גריסן און שמועסן
מאנטאג ינואר 30, 2012 8:02 am
די פענע איז צו ארים צו באשרייבען די הערליכע נסיעה פון כ"ק מרן הגאב"ד ד'עדזשלי והגלילות וכעת אדמו"ר מווילקאמיר שליט"א פון מנשסתר קיין לאנדאן....
בעצם האט זיך די פייערליכע שטימונג זיך שוין אהנגעזעהן ביי די מאסען חסידים ווען דער רבי שליט"א האט באשלאסען שבת פ' וארא צו פיהרען א שבת התאחדות בתוככי פרעסטוויטש הבירה
גרויסע פלאקאטען זענען געהאנגען געווארען (נישט עי 4 נאר עי 3) מיט בכבוד'דיגע ברוכים הבאים'ס בריך מתייך לשלם'ס צהלי ורוני יושבת פרעסטוויטש וכולי
די ביתו נאוה קודש פון רבי'ן איז געווען שיין באצירט מיט לעמפעלעך כמנהג הגרויסע רבי'ס מיט א עלעקטרישע טאוועל זה השער להשם צדיקים יבאו בו
די עלעקטריציטעט איז געווארען נתנדב געווארען דארך ידידינו הניק הנכבד הרב חשמל שליט"א תשואות חן חן לו
ווען דער רבי איז אהנגעקומען אהיים נאך דער צאתכם לשלום טיש אין עדזשלי והגלילות און ער האט ברוב ענותנותו באטראכט די לעמפעלעך מיט דעם טאוועל האט ער האט אזא הרחבת הדעת מען האט ממש געזעהן א התפשטות הגשמיות פושט צורה ולובש צורה
נאך די תשעה קבין כמנהג אבותיו הקדושים און אהנטוהן די שבת דיגע בגדים איז דער רבי געגאנגען מקבל שבת זיין אין בית המדרש דמשק אליעזר
יעדער איינער וואס האט געגעבען שלום פאר'ן רבי'ן האט דער רבי צוריק געגעבען שלום און א גוטען שבת בפנים שוחקות
לדאבוננו וויבאלד אין רבי'ןס הויז איז אין עס-צימער נישט געווען קיין פלאץ פאר פארענטשעס האט דער ריזיגע עולם נישט געקענט מיטהאלטען די הייליגע געשמאקע טישען פון רבי'ן
אבער למרות ענותנותו פון רבי'ן האט ער מוותר געווען און געגעסען ש"ס מיט דעם עולם אין דמשק אליעזר
די אטמאספערע איז געווען אינטערעסאנט
אזא בחינה פון וגילו ברעדה
די שמחה אז דער צדיק האט באוויליגט זיך אונטערנעמען די כתר האדמו"רות און פיהרען ש"ס מיט דעם עולם ברוב עם הדרת מלך איז דאך געווען אין לשער
אבער מאידך גיסא די שובבי"ם האט געברענגט א סעריעזע געפיהל אז מען מוז אויסנוצען די געלעגענהייט תשובה צו טוהן
געראדע האט דער רבי שליט"א נישט געזאגט תורה אזוי ווי מנהג אבותיו
דער רבי'ןס טאטע זאגט אויך נישט ש"ס תורה
אבער דער רב פון ביהמ"ד האט געזאגט און דער עולם האט געשלינגען מיט דורשט די פערלווערטער...
עכ"פ בקיצור דאנערשטיג אין דער פרי פארטאגס איז דער רבי שליט"א געגאנגען אין בית מדרש אריין געלערנט פארטאגס און געדאווענט
און שפעטער איז דער רבי ארויסגעפאהרען קיין לאנדאן
די חסידים האבען אלע געהאט גרויסע ווייסע טישטעכער זיך צו ווישען די טרערען פון די אויגען
יא יא יציאת צדיק עושה רושם און זיי האבען געשעפשעט א תחינה צום באשעפער
זאל דער רבי בעת שמחתו מעורר זיין א שפע פאר כלל ישראל
אזוי פאהרענדיג אויף די עם 6 און די עם 1 איז דער רבי געווען אין א שמחת'דיגע געמיט און עס האבען געשפילט פארשידענארטיגע ניגונים פון א מאשינ'קע
ווען דער רבי שליט"א איז אהנגעקומען קיין לאנדאן איז ער ראשית כל גלייך געגאנגען שלום געבען זיין שווער זז"ג און פון דארט געפאהרען צו די אכסניא
די אכסניא איז געווען מוראדיג בכבודדיג
די שלאפצימער האט געהאט אנ'אנ סוויט תשעה קבין
די חסידים האבען פשוט געשטוינט פון די התבטלות וואס דער בעל אכסניא האט געוויזען צום רבי'ן
ביים חופה האט זיך באוויזען צווישען די חשוב'ע געסט דער רבי, ראדומישלא-קאשוי-גאלדערס גרין- לאנדאנער רבי, ועוד
און געראדע נאך א גרויסע מופת פון רבי'ן האט זיך ענטפלעקט ביי די מעמד החופה
אזוי ווי מיר האבען ערוועהנט האט דער רבי נישט געוואלט קיין כבוד נאר אויך נישט קיין בזיונות
דאס איז ממש אויסגעפיהרט געווארען הפלא ופלא'דיג
ביים חופה האט דער רבי נישט באקומען קיין איין כיבוד נישט
ממש גארנישט מיט גארנישט
נאר ביי די סעודה האט דער רבי באקומען ברכה אחריתא
יא יא אשרי הדור שהרבי בתוכו...
