורך את הסדר פלעגט אהנטוהן דער קיטל
נאר היות דער טאטע זז"ג איז זיך דאך משתתף ביים רבי'ן שוין עטליכע יאהרען
האט מען לכבודו געהייסען דעם טאטע'ן זיך אויך אהנטוהן דעם קיטל
דער רבי האט בפה מלא געזאגט די קערה-סימנים און אריין געלייגט אין דעם שיסעל
כידוע איז דער דיבור מעורר הימלישע ענינים
אויך ביים אריינלייגען די מצות אין דעם טאש האט דער רבי בפה מלא ארויסגעזאגט כהן לוי ישראל
גאר אנ'אינטערעסאנטע הנהגה איז מיוסד אויף א מחזור וויטרי
איז אז מען לייגט ערשט אריין דער כהן און שפעטער לוי און צום לעצט ישראל
דאס הייסט אראפציה און נישט אויף ארויף
שפעטער האט דער עולם געזינגען דריי מאהל די סימני הסדר ג"פ וואס יעדער ווייסט אז די סימנים צוזאמען האבען גאר הויכע סודות
המשך יבא
מיטוואך אפריל 18, 2012 5:20 am
ביי קדש האט דער רבי פארלאנגט אז מען זאל זאגען די גאנצע נוסח כידוע הקפידא מהשפאליער זיידא זי"ע
יעדער האט זיך אויפגעשטעלט און מעיד געווען ויכולו השמים
ביי סברי האט זיך יעדער אראפגעזעצט און געמאכט קידוש בנעימה
דער רבי האט געטרינקען כל הכוס כולו כדרכו זה עידן ועידנין
מיט וויין מאטוק קל קען מען דאס לייכט באווייזען
ורחץ האט יעדער איינער זיך געוואשען אבער אהן א ברכה
צו כרפס האב מער גענוצט בעיבי פאטעיטאס און געטינקען אין זאלצוואסער
יעדער צוזאמען האבען געזאגט בורא פרי האדמה בקול רם
ביי יחץ האט דער רבי געברכען די לוי-מצה און כדרכו לעורר לב התינוקות האט ער געפרעגט בפנים שוחקות: וועלכע איז די גרעסערע האלבע?
[אולי לפי השיטה דאי אפשר לצמצם קען זיך מאכען אזא מציאות פון א קלענערע האלבע אדער א גרעסערע]
ביי מגיד ביי וכאן הבן שואל האט דער רבי שוין לאנגע יאהרען מעורר געווען אויף די געוואלדיגע עת רצון זיך אויס צו בעהטען ביים טאטען אין הימעל
און טאקע יעדעס יאהר שעפשעט מען א תפילה אויף געוויסע ענינים פאר ישועות בפרטיות ובכלליות
דער רבי האט געזאגט די הגדה מיט א נעימה וואס איז אים מקובל מבית אבי אמו און זיך געשטעלט דא און דארט מיט א פאר הערה'לעך כדרכו
אויך האבען די קינדער געזאגט תורות שהכינו בבית הספר
ביי והיא שעמדה האבען אלע אהנגעכאפט די כוסות און געזינגען די טראדיציאנעלע ניגון
נאך איינמאהל זינגען דער אלטע ניגון האט דער רבי זיך געמאכט א מנהג צו זינגען א צווייטע מאהל מיט אנאנדערע ניגון
דער ערשטע נאכט דער באבובער והיא שעמדה און דער צווייטער נאכט דער בעלזער והיא שעמדה פון הרב דאמען
מען זינגט דאס מיט כח פאטשענדיג די הענט און די שמחה איז גרויס אז דער באשעפער היט אונז פון אלעם בייזען
ביי דיינו זינגט מען די אלטע ניגון און די קינדער ווערען אויפגעלעבט און דאס איז דאך אונזער שטרעבען אויף די נאכט
נאך לכפר על כל עוונותינו איז דער מנהג צו זאגען בקול עד כאן אומרים בשבת הגדול
אין עטלךיכע פרישע הגדות איז דאס שוין מעהר נישט געדרוקט דארף מען טאקע אכטונג געבען נישט צו פארגעסען
הוציאנו זינגט מען דער ניגון פון קדושת ציון זי"ע און מען זאגט הלל בנעימה
[די ניגונים אויף הללוקה און מה אשיב מרבותינו הק' לבית באבוב זינגט ביים מיטטאג טיש]
בצאת ישראל זינגט מיט די אלטע ניגונים יעדער נאכט אנאנדערע
די ברכה אשר גאלנו האט מען מקובל א תנועה אויף שמחים בבנין עירך וששים בעבודתך
און מען טרינקט די צווייטע כוס
המשך יבא
מיטוואך אפריל 18, 2012 5:29 am
רחצה מוציא מצה זאגט מען אינאיינעם וועגען חשש הפסק
מען ברענגט צום רבי'ן זיך צו וואשען און אויך פאר אבי הרבי
אויף מצה נוצט מען די מחזה"ד מצות פון פאר מצה-פאבריק
און מרור נוצט מען סאלאט דמתקריא לעטטעס
אויף כורך מישט מען לעטטעס מיט געריבענע חריין לקיים מרורים לשון רבים
ביי די סעודה איז מען ממעט אין מאכלים ווייל דער רבי איז שטארק מקפיד אויף חצות
