Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

מיטוואך פבואר 15, 2012 2:33 pm

איך רעד טאקע פון די אפענע...

Advertisement

מיטוואך פבואר 15, 2012 6:11 pm

msp האט געשריבן:אין חסידות ווילקאמיר טוט מען זיך שוין אהנגרייטען אויף די קומענדיגע חג הפורים
וואס ווי באקאנט איז דאס איינע פון די געהויבענסטע מאמענטען ביי רבוה"ק לבית ווילקאמיר
עס איז צום האפען אז אלעס זאך אדארך בשלום בלי פגע


דערעוילם ווארט שוין צו זעהן די באשרייבונג [בלשון ווילקאמיר: הקפה] נאך פורים ווי אזוי ס'איז אריבער, אבער דער אמת כ'מיין אז מ'קען אפשר האבען א באשרייבונג ווי אזוי ס'וועט אדורך גיין, אדער ווי אזוי ס'געווען פאריאר, אדער אולי פון פאר א יאר אינישט שייך וויל ס'נאך געווען לפני קבלת הנשיאות,

נישט פארגעסען צו שרייבען א מודעה מיט די זמנים ווען ס'קבלת קהל משתה היין לברך ולהתברך וכו'

מאנטאג פבואר 27, 2012 12:07 pm

שישו ושמחו
קהילת ווילקאמיר-עדזשלי גרייט זיך מיט פרייד צום מעמד התמנות רבינו לשר חמשת אלפים, די מעמד וועט פארקומען אין גרויסארטיגן קרעטשמע מ'בעט די עולם זאל אויספאלגן די עסקנים, פרטים יבואו
נ.ב. אויפ'ן פארלאנג פון די עלטערן וועט זיין א ספעציעלע פלאץ פאר די בחורים, מען בעט זיי זאלן זיך נישט ארומדרייען ביים פינעף ווערטער אפטיילונג

מאנטאג פבואר 27, 2012 12:51 pm

נו...וואס שטייסטו דא??????? :evil: מ'בעט פין אלע בחורים צו גיין אויף זייערע באשטימיטע ערטער יעצט שוין!!!!!! די סדרנים פין צפון זייט זאלען מוחל זיין אהער קומען אויבן אהן!!!!! נו..די ווילסט פעטש?????? די בעטסט דיך ממש.....אראפ פין סטעידש יעצט!!! שוין.....(ווי איז חילי פויזן ווען מ'דארף איהם???)

מאנטאג פבואר 27, 2012 12:56 pm

מכטי1 האט געשריבן:נו...וואס שטייסטו דא??????? :evil: מ'בעט פין אלע בחורים צו גיין אויף זייערע באשטימיטע ערטער יעצט שוין!!!!!! די סדרנים פין צפון זייט זאלען מוחל זיין אהער קומען אויבן אהן!!!!! נו..די ווילסט פעטש?????? די בעטסט דיך ממש.....אראפ פין סטעידש יעצט!!! שוין.....(ווי איז חילי פויזן ווען מ'דארף איהם???)

האסט שוין פראבירט איין מאל מיט שיינעם אז דו ביסט שוין אזוי אויפגעברויזט.

שוין איך זעה קענסטיך טאקע נישט א נייצע געבן מיט דעם טאטערל שריי אריין אין דיין וואקי טאקי פאר בעקאפ :roll: :roll:

מאנטאג פבואר 27, 2012 3:55 pm

שפאנונג! שפאנונג! אלע חסידים שטייען מיט די הענטעלעך גרייט צו באגריסן דעם רבי'ן שליט"א ווי נאר ער באווייזט זיך בתוכינו נאך דעם גוט פארדינטן שינת לילה

מאנטאג פבואר 27, 2012 3:59 pm

דער רבי האט זיך שוין נישט באוויזן דא באלד 2 וואכן, זעהט אויס אז מ'גרייט זיך שוין ערנסט אויפן גרויסן טאג
ביזדערווייל לאזט ער די חסידים אלעס צוגרייטן

מאנטאג פבואר 27, 2012 4:26 pm

יוראפ האט געשריבן:דער רבי האט זיך שוין נישט באוויזן דא באלד 2 וואכן, זעהט אויס אז מ'גרייט זיך שוין ערנסט אויפן גרויסן טאג
ביזדערווייל לאזט ער די חסידים אלעס צוגרייטן

ס'באקאנט פאר'ן עולם אז דער רבי געפינט זיך כמעט נישט דא בביתו,
ער איז כסדר פארנומען ארומצוגיין צווישן די דערפער משמיע זיין דבר השם, שטעלט זיך אפ אין ביהמ"ד איבערצוגעבן זיינע טיפזיניגע דברי תורה פארפלאכטן מיט הערליכע דברי מוסר, אין פאליש אריינציווארפן זיינע ידיעות אין אידישע היסטאריע, ער פארגעסט נישט זיך אפצושטעלן אין קרעטשמע צו כאפן א שמועס מיט די פשוטי העם און זיי אריינגעבן חיזוק, צומאל זעצט ער זיך אריין אינעם אפיס פון'ולאחיו ארגאנאזאציע' און ענטפערט די פארצווייפעלטע רופן וואס קומען אריין, אוודאי פארגעסט ער נישט פון זיינע תלמידים אין ישיבת חמש תבות און ער קומט כסדר אריבער מאכן זיכער אז די סדר היום גייט אן,
און אזוי איז דער רבי כסדר פארנומען לצורך הכלל ממילא בלייבט כמעט נישט קיין צייט פאר זיך אליין

מאנטאג פבואר 27, 2012 4:37 pm

קרעמער האט געשריבן:שפאנונג! שפאנונג! אלע חסידים שטייען מיט די הענטעלעך גרייט צו באגריסן דעם רבי'ן שליט"א

|{}+
ובכן צדיקים יראו וישמחו....

