Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

מיטוואך פבואר 25, 2015 10:46 pm

די אמעריקאנע מידיע איז ביזי מיט אסקאר און אלע שטותים.

זשוליאני מיט די קיסטאון פייפליין איז נישט ווערט צו רעדן פון.

Advertisement

מיטוואך פבואר 25, 2015 10:59 pm

אשמרה לפי מחסום האט געשריבן:אז איינער פין די מנהלים האבען פראטעקציע מיט די סייז פין בילדער
און ער האט ארויף געלייגט א הויכע רעזעלאשען בילד פאר זיין אוועטער דער ערשטע מאל וואס איך האב געלאוד א פעיזש מיט זיין נייער אוועטער איז עס געגאנגען שטייטער

איך מיין נישט אז עס האט מיר פראטעקציע, נאר דער בילד איז נישט ארויפגעלייגט אויפן אייוועלט סערווער, נאר ער האט גענוצט דער לינק צו דרויסענדיגער סייט אפציע און געלייגט א לינק צו זיין דראפבאקס.

מיטוואך פבואר 25, 2015 11:14 pm

קנאפער ידען האט געשריבן:
אשמרה לפי מחסום האט געשריבן:אז איינער פין די מנהלים האבען פראטעקציע מיט די סייז פין בילדער
און ער האט ארויף געלייגט א הויכע רעזעלאשען בילד פאר זיין אוועטער דער ערשטע מאל וואס איך האב געלאוד א פעיזש מיט זיין נייער אוועטער איז עס געגאנגען שטייטער

איך מיין נישט אז עס האט מיר פראטעקציע, נאר דער בילד איז נישט ארויפגעלייגט אויפן אייוועלט סערווער, נאר ער האט גענוצט דער לינק צו דרויסענדיגער סייט אפציע און געלייגט א לינק צו זיין דראפבאקס.

גערעכט יעצט אז דו האסט געזאגט האב איך געקוקט
איך האב עפעס געדענקט אז ער האט שוין ארויף געלייגט זאכען אויף איי וועלט וואס איז גרעסער
קען זיין איך מיש מיט א אנדערע מנהל

מיטוואך פבואר 25, 2015 11:15 pm

אשמרה לפי מחסום האט געשריבן:
קנאפער ידען האט געשריבן:
אשמרה לפי מחסום האט געשריבן:אז איינער פין די מנהלים האבען פראטעקציע מיט די סייז פין בילדער
און ער האט ארויף געלייגט א הויכע רעזעלאשען בילד פאר זיין אוועטער דער ערשטע מאל וואס איך האב געלאוד א פעיזש מיט זיין נייער אוועטער איז עס געגאנגען שטייטער

איך מיין נישט אז עס האט מיר פראטעקציע, נאר דער בילד איז נישט ארויפגעלייגט אויפן אייוועלט סערווער, נאר ער האט גענוצט דער לינק צו דרויסענדיגער סייט אפציע און געלייגט א לינק צו זיין דראפבאקס.

גערעכט יעצט אז דו האסט געזאגט האב איך געקוקט
איך האב עפעס געדענקט אז ער האט שוין ארויף געלייגט זאכען אויף איי וועלט וואס איז גרעסער
קען זיין איך מיש מיט א אנדערע מנהל

יא, די מנהלים קענען. אבער דא איז עס פשוט נישט דער פאל.

פרייטאג פבואר 27, 2015 3:19 pm

מיין אויגן ציפט נאך יעצט פון די פליק וואס איך האב געכאפט היינט צופרי פון איינעמס טלית...

פרייטאג פבואר 27, 2015 3:20 pm

גערעכטער האט געשריבן:מיין אויגן ציפט נאך יעצט פון די פליק וואס איך האב געכאפט היינט צופרי פון איינעמס טלית...

א דאנק פארען זיך מגלה זיין, איך בין עס געוועהן.

גראדע ביזטו נישט געוועהן אזוי גערעכט היינט, היינט האסטו גראדע פיין געלערנט.