ביי די סעודה זענען געווען עטליכע דרשות
דער רבי האט מוותר געווען און געלאזט ר' אלחנן שליט"א רעדען
דער חתן מיט דער רבי האבען געטאנצט אין מיטען...
שפעטער צו דער מצוה טאנץ האט זיך געטוהן אויף טיש און בענק
טראץ די שפעטע שעה האט זיך דער עולם נישט געוואלט מוותר אויף דער רבי'ןס ערשטע מצוה טאנץ מאז הוכתר באדמו"רות
די התרגשות ווען דער בדחן האט אויפגערופען דעם רבי'ן און דערמאנט די ווילקאמיר'ער מעלות איז געווען ממש צו טאפען
אזוי ווי וימש חושך
ווען דער רבי האט גענומען דעם ספעציעלע דיקע גארטעל אין דער האנט און געטאנצט די הייליגע ריקודים איז ממש געווען וינועו אמות הסיפים
דער גאנצער עולם איז אריין אין אנ'עקסטאז ממש נישט צו באשרייבען אשרי עין ראתה...
פרייטיג אין דער פריה האט דער רבי געדאווענט אין בית שמואל
נאר וויבאלד דער רבי האט געזעהן אז אין בית שמואל איז געווען דער טשערנאבילער רבי און דער קרעטשניף קרית גאסער רבי
האט ער באשלאסען נישט צו דאווענען שבת דארט
ער האט נישט געוואלט ממעט זיין פון דעם כבוד פון אנדערע רבי'ס
אזא געוואלדיגע עניוות
פרייטיג צונאכט איז דער רבי געדאווענט אין ישיבת עץ חיים
און דער פרייטיק צו נאכט טיש איז געווען אין א שאטער בחצרות בית הנגיד המפואר הרב ר' מענדיל בודעשעווסקי שליט"א
עס איז געווען אזא גרויסע מארקי אז עס האט נישטנ אויסגעפעהלט קיין פארענטשעס יעדער האט געקענט זיצען
ביי טאג האט דער רבי געדאווענט אין צאנזער שטיבעל ד'גאלדערס גרין
דער רבי האט באקומען הגבה און די מיטטאג סעודה איז ווייטער געפראוועט געווארען אין דער ריזיגע שאטער שנתבאר לעיל
צווישען די געסט האט זיך אהנגעזעהן דעם רבין'ס שווער חותן המלך; הרב פאנעטה שליט"א פון לעיקוואוד א בא"ב פון די דעעשער אדמו"רים
אזוי האט זיך פארצויגען דער שבת און דער עולם האט זיך דערקוויקט
זונטיג אינדערפריה איז דער רבי זיך צוריק געקעהרט לביתו נאוה קודש וואו א ווארימער שלום עליכם האט איהם אויף גענומען
עד כאן הקפה אלף
Advertisement
מאנטאג ינואר 30, 2012 8:10 am
זמני אדר ממשמשין ובאין
מאנטאג ינואר 30, 2012 11:01 am
ווואווו איך בין פול מיט צ'ילס די התרגשות ס'נעמט מיך אדורעך אלע ביינער אזא עניוות?!
מנחם שלום געוואלדיג אראפגעלייגט!!!!
מ'ווארט אויף הקפה ב'.
מאנטאג ינואר 30, 2012 11:21 am
איין מעלה וואס דער רבי שליט"א האט נישט אויסגערעכנט מחמת ענוות קדשו, איז זיין שרייבערישע טאלאנט.
יהא בואך לברכה!
מאנטאג ינואר 30, 2012 12:04 pm
אה הא, ביטע רוף מיר צו די זעקסטע הקפה, דאס טאר איך נישט פארפאסן!
מורא'דיג
מאנטאג ינואר 30, 2012 1:28 pm
ווען דער רבי שליט"א זאל האבן נאך אזעלכע חסידים ווי מיר
וואלט דער רבי.................
