בלאט 205 פון 213
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 31, 2015 3:34 pm
דורך קיקיון
און אויב טאטי האט געלערנט אין כולל ביי דעם זקן ההוראה וואס האלט פון דעם עירוב
און היינט איז ער מקושר\משועבד צי די וואס לאזען נישט ?
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 31, 2015 3:36 pm
דורך farshlufen
רב קיקיון, מיין לעבן עקספיריענס האט מער געלערנט אז מען מוז קאנען גיין צווישן די טראפן, וכן אני נוהג.
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 31, 2015 3:38 pm
דורך קיקיון
farshlufen האט געשריבן:רב קיקיון, מיין לעבן עקספיריענס האט מער געלערנט אז מען מוז קאנען גיין צווישן די טראפן, וכן אני נוהג.
אבער גרינג איז דאס נישט אזוי ווי א סך זאכען אין חיי יום יום
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 31, 2015 3:42 pm
דורך שלך לחמך
איז דאך ווייטער נישט קיין פראבלעם, ווייל ער קען דאך מסביר זיין אז זיין רבי לאזט נישט, איי מיין ראש הכולל\ראש ישיבה וואס ער איז אזוי מחשיב לאזט יא, ער האלט אז ממעג און אונז פיר מיר זיך ווי אונזער רבי
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 31, 2015 3:45 pm
דורך שלך לחמך
קיקיון האט געשריבן:farshlufen האט געשריבן:רב קיקיון, מיין לעבן עקספיריענס האט מער געלערנט אז מען מוז קאנען גיין צווישן די טראפן, וכן אני נוהג.
אבער גרינג איז דאס נישט אזוי ווי א סך זאכען אין חיי יום יום
גרינג איז עס זעכער נישט.
וואס טיט מען מיט א טאטע וואס בעט אז מזאל נישט מיט ברענגען די מצה ווען מקימט צי עם?
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 31, 2015 3:46 pm
דורך בנימין הלוי
קיקיון האט געשריבן:און אויב טאטי האט געלערנט אין כולל ביי דעם זקן ההוראה וואס האלט פון דעם עירוב
און היינט איז ער מקושר\משועבד צי די וואס לאזען נישט ?
קען ער דאך זאגן דעם אמת, איך בין מחמיר ווייל רב יעקב הכהן האלט מיט די מחמירים און אונז קער מיר זיך מיט רב יעקב הכהן. אבער זיידי טוט ווי דער זקן ההוראה האט געפסקט
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 31, 2015 3:47 pm
דורך בוידעם
שלך לחמך האט געשריבן:קיקיון האט געשריבן:farshlufen האט געשריבן:רב קיקיון, מיין לעבן עקספיריענס האט מער געלערנט אז מען מוז קאנען גיין צווישן די טראפן, וכן אני נוהג.
אבער גרינג איז דאס נישט אזוי ווי א סך זאכען אין חיי יום יום
גרינג איז עס זעכער נישט.
וואס טיט מען מיט א טאטע וואס בעט אז מזאל נישט מיט ברענגען די מצה ווען מקימט צי עם?
איז מען מקיים דעם שלח לחמך....
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 31, 2015 3:48 pm
דורך בנימין הלוי
שלך לחמך האט געשריבן:קיקיון האט געשריבן:farshlufen האט געשריבן:רב קיקיון, מיין לעבן עקספיריענס האט מער געלערנט אז מען מוז קאנען גיין צווישן די טראפן, וכן אני נוהג.
אבער גרינג איז דאס נישט אזוי ווי א סך זאכען אין חיי יום יום
גרינג איז עס זעכער נישט.
וואס טיט מען מיט א טאטע וואס בעט אז מזאל נישט מיט ברענגען די מצה ווען מקימט צי עם?
אוודאי ברענגט מען נישט. האסט טאקע מורא דער פאטער עסט שאלה'דיגע מצה... פליז
בוידעם האקט... פיין
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 31, 2015 3:50 pm
דורך farshlufen
שלך לחמך האט געשריבן:קיקיון האט געשריבן:farshlufen האט געשריבן:רב קיקיון, מיין לעבן עקספיריענס האט מער געלערנט אז מען מוז קאנען גיין צווישן די טראפן, וכן אני נוהג.
אבער גרינג איז דאס נישט אזוי ווי א סך זאכען אין חיי יום יום
גרינג איז עס זעכער נישט.
וואס טיט מען מיט א טאטע וואס בעט אז מזאל נישט מיט ברענגען די מצה ווען מקימט צי עם?
מ'פרעגט דעם רבי'ן אליין.
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 31, 2015 3:52 pm
דורך שלך לחמך
די קשיא איז
וואזוי איז מען מסביר פארן בחור אז ער זאל עסן זיידיס מצה, כאטש זיידי לאזט נישט אריבער זיין טאטעס מצה די שוועל פון טיר?