פרייטאג פבואר 27, 2015 5:06 pm

מען זאל מקיים זיין די מצוה פון זכירת מעשה עמלק
געדענקן (דערמאנען) וואס עמלק האט געטון צו אונז אשר קרך
מ'זאל אינזין האבן יוצא צו זיין די מצוה פון זכירה

פרייטאג פבואר 27, 2015 5:24 pm

מיט גרויס לויב צום בוכ"ע און מיט גרויס פרייד, קומט אט אט אן שבת זכור, זכור את אשר עשה לך עמלק, שטייט אין ספה"ק עמלק איז בגי' ספק, ער האט אריין גברענגט א קרירות אין אמונה, מען זאל האבן ספיקות, און אמאל איז דאס אזוי שטארק אז מען כאפט זיך נישט אז מען האט בכלל א ספק, עס איז באהאלטן טיף אינעווייניג, און מען קען עס נישט דערשפירן, זכור, מען דארף גדענקן יעדע תנועה קלה זיך גוט דורך טראכטן דאס עס האט נישט אין זיך את אשר עשה לך עמלק, מען דעראויף בעטן יום ולילה רבוש"ע ותטע ותקבע אמונתך בלבי, שתהי' אמונתך נטיעה וקשורה וקבועה בלבי כיתד אשר לא תמוט, און ווי עס שטייט אין ספה"ק אמרי פנחס יעדער טאג דארף מען מתפלל זיין אויף אמונה, ער האט צוגעלייגט אינעם יה"ר וואס שטייט ביי אלוק' נצור לשוני, ותן בלבי אמונה והכנעה וענוה.

אמונה ווערט אנגערופן אין ספה"ק רגלים, תרין סמכי קשוט, אמת ואמונה, שטייט פון הרה"ק ר' פנחס מקוריץ איינער וואס טוט אים וויי די פיס איז א צייכן אויף א ירידה אין אמונה, מען דארף תמיד גדענקן יעדער זאך וואס טוט זיך אפ ארום איז אזוי בהשגחה פרטית, מען ווערט אמאל אריינגעשלעפט אין טרעפיק, מען איז אין אן איילעניש, יא דאס איז דער רצון השם בהשגחה פרטית זאלסט דא היצטער שטעקן בלייבן, משום איזה סיבה שגלוי לפניו ית"ש אז דאס איז דיין גוטס, קענסטו זיך נעמן בעטן רבוש"ע הוציאני ממסגר נפשי, יעדער גדרענג קומט מיט א חשבון, עס איז נישטא וואס זיך צו עגברען, גהערט אמאל פון ד'מוטער זזב"א אז ווען זי איז געוועהן א קליין מיידל האבן אירע עלטרען ע"ה גלערנט אז אפי' א קרעכטץ קען הייסן טענות רח"ל כלפי מעלה, מען דארף מקבל זיין וואס מען גיבט בשתיקה, עס איז טאקע א שווערע בחינה צו ארבעטען, אבער מען דארף אזוינס דערהערן, מען זאל תמיד זיין דבוק בזכרון לזכור השגחתו ית"ש על כל פרט ופרט.

זכור איז עולה כמנין רג"ל, דאס איז אמונה, ויהי אומן את הדסה היא אסתר, דאס איז דער איינציגער הצלה וואס מען האט בעת וזמן ההסתר ויהי אומן את הדסה, אמונה ובטחון, הדסה עולה כמנין ע"ד, בטחו בד' עדי עד, בעטן מיר יעדען טאג, רבוש"ע לערען אונז אויס דיין ריכטיגע אמונה און די ריכטיגע בטחון, המלמד תורה לעמו ישראל, שיין אריין אין אונז דיין אמונה ובטחון, היצטער אין די גרויסע זמנים, און דער שבת קודש וואס איז א יסוד אין אמונה, און אויך איז דאס שבת זכור, האפן מיר צום בוכ"ע און מיר בעטן הראני ד' דרכך ונחני באורח מישור, מיר זאלן דערגרייכן צו אמונה פשוטה וטהורה בתמימות ובשלמות, ובזכות האמונה נגאלו ממצרים, וכימי צאתנו מארץ מצרים וועלן מיר בעזרתו יתברך שמו אויסגעלייזט ווערן פון דער גלות במהרה בעידן דידן, אמן.

