Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

מאנטאג מרץ 19, 2012 12:31 pm

קרעמער האט געשריבן:
msp האט געשריבן:דער רבי שליט"א האט א מנהג צוגרייטען עטליכע יו"ט דרשות ווייל בדרך כלל פרעגט מען דער רבי צו רעדען אין כמה בתי מדרשים דמתא איבער די ימים טובים

וזאת למודעי אז די חסידים פון ארצות הברית זענען נישט מוותר, לכתחילה ווילן זיי א הוק-אפ, בדיעבד איז גוט א תמצית'דיגע אויסצוג פון די דרשה.


גם אני מצטרף לדברי ידידינו. מיר ווארטען בכליות עינים.

Advertisement

זונטאג מרץ 25, 2012 9:31 am

ווי אזוי איז אריבער אינעם רבין'ס הויף שבת החודש ור"ח?

מאנטאג מרץ 26, 2012 5:17 am

פון מערכת בית צדיקים ד'ווילקאמיר מאכט מען באקאנט אז מען גרייט צו א קול קורא צו כלל ישראל המחמירים בכל מיני חומרות בפסח
אז ליהוי ידוע אז עס איז בעסער צו באנייען די פאלשע ציינער, קרוינען, בריקען און בלאמבעס לרגל חג הפסח ווי צו כשר'ן זיי
ממילא זענען מיר מודיע לציבור החרדים לדבר השם אז כ"ק מרן הגאבד"ק ד'עדזשלי והגלילות שליט"א וועט זיין עוועילעבעל צו באנייען אלערליי עניני שיניים כשר לפסח למהדרין מן המהדרין תחת השגחת הבד"ץ דק"ק עדזשלי והגלילות
פאר כולל יונגעלייט און בנש"ק וכלי קודש וועט זיין א רעדוקציע
הכ"ד החותמים בכל הכבוד
יום ב' לסדר אסר בשביל שתתעשר
חותם הבד"ץ

מאנטאג מרץ 26, 2012 8:23 am

דער רבי is in for businesss...

מאנטאג מרץ 26, 2012 8:35 am

שטארקי
נישט ביזינעס
נאר מזכה זיין מענטשען מיט חומרות....

מאנטאג מרץ 26, 2012 6:34 pm

דער רבי זז"ג זיכט נאר מזכה צו זיין אידען

דינסטאג מרץ 27, 2012 5:39 am

רבינו שליט"א האט אויפגענומען א משלחת פון די חסידים וואס האבען געבעהטען ביים רבי'ן אהנצונעמען דעם כתר "דער סטאקפארטער זיידע"
און בלית ברירה האט דער רבי שליט"א מקבל געווען
ער איז דאך סוכ"ס טאקע א זיידע

דינסטאג מרץ 27, 2012 8:29 am

מז"ט לכבוד רבינו שליט"א

דינסטאג מרץ 27, 2012 10:15 am

כ"ק מרן איז יעצט געווארען א זיידע????????

דינסטאג מרץ 27, 2012 12:02 pm

מזל טוב פאר ידי"נ וש"ב פאר דעם אלעמען באליבטען איש האשכולות רבינו מנחם שלום שליט"א פאר ווערען א זיידע און א מזלדיגער שעה. א גוטע התחלה. יה"ר אז זאלסט זעהן א סאך נחת ביי דער אייניקעל און ביי אלע אייניקלעך הבאים. א גרויסע שמחה און די משפחה.

דינסטאג מרץ 27, 2012 1:40 pm

מזל טוב!!!
ס'ערשטע אייניקל?

דינסטאג מרץ 27, 2012 1:41 pm

msp האט געשריבן:פון מערכת בית צדיקים ד'ווילקאמיר מאכט מען באקאנט אז מען גרייט צו א קול קורא צו כלל ישראל המחמירים בכל מיני חומרות בפסח
אז ליהוי ידוע אז עס איז בעסער צו באנייען די פאלשע ציינער, קרוינען, בריקען און בלאמבעס לרגל חג הפסח ווי צו כשר'ן זיי
ממילא זענען מיר מודיע לציבור החרדים לדבר השם אז כ"ק מרן הגאבד"ק ד'עדזשלי והגלילות שליט"א וועט זיין עוועילעבעל צו באנייען אלערליי עניני שיניים כשר לפסח למהדרין מן המהדרין תחת השגחת הבד"ץ דק"ק עדזשלי והגלילות
פאר כולל יונגעלייט און בנש"ק וכלי קודש וועט זיין א רעדוקציע
הכ"ד החותמים בכל הכבוד
יום ב' לסדר אסר בשביל שתתעשר
חותם הבד"ץ

קיינמאל געהערט אז מען קען טוישן די בלאמבעס אויף פסח. איז עס דען נישט ווי מען רופט דאס פערמענאנט?

