בלאט 210 פון 213

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 27, 2015 12:48 pm
דורך יואל שווארטץ
אויך זייער ביליג...

קרישקעלע פישקעלע

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 27, 2015 9:18 pm
דורך שמאטע
א קרישקעלע על דרך 'מילתא דבדיחותא'...

די גמרא דף ה: זאגט וואס איז די פשט אין די נאמען "כרובים" פאר די פרצופים אויפ'ן כפורת שעל ארון העדות. זאגט די גמרא:
"אמר ר' אבהו כרביא, שכן בבבל קורין לינוקא 'רביא'"

להבדיל אלף אלפי הבדלות!!
ליכא מילי דלא רמיזא באוריתא... א בפירוש'ע גמרא אז דער 2016 פרעזידענט קאנדידאט 'מארקא רוביאו' איז א קינד און וואלט לכאורה נישט געטארט זיין א פירער פון א לאנד... (ופוק חזי מאי עמא דבר, ותמצא נכון...)

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 29, 2015 10:39 am
דורך יאנקעלע קליגער
אז אמאל פאר די איי די עפאכע אויפן טעלעפאן און מ'האט נישט געזען ווער ס'רופט,
ווען מ'האט אויפגעהויבען האט מען געזאגט העלא, ווער רופט, וכו'
היינט נאך פאר מ'אריענטירט זיך אז יענער האט אויפגעהויבן, האלט שוין יענער לאנג אינמיטען רעדן,
#מאכט נערוועז

פארעפענטליכט: שבת מאי 30, 2015 11:41 pm
דורך מיסטעריעז
למעשה האט קרעטשמער געווינען דעם פארמעסט... אויך מיר א קונץ...

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 31, 2015 12:08 am
דורך בעמבא
אין פאליטישע וועלט ווען ס'וואלט פארגעקומען אזא זאך וואלט שוין לאנג געווען פארטעסטען אין די גאסן.

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 31, 2015 1:53 pm
דורך קיקיון
איך וועל יעצט מקיים זיין מצוה לשמוע דברי חכמים
א' הותיקים מאחורי הפרגוד האט געשריבן: דאס עצם ארומקריכן איבער די ברייטע נעץ אין פארגעסן פונעם ולא תתורו קריכענדיג אין סייטס וואס רירן אן עניני אמונה איז פסול בתכלית און ברויך אראפגעריסן ווערן אין פאבליק מיט די הארבסטע לשונות.

אזוי ווי ברוב דברים לא יחדל פשע וועט מען זיך מיזען מסתפק זיין ברמיזא

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 31, 2015 2:31 pm
דורך יאנקעלע קליגער
אזא שטארקע מיסקאלקיולעטינג......
viewtopic.php?p=823218#p823218
viewtopic.php?p=1061717#p1061717

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 31, 2015 8:24 pm
דורך יצחק דע באנקיר
קיקיון האט געשריבן:איך וועל יעצט מקיים זיין מצוה לשמוע דברי חכמים
א' הותיקים מאחורי הפרגוד האט געשריבן: דאס עצם ארומקריכן איבער די ברייטע נעץ אין פארגעסן פונעם ולא תתורו קריכענדיג אין סייטס וואס רירן אן עניני אמונה איז פסול בתכלית און ברויך אראפגעריסן ווערן אין פאבליק מיט די הארבסטע לשונות.

אזוי ווי ברוב דברים לא יחדל פשע וועט מען זיך מיזען מסתפק זיין ברמיזא

וואס הייסט? כ'כאפ נישט די רמז

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 01, 2015 10:49 am
דורך סמארט גאי
יצחק דע באנקיר האט געשריבן:
קיקיון האט געשריבן:איך וועל יעצט מקיים זיין מצוה לשמוע דברי חכמים
א' הותיקים מאחורי הפרגוד האט געשריבן: דאס עצם ארומקריכן איבער די ברייטע נעץ אין פארגעסן פונעם ולא תתורו קריכענדיג אין סייטס וואס רירן אן עניני אמונה איז פסול בתכלית און ברויך אראפגעריסן ווערן אין פאבליק מיט די הארבסטע לשונות.