דינסטאג מרץ 03, 2015 10:24 pm

הפיל פור הוא הגורל, דער רשע איז געגאנגן בדרכו של בלעם, בלעפ האט אפגעלאזט אומנתו והחליף באומנותם שאין נושעים אלא בפיהם ע"י תפלה ובקשה, ובא הוא ותפש אומנותם לקללם בפיו כפרש"י עה"פ חמשת מלכי מדין ואת בלעם הרגו בחרב, איז דער רשע המן געגאנגן מיט א שטעפל ווייטער, און גענוצט דער נקודה הפנימית, דער יסוד פון כלל ישראל וואס איז אמונה בהשגחה פרטית, וצדיק באמונתו יחי', דאס איז דער ענין פון גור"ל, כמאה"כ בחיק יוטל את הגורל ומד' כל משפטו, און ווי עס ווערט דערמאנט אין ספה"ק א גורל איז למעלה מדרך הטבע, ווייל מען פארלאזט זיך נאר אויף דער משפט ד', אז דער גורל איז געפאלן אין אדר בחודש שמת משה רעיא 'מהימנא', האט ער זיך געפרייט, ער האט דאס געהאט פאר באווייז אז פון אויבן איז מען מסכים צו זיין געדאנק רח"ל, האט ער נאר נישט געוויסט אז משה רע"ה רעיא מהימנא איז אויך געבוירן אין דער חודש, ואיתפשטותא דמשה בכל דר"א, הפוך דר"א ותמצא אד"ר, דער אור פני משה שיינט אריין אין יעדען אי"ד אין אלע קומעדיגע דורות, ער איז רבן של ישראל, און דער אור פון ויאמינו בד' ובמשה עבדו, שיינט און פארלייכט די הערצער און מוחות פון יעדער איינציגער אי"ד, עס איז דא א התחדשותצ פון דער אור בכל יום תמיד, ובפרט בחודש שנולד בו מש"ה, חדשים לבקרים רבה אמונתיך.

עומק רום עומק תחת, דער רשע האט געוואלט ברענגן רח"ל כלי' ממקום ר"ם, בור כרה ויחפרהו ויפול בשחת יפעל, איז געקומען אסתר המלכה און אים צוגעהאלפן טראכטן אז ער האט ערייכט דאס העכסטן שטאפל, זי האט אים גערופן צום סעודה מיט אחשוורוש, ער האט זיך גערימט נאר ער איז גערופן געווארן, פון דער פלאץ וואס ער האט געוואלט ברענגן מחשבתו, פון דארט האט זי אים דערנידערט עד עמקי השאול, והמן נופל, און די שלעכטס וואס דער רשע וכת דילי' האבן געוואלט טון פאר דער אי"ד, איז געקומן האויף זיי, אשר הכין לו, אמונה דער גרייכט דאס העכסטע שטאפל בחי' במופלא ממך, מען אנערקענט דער אמת אז מען ווייסט גארנישט, עד דלא ידע, כמש"א יעקב אע"ה לית אנא מובד סברי מן בריי, מען איז תלוי נאר אין אים, דער מענטש גדענקט בכל עת ובכל רגע אז ער קאן גארנישט, אלעס איז דער בו"ע, ווי עס ווערט גטייטשט אין ספה"ק כי אתה תשלם לאיש 'כמעשהו', מיט א כ"ף הדמיון, ווי ער האט דאס געטון, בעצם איז אלעס פון דער בוית"ש, אין דער מדריגה האט רשע פראבירט צו דערטאפן, און ער האט דאס דערטאפט פאר אונז מיר זאלן האבן דער גרויסר טאג פון פורים, וואס אין דער טאג ווערט נתגלה דער אור שבעת הימים, אור עליון צח ומצוחצח.

