גריסן און שמועסן
מאנטאג אפריל 02, 2012 10:24 am
פריי מיר זיך מיט פונדערווייטענס (פון דא איז עס פונדערנאנט)
Advertisement
מאנטאג אפריל 02, 2012 10:49 am
פסח איז דאך באקאנט פון די ספה"ק איז פה-סח איז דער רבי שליט"א אודאי שטארק עוסק אין די טעג מנקה צו זיין די כלי הפה פאר די באי חצירו ס'זאל זיין ראוי לכבוד היום הגדול.
דינסטאג אפריל 03, 2012 9:02 am
מיין איידעם האט געבעטען דער סטאקפארטער זיידע שליט"א זאגען תורה ביי די סעודה
דאס איז איינגעפאלען דעם רבי'ן היינט אין דער פריה
מען זאגט ואומר לך בדמייך חיי ואומר לך בדמייך חיי
ווייסט מען דאך דער חז"ל אז דאס גייט אויף דם פסח ודם מילה
שטעלט זיך די שאלה בדמייך חיי?
די הלכה איז אז החובל בחבירו איז דאך א נטילת נשמה?
צווייטענס דער רבש"ע האט געדארפט האבען זכותים פאר כלל ישראל
האט ער אויסגעקלויבט די צוויי מצוות
וואס איז אזוי ספעציעל אין די מצוות
נאר קען זיין על פי דער רעדזינער רבי זצ"ל בתוספת נופך
ער האט זיך געשטעלט אויף די משנה אז מען לערנט אזא קל וחומר
מה דאך מילה שהוא באבר אחד דוחה שבת
פיקו"נ שהוא כל הגוף על אחת כו"כ
איז דאך שווער מאכען א ברית אראפנעמען די ערלה וואס האט דאס מיט הצלת נפשות
אז מען זאל פון דעם לערנען א ק"ו צו פיקוח נפש?
נאר מוז זיין אז א קיום מצוה אין אנ'אבר אפילו עס זעהט אויס ווי א חבורה
איז דאס מכח די רוחניות פון די מצוה גאר א נתינת נשמה וחיות צו דעם אבר
והוא מש"כ בדמייך חיי
אדרבה דארך הטפת דם ברית איז דא א נתינת נשמה און נישט א נטילת נשמה
ובאמת אויף די צוויי מצוות פון ברית מילה און שחיטת בהמות איז דא אין אלע דורות געווען שווערע טענות פון די אומות
ומבית ומחוץ וויאזוי טוט מען אזאלכע שרעקליכע זאכען
נאר מיר ווייסען אז אדרבה די בהמות זענען ששים ושמחים לעשות רצון קונם
און דאס גיט א חיות אין די בריאה
נאר וואס עס נעמט כוחות צו זיך האלטען פעסט אקעגען די גאס
וועגען דעם קען זיין האט דער באשעפער אונז געגעבען די צוויי מצוות דייקא צו זעהן אויב מען קען זיך שטארקען אקעגען פרעמדע מיינונגען
וממילא וויבאלד מען האט טאקע מקיים געווען ביידע זענען מיר ארויסגענומען געווארען ממצרים
דינסטאג אפריל 03, 2012 9:14 am
א שיין ווארט
דינסטאג אפריל 03, 2012 9:22 am
בבקשת האדמור מווילקאמיר האט מען ארויף געלייגט א בילד פונעם ברית,
דא זעהט מען דער סטאקפארטער זיידע ביי עמידה לברכה.
- עטעטשמענטס
-

דינסטאג אפריל 03, 2012 9:32 am
אהההההההה
די באקאנטע הדרת פנים פונעם רבי'ן שליט"א
לעצט פאראכטן דורך
מכטי1 אום דינסטאג אפריל 03, 2012 12:19 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
דינסטאג אפריל 03, 2012 9:52 am
גילוי בתפארתו!!!! הערליך!
דינסטאג אפריל 03, 2012 9:56 am
פשיהה! ממש גילוי אליהו.. אפפס! איך מיין מש"פ.
דער אייבישטער זאל העלפן אז איר מיט אייער בני בית זאלן זעהן אסאך אידיש נחת פון דעים אייניקעל און פון אלע קינדער אין אייניקלעך געזונטערהייט עמו"ש. אמן.
דינסטאג אפריל 03, 2012 10:10 am
וואס גילוי ווען גילוי, אז די וועסט דיך אריבערכאפן קיין מנשסתר (נו עברית!) און אים פערזענליך באזוכן וועט דאס זיין גילוי,
עניהאו, מזל טוב דער אייבישטער זאל דיר בענטשן מיט אלע ברכות וואס מ'האט דיר היינט געווינטשן, און דיינע ברכות זאלן מקיום ווערן ביי אונז אלע, אמן
איין קוועסשאן, מעג איך ניצן ס'בילד פאר מיין אוועטער?