מאנטאג ינואר 30, 2012 1:39 pm
און איך האב געמיינט אז יעך בין זיין ערשטער חסיד.
מאנטאג ינואר 30, 2012 1:53 pm
מש"פ דער ווילקומירער איז טאקע א גרויסע רבי, והא ראי' אז ספוסמאן איז געקומען לחזות בנועם ה' ובהיכלו...
מאנטאג ינואר 30, 2012 1:53 pm
SPUSMN האט געשריבן:און איך האב געמיינט אז יעך בין זיין ערשטער חסיד.
די ערשטע קאן זיין, אבער נישט די איינציגסטע
מאנטאג ינואר 30, 2012 3:44 pm
די ריכטיגע חסידים קענען מעיד זיין און איך מיין אז די רבי אליינס אויך אז איך בין ד ערשטע חסיד...........
מאנטאג ינואר 30, 2012 4:14 pm
נאך אזא באריכט וואט זיכער זיין נעתר לבקשתינו אז די רבי זאל אפטער מאכן אזעלכע נסיעות
מיר האפן אז קומענדיגע מאל וועט מען צושטעלן א פליגער פאר די אויסלענדישע געסט
דינסטאג ינואר 31, 2012 6:24 pm
א שאד דער רבי שליט"א איז אנטקעגען בילדער וכל חניכא דאית ליה, מ'וואלט אזוי געקענט הנאה האבען, די וואס האבען די זוכה געוועהן צו אט די היסטארישע מאמענטון.
מיטוואך פבואר 01, 2012 5:29 am
ישלהוסיף האט געשריבן:א שאד דער רבי שליט"א איז אנטקעגען בילדער וכל חניכא דאית ליה, מ'וואלט אזוי געקענט הנאה האבען, די וואס האבען די זוכה געוועהן צו אט די היסטארישע מאמענטון.
אמת לאמיתו
דער רבי שליט"א וועט מען קיינמאהל נישט זעהן אין כל העולם כולו אדער המודיע וכדומה
און דאס אלץ מרוב ענותנותו
אויך ווייל ער וויל נישט משנה זיין כקוצו של יוד מדרכי אבותיו
און זיין טאטע אדער זיין זיידע איז קיינמאהל נישט געווען אין כל העולם כולו וכו'....
מיטוואך פבואר 01, 2012 8:24 am
יחי אדונינו מלך ה׳משפ׳יע לעולם כבוד.
מיטוואך פבואר 01, 2012 9:33 am
שרייטס אלע יחיייייייייייייייייייי יחייייייייייייייייייייי יחיייייייייייייייייייייייי
מיטוואך פבואר 01, 2012 9:47 am
יום ג' פרשת בשלח אין ווילקאמירער הויף
די ביהמ"ד בית מנחם שלום ד'עדזשלי והגלילות, דארט ווי דער ווילקאמירער רבי שליט"א פלעגט אהנפיהרען זיין רבנות ברמה שוין עטליכע יאהרען, האט געווירבעלט מיט מענטשען וואס זענען געקומען אויף דעם געבענטשטען טאג זוכען א ישועה ביים רבי'ן.
אין דערפריה איז דער רבי שליט"א פארטאגס אויפגעשטאנען און געשפרייזט אויף די פרעסטוויטשער גאסען כדרכו בקודש אין ביהמ"ד דמשק אליעזר צו לערנען און דאווענען תרח'ס מנין.
דער היתר צו דאווענען אזוי פריה איז פשוט וויבאלד אז רבים צריכים לו און די וועג פון פרעסטוויטש קיין עדזשלי איז גאנץ לאנג מיט דעם פיאקער
וויבאלד אלעקסעי דארף פון צייט צו צייט געבען טרינקען און עסען צום פערד
זמני קבלת קהל ביים רבי'ן איז פון 9 ביז 1 נאכמיטאג און פון 2 ביז 5.30
אינטערעסאנט איז אז די גבאים די רעסעפשען דבאי און די קוויטעלשרייבער זענען נשים
אפשר וועגען די הדרת נשים סומאטאכע....
עכ"פ געווען א לאנגע רייע מיט מבקשים דער מיט אזא פראבלעם און אנ'אנדערע מיט אזא ווייטאג
דער רבי שליט"א נעמט אלץ אהן פערזעהנליך ממש ער איז זיך מחלה על חבירו
די רעסעפשען גבאיטע רופט דארך דעם אינטערקאם אז א חסיד איז אהנגעקומען
און די קוויטעלשרייבערקע נעמט אויף דעם חסיד און פארשרייבט די בקשות
דער חסיד וויינט זיך אויס דאס הארץ פון די שמערצען וכדומה
דער רבי שליט"א ווערט אינגאנצען איבערגענומען פון סימפאטיע צום חסיד
אבער ברוך השם דער רבי שליט"א איז געבענטשט מיט גאר א חשובע ענין וואס ער האט מקבל געווען מרבותיו
איר ווייסט דאך אלע אז עס זענען דא קאבאליסטען וואס זענען באהאווענט מיט חכמת הפנים אדער חכמת היד וכדומה
אבער אונזער רבי שליט"א האט באמת מקבל געווען מרבותיו חכמת הפה והשיניים
דאס איז דער אמת'ער אמת!!!