מען מיינט א הסבר וואס דער בחור זאל באמת פארשטיין, און מען זאל ח"ו נישט ציקימען צי א טראפ זילזול און כיבוד אב
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 31, 2015 4:57 pm
דורך קיקיון
זיך דערמאנט
מו"ח א יליד סאמבאטהעלי האט ג'לערנט אין פאפא (נאך אריינגעכאפט דעם ויגד יעקב)
דעם ערשטען בין הזמנים האט אים דער טאטע (אן אשכנז פון שבע קהילות )
געזעהן טרינקען א קאווע פאר דעם דאווענען
"פאר דעם האב איך דיר ג'שיקט אין א חסידישע ישיבה?"
----
א מעשה וואס איך האב אמאל געהערט וואס האט געקענט פאסירען
א חסיד בן אויבערלענדער איז געקומען צום טאטען אויף פסח
אזוי ווי די מאמע'ס כלים זענען געווען פאר"בראקט" האט ער מיטגעברענגט די אייגענע כלים
מוצאי יו"ט ביים געזעגענען זאגט אים דער טאטע
ב"ה אז איך האב מצליח געווען מיט דיין חינוך
איך האף אז די וועסט אויך אזוי מצליח זיין מיט דיינע קינדער
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 31, 2015 8:01 pm
דורך שלך לחמך
זאגן פארן בחור אז זיידי קען זיך באליידיגען אויב אונז וועל מער מיט טראגן אונזער מצה, ווייל ער קען נאך מיינען אז אונז האלט מער אז זיין מצה איז נישט גיט, ממילא איז בעסער אונז זאל מיר בכלל נישט מיטנעמען אינזערס און עסן דארט פון זיידיס ( פארשטייט זיך נישט זאגן פארן קינד אז די זיידע האט געבעטען)
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 31, 2015 9:30 pm
דורך שמאטע
תגובה נומבער 1000
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 31, 2015 9:34 pm
דורך מזל מידיע
בס"ד
שמאטע האט געשריבן:תגובה נומבער 1000
און נאך אלץ קען ער נישט צו זיך קומען, דער וויצע פרעזידענט ביידעלע.
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 31, 2015 10:05 pm
דורך אויסערן מיניסטער
מזל טוב שמאטע!!!!! א שמחה פאר גאנץ אייוועלט, דיין שמחה איז אונזער שמחה, פשוט מדה כנגד מדה, דו מאכסט אלס פרייליך אונז אלע דא, זענען אונז פרייליך ווען ביי דיר איז פרייליך.
גראדע האבעך יא עטוואס א שטיקעלע טענה, אמער אונזער שמאטע וואס האט אזא טאלאנט אין שרייבן, און שרייבט אלס מיט הומאר צו ארויפברענגען א שמייכעלע אויף די פארטרוקנטע לעפצן פון אידישע קינדערלעך זאל זיך נישט עפארדן עפעס א געהעריגס אויף די ראנג העכערונג צום סאמע שר האלף? נישט שיין אונז אלע צו לאזן מיטן צונג אינדרויסן.... שוין, דער עיקר איז אז דו זאלסט האבן אסאך תענוג ונחת עמו"ש געזונטערהייט!
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 01, 2015 7:03 am
דורך יאפין
שמאטע מזל טוב! כשם שהכנסת אלף שמייכליך לאנ”ש אייוועלט כך תזכה להכניס עד מאה ועשרים אלף ויותר שמייכלעך.
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 01, 2015 4:47 pm
דורך טייבעלע
אי"ה שפעטער אדער מארגן וועלן מיר שטעלן די בילדער כמדי שנה בשנה.
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 01, 2015 4:48 pm
דורך מאנ-יימער
אה מיר ווארטן שוין דערויף, וואס איז פריש היי יאר?
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 01, 2015 4:54 pm
דורך טייבעלע
די בילדער וועלן שוין אלס דערציילן.
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 01, 2015 7:21 pm
דורך טייבעלע
געלויבט דער בורא יתברך שמו ויתעלה וואס האט אונז געשאנקן לכבוד יום טוב.
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 01, 2015 7:36 pm
דורך שמאטע
טייבעלע האט געשריבן:געלויבט דער בורא יתברך שמו ויתעלה וואס האט אונז געשאנקן לכבוד יום טוב.
וויאזוי שענקט מען די זאכן?
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 01, 2015 7:38 pm
דורך לכתחילה אריבער
א חלום שיין!! נוץ עס געזונטערהייט!!
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 02, 2015 7:17 am
דורך טייבעלע
שמאטע האט געשריבן:טייבעלע האט געשריבן:געלויבט דער בורא יתברך שמו ויתעלה וואס האט אונז געשאנקן לכבוד יום טוב.
וויאזוי שענקט מען די זאכן?
נישט פארשטאנען, אנא בבקשה ממך הסבר שאלתך.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 02, 2015 7:18 am
דורך טייבעלע
לכתחילה אריבער האט געשריבן:א חלום שיין!! נוץ עס געזונטערהייט!!
אמן, א דאנק.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 02, 2015 7:29 am
דורך קיקיון
טייבעלע פאר 2 יאר האט געשריבן:דער שערער (בארבער בלע"ז) איז געקומען היינט צו אונז אין די פירמע, און ב"ה שוין זיך פארשוירען.
די פירמע האלט נאך אן די הנהגה?