דינסטאג אפריל 03, 2012 10:49 am
פארוואס נישט?
עס וועט זיין פאר מיר א גרויס כבוד....
דינסטאג אפריל 03, 2012 10:56 am
מזל טוב להאדמו"ר כשם שנכנס לברית כן תכנס לתורה ולחופה ולמעשים טובים.
(די אייניקל האט שוין א ניק?)
דינסטאג אפריל 03, 2012 10:58 am
עוד חזון למועד...
דינסטאג אפריל 03, 2012 11:09 am
מזל טוב להאדמו"ר כשם שנכנס לברית כן תכנס לתורה ולחופה ולמעשים טובים.)
דינסטאג אפריל 03, 2012 11:14 am
בלי מילים!
גאר אן אנדער בילד ווי וואס איך האב מיר גע'דמיונ'ט.
אזעלכע תורות וואלט איך צוזאמגעשטעלט מיט א זקן אהרן שיורד על פי מדותיו [און א ווייסע בעקיטשע... אבער דאס טראגט טאקע דער רבי טעגליך ביי דער ארבעט כידוע...].
אלנפאלס, א מזל טוב צום גרויסן שמחה אין די משפחה, זאל דער רך הנימול גיין אין די וועגן פון די גרויסע זיידעס להגדיל תורה ולהאדירה.
דינסטאג אפריל 03, 2012 11:55 am
leiby האט געשריבן:מזל טוב להאדמו"ר כשם שנכנס לברית כן תכנס לתורה ולחופה ולמעשים טובים.)
דינסטאג אפריל 03, 2012 11:59 am
קרעמער האט געשריבן:אזעלכע תורות וואלט איך צוזאמגעשטעלט מיט א זקן אהרן שיורד על פי מדותיו [און א ווייסע בעקיטשע... אבער דאס טראגט טאקע דער רבי טעגליך ביי דער ארבעט כידוע...].
האסטו אן עקזעמפל וואס די רבי האט געזאגט, ער דארף ערליכע בעלי בתים..
דינסטאג אפריל 03, 2012 12:01 pm
מזל טוב ש"ב המושלם בכל המעלות, בכל המעלות שמנו חכמים, הג"ר מנחם שלום שליט"א, מיר ווינטשען כשם שנכנס לברית כן תכנס לתורה ולחופה ולמעשים טובים. דער אייבערשטער זאל אייך מיט אייער בני בית געבען א סאך אידיש נחת פון דעם אייניקעל און פון אלע אייערע קינדער אין אייניקלעך עד סוף כל הדורות, לתפארת משפחתינו, אמן.
זייער א שיין ווארט געזאגט.
דינסטאג אפריל 03, 2012 12:20 pm
ספוזמן ביסט א קוזין פין רבי'ן שליט"א? (אפשר די האטסט יא מורא פון גילוי??)
דינסטאג אפריל 03, 2012 12:24 pm
צוויי מאל א קאזין, און אויסטערליש proud פון אזא קאזין.
כ'זיך נישט קיין גלוי ווי איך האב שוין מערערע מאל געשריבען, אבער קען זיך אויך נישט בינדען מיט קייטען און גארנישט שרייבען. איך לאז עס צום באשעפער.
דינסטאג אפריל 03, 2012 2:08 pm
הרב מנחם שלום שליט"א, מעג מען שוין שרייבן די לעצטע נאמען אייערע?
די ערשטע נאמען, שטאט פון אייער וואוינונג/ארבעט, אפילו א בילד אלעס ווייסט שוין יעדער, נאר די לעצטע נאמען האט איר נאכנישט ארויסגעגעבען. אפשר איז שוין צייט פאר דעים אויך?
דינסטאג אפריל 03, 2012 4:00 pm
פארדינט האט געשריבן:הרב מנחם שלום שליט"א, מעג מען שוין שרייבן די לעצטע נאמען אייערע?
די ערשטע נאמען, שטאט פון אייער וואוינונג/ארבעט, אפילו א בילד אלעס ווייסט שוין יעדער, נאר די לעצטע נאמען האט איר נאכנישט ארויסגעגעבען. אפשר איז שוין צייט פאר דעים אויך?
וואס הייסט שטייט דאך קלאר "פ"!
דינסטאג אפריל 03, 2012 4:02 pm
ואידך פירוש"א זיל גמור
דינסטאג אפריל 03, 2012 4:03 pm
קרעמער האט געשריבן:ואידך פירוש"א זיל גמור
דינסטאג אפריל 03, 2012 4:07 pm
לאו בפירוש איתמר אלא מכללא איתמר.
דינסטאג אפריל 03, 2012 4:42 pm
קרעמער האט געשריבן:ואידך פירוש"א זיל גמור
איך האב נישט געוואוסט אז מ'ספעלט עס אזוי... ( אפשר איז די 'א' פאר אדמו"ר...)