מאנטאג פבואר 27, 2012 4:38 pm

מאן יימר; אוואו איז די פארענטשן ?

מאנטאג פבואר 27, 2012 4:52 pm

מ'קען נאכנישט אריין אין זאל, מ'האלט נאך אינמיטן צוגרייטן

מאנטאג פבואר 27, 2012 4:58 pm

מאנ-יימער האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:שפאנונג! שפאנונג! אלע חסידים שטייען מיט די הענטעלעך גרייט צו באגריסן דעם רבי'ן שליט"א

|{}+
ובכן צדיקים יראו וישמחו....

וויפיל מאל דארף מען זאגען "נישט שטיפען" :evil:

מאנטאג פבואר 27, 2012 5:01 pm

שמן למאור האט געשריבן:מאן יימר; אוואו איז די פארענטשן ?
עטעטשמענטס
porenches1.jpg
porenches1.jpg (12.43 KiB) געזעהן געווארן 335 מאל

מאנטאג פבואר 27, 2012 6:13 pm

טראנספארט, יישר כח

------

קוקט אויס אוואו די ראבינער שרייבט א לאנגע דרשה, צום גרויסארטיגע מעמד, זאגטס אים עס פעהלט נישט אויס צופיל הכנות, יעדן דורכפאל וועט מען אנלייגן אין חודש אדר, כאילו ס'איז פון פאראויס געווען אזוי אויספלאנירט, ארבעים יום קודם יצירת המעמד.

מאנטאג פבואר 27, 2012 6:57 pm

טראנספארט האט געשריבן:
שמן למאור האט געשריבן:מאן יימר; אוואו איז די פארענטשן ?

האלט מיר א גוט פלאץ

דינסטאג פבואר 28, 2012 1:36 am

דער רבי עט זאגען תורה,פינעף טויזענט מאל, פינעף ווערטער,

דינסטאג פבואר 28, 2012 8:56 am

מורי ורבותי
ביטע אביסעל זיך איינהאלטען
בעזרת השם וועט קומען א געהויבענע באריכט פון די לעכטיגע טעג אין ווילקאמירער הויף

מיטוואך פבואר 29, 2012 10:07 am

msp האט געשריבן:מורי ורבותי
ביטע אביסעל זיך איינהאלטען
בעזרת השם וועט קומען א געהויבענע באריכט פון די לעכטיגע טעג אין ווילקאמירער הויף


ויתאפק המן :P

זונטאג מרץ 18, 2012 10:59 pm

דער רבי האט געהאט ברכה אחריתא דאנערשטאג נאכט, געזאגט תורה שבת שבע ברכות, אזוי איז געוועהן געמאלדען אין פינף ווערטער ועוד.

מאנטאג מרץ 19, 2012 5:14 am

נו?? וויאזוי גרייט זיך דער רבי צום יו"ט?

מאנטאג מרץ 19, 2012 7:44 am

דו זעהסט נישט אלס זיצט ער מיט א גמרא!!!

מאנטאג מרץ 19, 2012 8:28 am

דער רבי שליט"א האט א מנהג צוגרייטען עטליכע יו"ט דרשות ווייל בדרך כלל פרעגט מען דער רבי צו רעדען אין כמה בתי מדרשים דמתא איבער די ימים טובים

מאנטאג מרץ 19, 2012 11:44 am

msp האט געשריבן:דער רבי שליט"א האט א מנהג צוגרייטען עטליכע יו"ט דרשות ווייל בדרך כלל פרעגט מען דער רבי צו רעדען אין כמה בתי מדרשים דמתא איבער די ימים טובים

וזאת למודעי אז די חסידים פון ארצות הברית זענען נישט מוותר, לכתחילה ווילן זיי א הוק-אפ, בדיעבד איז גוט א תמצית'דיגע אויסצוג פון די דרשה.

מאנטאג מרץ 19, 2012 11:54 am

הרב קרעמער שליט"א
עס איז אין פלאן צו שרייבען די ראשי פרקים אי"ה כמיסת הפנאי
בעז"ה האף מיר צו רעדען וועגען מצוות תשביתו

מאנטאג מרץ 19, 2012 11:56 am

כאטש אפילו נישט אלע דרשות אויף איין מאל
צוביסלעך איינס ביי איינס ווערט אויך אקצעפטירט
שרייב א תגובה

Advertisement