אזוי ווי ברוב דברים לא יחדל פשע וועט מען זיך מיזען מסתפק זיין ברמיזא

וואס הייסט? כ'כאפ נישט די רמז

איך אויך נישט,
אויך פארשטיי איך נישט די קשר מיט די "ותיקות" פונעם ניק מאחורי הפרגוד, אז סזאל אינטערסאנט זיין עס צו דערמאנען,
סאיז דברים פשוטים וברורים לכל

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 01, 2015 10:58 am
דורך קיקיון
סמארט גאי האט געשריבן: אויך פארשטיי איך נישט די קשר מיט די "ותיקות" פונעם ניק מאחורי הפרגוד, אז סזאל אינטערסאנט זיין עס צו דערמאנען,
סאיז דברים פשוטים וברורים לכל


ליידער ליידער נישט ביי יעדען

זעה וואס איך האב געשריבען דא

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 02, 2015 1:31 pm
דורך יאנקעלע קליגער
איך מיין אז די וואך קען ווערן אנגערופען "די חתונה וואך"!,

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 02, 2015 3:17 pm
דורך סמארט גאי
אז דער (ניק ) נגיד, גראבט אין קעלער און טרעפט גאלד

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 02, 2015 6:04 pm
דורך נגיד
סמארט גאי האט געשריבן:אז דער (ניק ) נגיד, גראבט אין קעלער און טרעפט גאלד

טענק יו...

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 05, 2015 11:43 am
דורך מיסטעריעז
איך וויל עס נישט לייגן דארט וואו עס קומט, לייג איך עס דא

געלעגער האט געשריבן:לאמיר רעדן פון איינער וואס האט צוויי ניקס דא ביי אונז. איך פערזענליך האלט אז ס'איז נישט קיין שום פראבלעם צו פארמאגן מער פון איין ניק,
ס'איז קיין פראבלעם אויב איינער שפירט אז א געוויסע ענין וויל ער נישט שרייבן מיט זיין געהעריגע ניק און ער עפענט א צווייטע ניק פארדעם. אבער דא קומט א ריזיגע אבער..... דער יעניגער זאל וויסן אז ס'איז דא א גרויסע שאנס אז מ'זאל דערגיין אז ער איז דער וואס שטייט אונטער די צווייטע ניק, צו איז דאס אלס די לשון וואס ער ניצט אדער די ספעלינג מיסטעקס וואס ער מאכט מיט ביידע ניקס אייניג וכו' וכו' און ווען מען דערגייט ווער דער איז אך און וויי פאר אים, די בושה איז גרויס. אויב האט ער געניצט איין ניק פראפעסאנאל, אבער די צווייטע ניק האט ער געניצט ווי א לונעטיק און משוגע געמאכט דעם עולם, אך און וויי איז פאר אים, די וואס ווייסן זיין צוויי ניקס וועלן קיינמאל נישט קוקן אויף אים ער פארלירט זיין טראסט און זיין נאמען פאר אייביג!!

אלזא נאכאמאל, קיינעם גייט נישט אן ווען איינער איז דא מיט צוויי ניקס אבער זאל יענער וויסן אז ריסק איז גרויס און אויב וועט מען אים פאקן און ער האט געניצט איין ניק צו נערווירן דעם ציבור וועט די בושות זיין ציפעדיג. און ער זאל קיין טענות נישט האבן צו קיינעם. (אז איך רעד שוין דערפון קען איך נישט דורך גיין אן דערמאנען יענטאש'ס אויסדרוק אויף דעם. " קענסט אנטון וועלכע מאסק דו ווילסט, אבער דיין מויל גרויך בלייבט די זעלבע")

