בלאט 206 פון 213
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 02, 2015 7:32 am
דורך שמאטע
טייבעלע האט געשריבן:שמאטע האט געשריבן:טייבעלע האט געשריבן:געלויבט דער בורא יתברך שמו ויתעלה וואס האט אונז געשאנקן לכבוד יום טוב.
וויאזוי שענקט מען די זאכן?
נישט פארשטאנען, אנא בבקשה ממך הסבר שאלתך.
די אויסדריק "געשאנקן" מיינט געווענליך 'ערהאלטן א מתנה'. האבן מיר געוואלט וויסען וויאזוי (פון וועמען) מען ערהאלט אזאנע מתנות...
אויב ברויך מען האבן קאנעקשאנס מיט די הויכע פענסטער, נו, אפשר לוינט זיך צי אנקניפען באציאונגען...
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 02, 2015 7:44 am
דורך קיקיון
שמאטע האט געשריבן:אויב ברויך מען האבן קאנעקשאנס מיט די הויכע פענסטער, נו, אפשר לוינט זיך צי אנקניפען באציאונגען...
בענין די קאנעקשאנס האסט צוגעטראפען צו א ריכטיגען GUIDE
טייבעלע האט א חוש צו די זאכען
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 02, 2015 7:51 am
דורך טייבעלע
קיקיון האט געשריבן:טייבעלע פאר 2 יאר האט געשריבן:דער שערער (בארבער בלע"ז) איז געקומען היינט צו אונז אין די פירמע, און ב"ה שוין זיך פארשוירען.
די פירמע האלט נאך אן די הנהגה?
ב"ה, דער איז געקומען די וואך מאנטאג.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 02, 2015 7:57 am
דורך פליגל
טייבעלע;
הערליך שיין, נוץ עס געזונטערהייט.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 02, 2015 8:36 am
דורך טייבעלע
שמאטע האט געשריבן:טייבעלע האט געשריבן:שמאטע האט געשריבן:טייבעלע האט געשריבן:געלויבט דער בורא יתברך שמו ויתעלה וואס האט אונז געשאנקן לכבוד יום טוב.
וויאזוי שענקט מען די זאכן?
נישט פארשטאנען, אנא בבקשה ממך הסבר שאלתך.
די אויסדריק "געשאנקן" מיינט געווענליך 'ערהאלטן א מתנה'. האבן מיר געוואלט וויסען וויאזוי (פון וועמען) מען ערהאלט אזאנע מתנות...
אויב ברויך מען האבן קאנעקשאנס מיט די הויכע פענסטער, נו, אפשר לוינט זיך צי אנקניפען באציאונגען...
וואהר און ריכטיג זענען דיינע רייד, מתנה איז טייטש 'געשאנק', און טאקע דאס האבן מיר געמיינט זיך אויסדרוקן.
וואס מיר האבן אויף דיזע וועלט איז דאך אלס א מתנת חינם פונעם בורא כל עולמים, על הטובות לא עבדתיך, מען בעט דאך כסדר תמיד דער בוית"ש זאל גיבן פרנסה וכלכלה מאוצר מתנת חינם, עס איז א מתנה פון בוכ"ע, נאר דער מענטש איז באשאפן געווארן מיט א כח השכחה און עס ווערט פארגעסן רח"ל פונעם מענטשן, אויף טריט און שריט דארף מען בעטן דעם בוכ"ע גיב מיר פרנסה, אפילו מען זעט דער טיש איז גרייט מיט כל טוב וטוב דארף מען זיך שטעלן בעטן רבוש"ע גיב מיר מזונות, גיב מיר צו עסן, וויפיל מענטשן זיצן לעבן א ברייט גדעקטן טיש און קענען נישט הנאה האבן פון דאס צוגעגרייטע, טאקע אמאל קוקט דאס אויסעט מען האט געטראפן אן אלטן ידיד מען האט זיך פארשמועסט און די סעודה איז פאראיבער, און געבליבן הינגעריג, אדער ה"י האט מען ציין ווייטאג מען קען נישט קייען רח"ל וכו' וכו'.
אט זעט מען קלאר אויף יעדער צעד ושעל, אפי' ווען מען גייט עפעס איינקויפן מען האט די געלט אין טאש דארף מען בעטן דעם בוכ"ע גיב מיר, מען שטייט אין גשעפט שוין ביים צאלן דארף מען בעטן רבוש"ע גיב מיר, יעדער פראדוקט וואס מען קייקעלט אריין אינעם וועגעלע דארף מען בעטן רבוש"ע גיב מיר, אזוי איז מיט אנדערע באוועגונגען, פאר מען גייט ארויס פון שטוב בעט רבוש"ע איך וויל היצטער גיין דארט יה"ר מלפניך זאלסט מיר גיבן כח אפהיטן אויף אלע וועגן, זאלסט מיר גיבן הילף מיט הצלחה, אלעס יעדער ריר איז א מתנת חינם.