אמונה פשוטה איז בבחי' אמרתי אחכמה והיא רחוקה ממנו, ווייל אמונה איז מושרש בפנימיות לב איש הישראלי מצד שורש עצם נשמתו חלק אלוק' ממעל, ווען א אי"ד טוט שרייען מעומק הלב דערגרייכט ער דער מקור המחילה והסליחה, דער מקור יצירת עולמים, מן המצר קראתי קה ענני במרחב קה, און עס שטייט כי בקה ד' צור עולמים, עס ווערט באשאפן נייע וועלטן, מען איז ממשיך גזירות טובות ישועות ונחמות, אסתר מן התורה מנין, ואנכי הסתר אסתיר פני ביום ההוא, ביום ההוא איז אויך א לשון נסתר, דאס איז דער סתר עליון, ישת חושך סתר"ו, דער מקור פון אמונת אומן, יצירת עולמים, דער בחינה קומט און שיינט און לייכט אין יום טוב פורים על שם הפור, און דאס דארף מען ממשיך זיין אויף דער גאנץ קיילעכיגער יאר, און גדענקן בידיעה ברורה וחזקה אז אלעס אלעס וואס ווערט געטון, אפילו דער קלענסטער ריר וואס דער מענטש טוט נאר, אלעס איז דער בוכ"ע, אויף יעדער קליינעקייט זאל מען דענקן צו בעטן לויבן און דאנקן דער בוכ"ע, מען גייט ארויס פון שטוב, רבוש"ע היט אונז אפ און העלף אונז אנקומן אויף אונזער ציל, מען איז אנגעקומען רבוש"ע א דאנק, מען איז מיטן טאטן אויף טריט און שריט, דאן איז דער בוכ"ע ממשיך אלע ישועות ונחמות ווי עס פאסט פאר א בן מלך, אסתר המלכה האט געלאדענט דעם רשע אליין צוזיין מיט דער מלך אחשוורוש, אז ווען עס וועט נמשך ווערן די ישועה זאל דער אי"ד זיצן מיט מלך מלכי המלכים ביים סעודה, עס זאל זיין דער סעודת המלך בהתגלות מלכותו עלינו, מה שאלתך וינתן לך, מרדכי הצדיק באקומט דעם טבעת המלך און אלעם גוטס.

זאל זיין דער רצון השם ית"ש אונז לערנן דער וועג, אתה תלמדנו את הדרך, מיר זאלן וויסן צו אנערקענן דער ריכטיגער אמונה און בטחון צו אים יתברך שמו ויתעלה, עס זאל זיין איינגעווארצלט אין אונז בשכבנו ובקומנו בלכתנו בכל עת ורגע, ובכל תנועה קלה, ותוסף אסתר ותדבר לפני המלך, ותפול לפני רגליו ותבך ותתחנן לו להעביר רעת המן וגו', פורים איז א עת וזמן למחילת עוונות, טאקע דערוועגן וואז דער הארה קומט מגבוה מעל גבוה, ואתך לא יגורך רע, זאל מען בעטן און בעטן אויף דער עבר, און אויף דער עתיד צו זיין בשלמות האמיתית, און אודאי צו בעטן אז מען זאל זיך קענען האלטן תמיד באהבה ואחוה ואחדות, לך כנוס את כל היהודים, זאל מען זיך בסייעתא דשמיא אנשעפען און אנלאדענען מיט די אלע ברכות ישועות ונחמות ברוחניות ובגשמיות, באמונת אומן להמשיך ארו של משיח האספו ואגידה לכם את אשר יקרא אתכם באחרית הימים, צוה אותן על המחלוקת, ואמרו שמע ישראל, אז מען האט אמונה אויף יעדער זאך אז דאס איז השגחה קומט מען נישט צו קיין שום שמץ פסול אויפן צווייטן, זאל מען זוכה זיין בערתו יתברך שמו ממעל צו אמונה פשוטה בתמימות ובשלמות, און ממשיך זיין נסים נגלים ונגלה כבוד ד' וראו כל בשר יחדיו כי פי ד' דבר, און זוכה לאור קץ הימין בביאת גואל צדק במהרה בעידן דידן, אמן.