גארנישט קיין וויצען....
דער רבי דארף נאר אריינקוקען אין איינעמס מויל מיט ספעציעלע כלים מכלים שונים און ער כאפט גלייך דעם פראבלעם
דער רבי דעמאלס פילט אהן די חסידים מיט השפעות טובות: אמאהל גאלד, אמאהל זילבער וכו'
עס איז א נחת צו זעהן ווי די חסידים גיין ארויס מיט א לעכטיגען פנים פון דאנקבארקייט צום רבי'ן און צו די גבאים
און כידוע ונתנו ליינט זיך ישר והפוך און זיי פילען אויך די קעשענע פון רבי'ן מיט שיינע פדיונות...
מיטטאג צייט עסט דער רבי שליט"א אין בית המדרש כדרכו און דאווענט מנחה פאר דעם עמוד
נאכמיטאג איז אודך די רייע פון חסידים וואס קלאמערען זיך צו כאפען א בליק אויפ'ן רבי'נס געזיכט איז נאך אלץ לאנג
און די גבאים ארבעטען שטארק אז מען זאל זיך האלטען אין די ראהמען
עס זאל חלילה נישט געשעהן קיין אקסידענטען...
עכ"פ אזוי ציהט זיך דער טאג ביז די צייט איז געקומען צו פארמאכען דאס ביהמ"ד און דער רבי שליט"א נאך א לאנגע טאג פון עבודה פארט צוריק לביתו נאוה קודש...
עד כאן הקפה ב'
מיטוואך פבואר 01, 2012 10:20 am
ווווואוווו, הקפה ב' פאקט איין דעם א' אינעם לינקע פאה, געוואלדיג!!!! גענוג מיט די קליינע תגובות (5 ווערטער) מיר ווילען ריזיגע ארטיקלן
מיטוואך פבואר 01, 2012 11:55 am
דער אדמו"ר פארמאגט נאך א באהאלטענע טאלאנט וואס איז נארוואס ארויסגעקומען, די הומאר זיינע איז געוואלדיג, שפתיים ישק!
מיטוואך פבואר 01, 2012 12:06 pm
דאס גרינע איז שוין אביסל געל געווארן דא האסטו פאר ס'ווערט ברוין
- עטעטשמענטס
-

- 215.png (20.56 KiB) געזעהן געווארן 1591 מאל
מיטוואך פבואר 01, 2012 12:58 pm
כי הרבת תגובות עלי.........מה אשיב לך..........
מיטוואך פבואר 01, 2012 3:48 pm
מורא'דיג? געוואלדיג? מעכטי-געוואלדיג?
ניין ס'איז נאך אלץ ווייניג געזאגט,
מעכטי-מורא'דיג געוואלדיג.
כמעט גוט געזאגט,
אפשר וועט מיר איינער העלפן מגיב זיין דא, איך בין ארויס פון התפעלות, אבער איך קען נישט טרעפן די ריכטיגע ווערטער דאס ארויס צו ברענגען.
דער עיקר ברענג נאך הקפות, און ביי אונז מאכט מען כ"ח הקפות וכל המוסיף מוסיפין לו.
מיטוואך פבואר 01, 2012 5:07 pm
msp האט געשריבן:...וויל נישט משנה זיין כקוצו של יוד מדרכי אבותיו
מדרכי אבותיו האט דער רבי געזאגט? טובא גניז בגוה.
מיטוואך פבואר 01, 2012 5:22 pm
די נשים גבאים וכו', איז מטעם ווייל דער הייליגע דברי חיים זי"ע האט געזאגט אז צאן ווייטאג איז א סגולה פאר התמדה, ווייל די איינציגע וועג פטור צו ווערען (בימים ההם) איז זיך אריינלייגן אין לערנען, און קיין סכנה איז עס נישט
ממילא נשים שפטורים מלימוד התורה האבן א געפיל צו צאהן ווייטאג
דאנערשטאג פבואר 02, 2012 1:58 pm
געפונען א ספר וואס דער ווילקאמירער מגיד האט פארפאסט
http://hebrewbooks.org/22318
דאנערשטאג פבואר 02, 2012 4:50 pm
דער ווילקאמירער מגיד האט דאכט זיך מיר געלעבט 110 יאר. ער האט זעהט אויס געקענט דער רבי'ס זיידע.