די פרשת השבוע באקומט אן עקסטערן ;l;p-

דינסטאג מרץ 27, 2012 3:23 pm

ברכת מזל טוב מעומקא דלבא

לרבינו מעדזשלי ווילקאמיר סטאקפורט שליט"א

להולדת הנכד אצל חתנו שלום

תזכו להכניסו בבריתו של אאע"ה

ולגדלו לתורה לחופה ולמעשים טובים

מתוך בריאות השלימות אושר ושמחה

ועונים אחריו כל העם אמן
לעצט פאראכטן דורך מאנ-יימער אום דינסטאג מרץ 27, 2012 3:34 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

דינסטאג מרץ 27, 2012 3:33 pm

זאג עס כאטשיק גוט נאך אז נישט וועסטו זיך צוברעכען די ציין און דארפען גיין צו אדמו"ר שליט"א פאר תיקונים, עס איז סטאקפורט נישט סטראפקוב.

דינסטאג מרץ 27, 2012 3:35 pm

יוסף שרייבער האט געשריבן:זאג עס כאטשיק גוט נאך אז נישט וועסטו זיך צוברעכען די ציין און דארפען גיין צו אדמו"ר שליט"א פאר תיקונים, עס איז סטאקפורט נישט סטראפקוב.

ש'כח

שוין פאראכטן

דינסטאג מרץ 27, 2012 3:38 pm

מזל טוב! מזל טוב!

מיטוואך מרץ 28, 2012 10:29 am

פון איין זיידע'ן (וואס איז עומד ומצפה פאר נייעם טיטעל "עלטער שווער") צו א פרישען זיידע
יה"ר זאלסט לכה"פ אזויפיל נחת ווי איך פון מיינע תכשיטים
מתוך רב כל


|{}+ |{}+ |{}+ |{}+ |{}+ עד בלי די

מיטוואך מרץ 28, 2012 10:54 am

איך דאנק פאר אלע ברכות פון ידידיי היקרים
יהא רעוא שנתבשר בשורות טובות ישועות ונחמות

מוסיף א ברכה

מיטוואך מרץ 28, 2012 11:20 am

איך בין דיר מוסיף א ברכה וואס מיינס א זיידע האט ג'שריבען פאר זיך ביי א הולדת הבן

כולם זרע אמת נטעי נאמנים, עוסקים בתורה ובמצות לשמה מתוך הרחבה , ירבו חכמה ירבו שיבה בנחת ושובה, עד זקנה ושיבה

דאנערשטאג מרץ 29, 2012 7:13 am

לבקשת רבים האט מערכת בית צדיקים ד'ווילקאמיר געעפענט אנ'אשכול ווי מען וועט אי"ה פארשרייבען די דרשה אויף פסח תשע"ב
viewtopic.php?f=4&t=16987

שבת מרץ 31, 2012 11:00 pm

ווי אזוי איז אריבער דער שלו' זכור אין ווילקאמירער הויף?

זונטאג אפריל 01, 2012 6:39 am

לויט ווי איך הער איז געווען דארט הונדערטע...................ארבעס און באבעס....

מאנטאג אפריל 02, 2012 4:39 am

ברוך השם
געווען א שיינער מעמד
אסאך מענטשען זענען לכבוד דער סטאקפארטער זיידע שליט"א אריבער געגאנגען דעם תחום פון פרעסטוויטש ביז סאלפארד
געראדע א מנשסתר חבר פון פה אייוועלט איז געקומען
ממילא איז געווען גילוי מילתא בעלמא....

מאנטאג אפריל 02, 2012 8:59 am

זאל דער אייניקל דיר ברענגען נאר נחת און כבוד של תורה א גאנץ לעבן

מאנטאג אפריל 02, 2012 9:30 am

אמן כי"ר
שרייב א תגובה

Advertisement