נאך די אפיקומן גייט ווייטער די עבודת ההלל מיט נשמת
אויף הלל הגדול זינגט מען די מלאכים ניגון איבערגעגעבען דארך אוהב ישראל אפטא רב זי"ע
אויף אדיר הוא זינגט מען דער קדו"צ ניגון
און אויף די אנדערע פיוטים זינגט די אלטע מסורה'דיגע נעימות וניגונים
לעורר התינוקות מאכט מען נאך די געשרייען פון די חיות פון חד גדיא
ברוך השם אז אלץ איז אריבער געגאנגען בסדר
המשך יבא
מיטוואך אפריל 18, 2012 6:48 am
דער רבי שליט"א אינדערפריה האט זיך אהנגעטוהן דער קיטל ווייל בדרך כלל דאווענט ער טל און גשם פאר דעם עמוד
און עס איז דאך שבת קען מען אדעוואהל נישט טראגען אין מנשסתר
דער רבי האט טאקע געדאווענט טל
דער קיטל האט געהאט פלעקען פון וויין וואס ידוע פון צדיקים איז דאס מעורר רחמים וחסדים
אויף טל תן לרצות האט דער רבי געזינגען דער ניגון פון בני יששכר זי"ע וואס אנדערע זינגען אויף אנא השם הושיעה נא
ביי שאתה הוא האבען געהילכט די אמנים אין ביהמ"ד
זאל מען טאקע האבען מעורר געווען טל תחיה בעזהשי"ת
די מיטטאג טיש איז געווארען נתחלק לשנים יוצא זיין של"ס
נאך די פיש מיט די סאלאטען האט מען געבענטשט און געמאכט א הפסקה
מען האט געדאווענט מנחה גדולה אין ביהמ"ד חניכי הישיבות
דער רבי האט באקומען אנ'עליה און שפעטער געגעסען די רעשט פון די סעודה אלץ של"ס
די איי מיט צוויבעל לעבער און גאלערעטע די טשאלענט און די קאמפאט
דער רבי האט געזאגט תורנ אויף משכו ידיכם מעבודה זרה
עס האט געזאלט שטיין משכו לבכם אדער מוחכם מעבו"ז
נאר כחי ועוצם ידי איז די ארגסטע עבו"ז
צווייטע טאג יו"ט האט דער רבי געדרשנ'ט אין ביהמ"ד חניכי הישיבות די דרשה בענין תשביתו
ברוך השם עס האט געשאפען אנ'עונג יום טוב
ונזכה כולנו במהרה לגאולה השלימה בב"א
עד כאן הקפה מן החודש אשר ישועות בו מקיפות
מיטוואך אפריל 18, 2012 6:59 am
געוואלדיג!
מיטוואך אפריל 18, 2012 9:42 am
דער רבי מעג גיבען א מראה מקום אויף די כוונות פון והנחילנו
דער פינעווער איז שון היינט פיל מער ווערטער ווי א סאך אשכולות
מיטוואך אפריל 18, 2012 9:47 am
היי יאהר איז ביי אונז געווען א שווערער יחץ
ביידע זענען געווען אייניג
מהאט אפי געניצט א וואג
(מדידה לצורך מצוה) און סאיז געווען אייניג
מהאט זיך פארלאזט אויפן ענין פון פרעגען א תינוק
און אזוי האט מען געטוען
מיטוואך אפריל 18, 2012 9:49 am
מיטוואך אפריל 18, 2012 9:49 am
געוואלדיג!!! אן אמת'ן גוטן "שוטנשטיין" אויף "א טאטע ביים סדר" פון ר' שאץ מאץ!!!!
מיטוואך אפריל 18, 2012 9:50 am
הרבטייטעלבוים האט געשריבן:היי יאהר איז ביי אונז געווען א שווערער יחץ
ביידע זענען געווען אייניג
מהאט אפי געניצט א וואג
(מדידה לצורך מצוה) און סאיז געווען אייניג
מהאט זיך פארלאזט אויפן ענין פון פרעגען א תינוק
און אזוי האט מען געטוען
נו מעשה רב!
טאקע ריכטיג געטוהן...
מיטוואך אפריל 18, 2012 9:54 am
שכח אויף די מראה מקום
אהבה אדם מוריש לבניו
געזעהן אמאל ושמרו בני ישראל "את" השבת
דאן איז לעשות את השבת לדורותם
מיטוואך אפריל 18, 2012 10:01 am
וואס מיינסטו מיט "את" השבת
את כמו עם
דאס האט דער רבי אויך אזוי געטייטשט אין דער פינעווער אשכול
viewtopic.php?p=554252#p554252
מיטוואך אפריל 18, 2012 10:03 am
את לרבות תוספות שבת
דמי שעושה באהבה מוסיף על מה שהוא מחיוב לעשות
נזכרתי שכ"כ בבנין דוד
מיטוואך אפריל 18, 2012 10:04 am
אההה
שיין שיין
כפטיש יפוצץ סלע
מיטוואך אפריל 18, 2012 10:09 am
חסל סידור פסח זאגט מען אדער מיט א ניגון
דער רבי האט געזאגט תורנ אויף משכו ידיכם מעבודה זרה
עס האט געזאלט שטיין משכו לבכם אדער מוחכם מעבו"ז
נאר כחי ועוצם ידי איז די ארגסטע עבו"ז
געוואאאאאאאאלדיג