און טאקע דאס בינדט דעם מעם מענטשן צום בוכ"ע, מען גדענקט אלעס איז פון אים א מתנה, נאר פון אים, טייטשט דער הייליגער רבי רבי אלימלך פון ליזענסק, ביבשה בתוך הים, אפילו וועןם מען גייט אויף דער טריקעניש דארף מען גדענקן עס איז דאס אייניגע ווי עס איז בתוך הים, מען האט אמאל גפרעגט דעם הייליגן חזון איש וויאזוי דארף מען מקבל זיין און צוגיין מיט יענע מחלה רח"ל, האט ער גענטפערט דאס זעלביגע ווי ביי א פארקילעכטס, אלעס דאס אייניגע ביי דעם בוכ"ע, דאס דארף מען איבער גיין במחשבה דיבור ומעשה תמיד, לא ינוח ולא ישקוט מזה יומם ולילה לא ישבותו, און דאס וועט אריינגיין אינען לב בשר, האמנתי כי אדבר, נאר אמונה אין בוכ"ע.
דאס איז דער הייליגער יום טוב פסח, כמובא בתדב"א ובשכר האמונה שהאמינו ישראל בהקב"ה כשהיו במצרים נגאלו ממצרים ונקרע להם את הים, ובמדרש איתא ובזכות האמנה שהאמינו זכו לומר שירה ושרתה עליהם שכינה, אלעס גייט ארום דער אמונה פשוטה בתמימות הדעת, ובשלמות המחשבה והמעשה, וואס מער מען גייט דאס איבער אלס מער ווערט דאס איינגעזאפט אינעם זעהל, דאס איז דאך דער מצוה פון ליל פסח רעדן פון די נסים ונפלאות און איינבאקן די אמונה, און בכח ובזכות האמונה וועלן מיר אויסגעלייזט ווערן פון דער גלות, ברוך אשר בחר בנו להיות לו לעם נבחר, ד' האמרת וד' האמירך, ונזכה בהתגלות אורו ית"ש בגילוי של ממש ויתרומם השכינה וקרן ישראל בביאת גואל צדק בעידן דידן במהרה. אמן.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 02, 2015 8:47 am
דורך טייבעלע
פליגל האט געשריבן:טייבעלע;
הערליך שיין, נוץ עס געזונטערהייט.
אמן, א דאנק.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 02, 2015 8:53 am
דורך שמאטע
אה! שיינע דיבורים רב יונה'לע!
איך האב פארשטאנען מתגיבתך (הראשונה) אז לכאורה דאס איז אייער כוונה. כ'האב נאר געוואלט זיין זיכער דערין.
ב"ה כ'האב זיך נישט גע'נאר'ט...
זאלט איר עס ניצן געזונטערהייט, און מאכן א נחת רוח פארן אייבערשטען דורכ'ן הנאה האבן פון זיין מתנה פאר דיר.
(משל לאב הנותן מתנה לבנו, האב שמח מעוד כשרואה שמחת הבן וצהלתו על פניו ושש ומתפאר עם המתנה שנתן לו "מיין טאטע וואס האט מיך ליעב"!!!)
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 02, 2015 9:08 am
דורך טייבעלע
אמן!
"מיין טאטע וואס האט מיך ליעב"!!!
דאס פלייצט ארויס פון יעדען אידענס הארץ, מעומק תחת עד עומק רום, אט די דאזיגע ווערטער פארפלייצט אלעס.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 02, 2015 9:13 am
דורך א גראם מיט טעם
טייבעלע, די כלי כסף זענען ראוי לעלות על שולחן (בני) מלכים!
און איינוועגס האבען מיר פארדינט א שמאלציגען אפיקומן, א ריין שטיקל אמונה, ש'כח.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 02, 2015 10:00 am
דורך טייבעלע
א דאנק.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 02, 2015 11:24 am
דורך מאנ-יימער
א יופי פון א שטיק זילבער, סיי די פלאש און סיי די בעכער, זאל זיין יתברך ויתעלה על כו"ס יין מלא.