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 09, 2015 10:02 pm
דורך אשמרה לפי מחסום
אז מען דארף עפעס טוהון אז דער עולם זאל אויפהערען צו שיסען לינקס אן זאגען וואס מען זעהט דארטען
כאטש שרייבען עפעס א שטיקעל דעסקריפשען

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 10, 2015 2:05 am
דורך אפטימיסט
אשמרה לפי מחסום האט געשריבן:אז מען דארף עפעס טוהון אז דער עולם זאל אויפהערען צו שיסען לינקס אן זאגען וואס מען זעהט דארטען
כאטש שרייבען עפעס א שטיקעל דעסקריפשען

גא"מ

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 11, 2015 11:45 am
דורך SPUSMN
אז איך בענק זיך נאך ראטה קלאוטינג.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 11, 2015 12:07 pm
דורך סמארט גאי
SPUSMN האט געשריבן:אז איך בענק זיך נאך ראטה קלאוטינג.

מיינסט נאר זיי האבן געהאט אלטע סוטס ?...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 11, 2015 12:11 pm
דורך SPUSMN
איך וואלט באצאלט דאפעלט פאר זייערע אלטע סוטס ווי פאר די היינטיגע נייע.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 11, 2015 12:13 pm
דורך SPUSMN
ביי דע וועי, דיר קומט א מזל טוב? מזל טוב!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 11, 2015 12:20 pm
דורך קרעפטיג
SPUSMN האט געשריבן:איך וואלט באצאלט דאפעלט פאר זייערע אלטע סוטס ווי פאר די היינטיגע נייע.

אוי ווי גוט דו זאגסט, די ראטה קלאודינג סוטס האט זיך געהאלטן ביז מ'איז עס אויסגעוואקסן, די היינטיגע נאך עטליכע וואכן ציען זיך שוין פעדימער פון אלע זייטן.

נו היינו טעמא ד'קארס, וואש מאשינען, דרייערס, ריפרידזשדערס וכולי וכולי, אלעס שמאטעס...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 11, 2015 12:26 pm
דורך SPUSMN
איי איי איי, ביזט נישט גענוג אלט צו געדענקען. דיא ראטה סוט הויזען זענען געווען געמאכט פאר באטשיס (וואס טראגען ברייטע לאנגע הויזען טראגעס), און מען האט נישט געקארגט קיין סחורה. די היינטיג זענען געפאסט (מען האט די סחורה אריין געלייגט אין א תענית), און עס פארקריפעלט די קערפער אויב מען גיבט זיך איין נישט קיין גוטע בייג. אפילו צוויקעלעך (ווי דער פאסיג האלט זיך) קארגט מען.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 11, 2015 12:49 pm
דורך farshlufen
SPUSMN האט געשריבן:אז איך בענק זיך נאך ראטה קלאוטינג.

גם אני בחלומי, כ'בין מוחל די פענסי סטאר, בעסער געווען די אמאליגע חן.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 11, 2015 1:31 pm
דורך SPUSMN
אז מען רעדט שוין פון מיסטער ראטה, פלעגט ער זאגען אז ער מאכט רבי'ס - פאר טויזענט דאלער טוהט ער דיר אן ווי א רבי.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 11, 2015 4:03 pm
דורך לכתחילה אריבער
SPUSMN האט געשריבן:איך וואלט באצאלט דאפעלט פאר זייערע אלטע סוטס ווי פאר די היינטיגע נייע.

דו רעדסט פון ראטה, פראנקפוטער איז געווען א סוט!! די איינציגסטע צוויי סיבות פארוואס מען האט ושין נישט געקענט אנטאן א פראנקפוטער סוט איז געווען אדער ווייל מען האט צוגענומען וואג... אדער ווייל די בעל הבית פונעם סוט איז געגאנגען אין אייביגען וועג!!

אדערווייז איז עס געווען גוט אויף ביז משיח.