יישר כח שמאטע פארן פרעגן דיין פראגע אזוי האמער באקומען די טייערע ווערטער פון הרב טייבעלע.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 02, 2015 11:26 am
דורך געלעגער
א הערליכע שטיקל. כ'גליכן דיין טעיסט
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 02, 2015 11:36 am
דורך farshlufen
געלעגער האט געשריבן:הערליכע שטיקלעך. כ'גליכן דיין טעיסט
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 02, 2015 12:25 pm
דורך קיקיון
היינט האב איך געבראכען מיין רעקארד
איך האב ערלעדיגט מיינע TAXES
און דאס ערשטע מאל אין א גוזמא יארען (קען זיין אז ממש דאס ערשאע מאל)
וואס איך האב נישט גענימען אן EXTENSION
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 02, 2015 12:51 pm
דורך שפכי
אלעס מיט'ן טייפרייטער?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 02, 2015 12:53 pm
דורך קיקיון
שלך לחמך האט געשריבן:זאגן פארן בחור אז זיידי קען זיך באליידיגען אויב אונז וועל מער מיט טראגן אונזער מצה, ווייל ער קען נאך מיינען אז אונז האלט מער אז זיין מצה איז נישט גיט, ממילא איז בעסער אונז זאל מיר בכלל נישט מיטנעמען אינזערס און עסן דארט פון זיידיס ( פארשטייט זיך נישט זאגן פארן קינד אז די זיידע האט געבעטען)

- קאוד:
Several points made by Rabbi Moshe Tuvia Lieff, Shlita, which relate to the Seder:
G:
One should be sure to practice savlanus--to be extremely patient, and not be angered--during the course of testy moments at the Seder. Fascinatingly, Rabbi Lieff related that HaRav Shlomo Zalmen Auerbach, Z’tl, used Halperin machine-made Matzas, which he felt were the best choice, while each of his sons and sons in-law, had their own different kind of Matzas next to him at the Seder.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 02, 2015 1:28 pm
דורך טייבעלע
מאנ-יימער האט געשריבן:א יופי פון א שטיק זילבער, סיי די פלאש און סיי די בעכער, זאל זיין יתברך ויתעלה על כו"ס יין מלא.
יישר כח שמאטע פארן פרעגן דיין פראגע אזוי האמער באקומען די טייערע ווערטער פון הרב טייבעלע.
אמן, א דאנק.
אז מען קוועטש די שמאטע קומט ארויס דאס איינגעזאפטע.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 02, 2015 1:31 pm
דורך טייבעלע
געלעגער האט געשריבן:א הערליכע שטיקל. כ'גליכן דיין טעיסט
farshlufen האט געשריבן:געלעגער האט געשריבן:הערליכע שטיקלעך. כ'גליכן דיין טעיסט
א דאנק אייך.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 02, 2015 3:48 pm
דורך טייבעלע
וואס מיר האבן בס"ד געשריבן פאריארן.
אמרות.
נאך.
און דס איבריגע.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 02, 2015 7:17 pm
דורך א גראם מיט טעם
געטון א טובה פאר א איד, אפשר וועט עס אייך אויך צוניץ קומען ביים סדר.
viewtopic.php?f=96&t=26306
פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 03, 2015 1:21 pm
דורך גערעכטער
מ'קען זעהן די אינטערעסע מיט וואס כלל ישראל האט מיטגעהאלטן די אנטוויקלונג מיט די מצב הבריות פון הרב וואזנער זצ''ל, די אשכול פון לקיים בנו חכמי ישראל - הרב וואזנער האט קנעפע צוויי בלעטער מיט תגובות אבער האט איבער פינף אהאלב טויזנט צפיות!
פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 03, 2015 5:18 pm
דורך טייבעלע
אט אט שפרייט זיך אויס קדושת החג, אט אט ווערט די וועלט באלויכטן מיט די ליכט פון די גאולה, כימי צאתנו מארץ מצרים, עס שטורעמט א ליכטיגקייט און א הייליגקייט אין אלע וועלטן, אלע שלעכטס ווערט פארלענדעט, זאל דער בוית"ש אונז גיבן די ריכטיגע דעת והשכל צו מקבל זיין די אורות העליונים, מען זאל זיך קענען ווייקען אין די הייליגקייט, אלעס איז נאר מיט ענוה והכנעה שפלות הרוח, מען זאל צוקומען צו אמונה טהורה בתמימות ובשלמות, ונזכה להמשיך התגלות אורו יתב"ש ויתע' בביאת משיח צדקנו במהרה ברחמים ובחסדים גדולים בעידן דידן. אמן.
א גוט יום טוב.
א פרייליכן כשר'ן לעכטיגן יום טוב.
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 08, 2015 4:27 pm
דורך מיסטעריעז
דאס האב איך געשריבן אלס מיין מיינונג אויף אינוועסטער'ס
הצעה, דערווייל האט מען עס אפגעטיילט און געמאכט דערפון אן עקסטערע אשכול...
(עס איז מיין אייגן שולד, איך וואלט איהם געדארפט צו קוואוטן.)
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 08, 2015 4:39 pm
דורך חייקל
איך בין שוין לאנג נישט דא געווען, אוי ווי סאך האט זיך געטוישט...
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 08, 2015 5:29 pm
דורך קנאפער ידען
חייקל האט געשריבן:איך בין שוין לאנג נישט דא געווען, אוי ווי סאך האט זיך געטוישט...
וועלקאם בעק הרב חייקל. בלייב דא און טויש עס צוריק... (חוץ אויב עס איז בעסער וויאזוי עס איז...).