דינסטאג מרץ 03, 2015 10:35 pm

דא איז זייער שטיל אויף איי וועלט אין די מאומענט

דינסטאג מרץ 03, 2015 10:39 pm

פורים איז די עולם פארנומען

דינסטאג מרץ 03, 2015 10:39 pm

עין טובה האט געשריבן:פורים איז די עולם פארנומען

סע נאך נישט פורים

דינסטאג מרץ 03, 2015 11:22 pm

הערליך שיין טייבעלע. הויעכע ענינים וואס כ'בין נישט געוואוינט צו ליינען אויף א סקרין

מיטוואך מרץ 04, 2015 10:26 am

געלעגער האט געשריבן:הערליך שיין טייבעלע. הויעכע ענינים וואס כ'בין נישט געוואוינט צו ליינען אויף א סקרין

א דאנק.

ריכטיג אז דאס איז העכערע ענינים וכדכתבנו, כי בקה ד' צור עולמים, דער אמונה 'פשוטה' דאס הייסט דער אמונה וואס מען האט מיט א פשטות און תמימות הם גבוה מעל גבוה, מען דארף דאס זען אין יעדער מציאות, מען דארף זיך צוגעוואוינען צו דערהערן און דערזען אמונת השגחתו יתברך שמו אין יעדער תנועה קלה, אזוי לעבט מען נאר מיט דער פשטות פון וואס דערגרייכט דאס העכסטע.

עס איז דא ווארט פון רבנו הרה"ק ר' יוסף חיים זוננפעלד זי"ע אין ספר אבני חן (וויינטרויב), דער נאכט וואס מען האט פארשפארט אגג טען ובקש לפני הקב"ה, רבוש"ע פארוואס האסטו באשאפן דער פאלק עמלק אומזינסט אז דו האסט באפוילן זיי צו פארטיליגן, ובטענה זו ובתפלה ובקשה שערך בזו הלילה, הועילה לו שנפק מזרעו זרע מעליא לומדי תורה בבני ברק, זעט מען תפלתו ובקשתו בטענה אז עס קען נישט זיין א בריאה למגנא, ווייל אלעס האט אן השגחה עליונה א חשבון, מיט דער תפלה האט ער זוכה געווען לזרע מעליא, כש"כ וכש"כ אנו בני אברהם יצחק ויעקב מיט דער כח פון אמונה פשוטה קען מען פועל זיין און ממשיך זיין כל טוב בכל המובנים, בדברים הנגלים והידועים ובדברים המוסתרים שאפילו האדם עצמו אינו מכיר בהם, וואס איז בסתר המדרגה זאגט דער בוכ"ע הראיני את מראיך השמיעני את קולך לאז זיך נאר הערן, כי קולך ערב ומראך נאוה, עס מיר א פארגעניגן דיין גבעט, ובפרט ביום הקדוש פון פורים, דורך אמונה איז מען ממשיך התגלות פני עליון, פני ילכו והנחותי לך, כשיש דין למטה מען פארלאזט זיך אויף דעם סתר עליון באמונה פשוטה, אין דין למעלה דאן איז דא נישט דא קיין הסתרת פני עליון, עס איז י"א דא א התגלות רצון עליון עלינו ועל כל ישראל, אמן.

מיטוואך מרץ 04, 2015 10:30 am

טייבעלע, כ'ברויך א רואיגע מינוט דאס צו לעזן.

מיטוואך מרץ 04, 2015 11:08 am

טייבעלע, יעדעס ווארט צום באלעקען. ש'כח.

מיטוואך מרץ 04, 2015 11:31 am

טיייבעלע האמער עס ארפגעקאפיעט און ארויסגעפרינט. נאכנישט געליינט. ייש"כ.

מיטוואך מרץ 04, 2015 1:33 pm

ווען איך ברענג נישט ארויף אן אשכול לכבוד פורים, מיינט דאס נישט אז איך האב עס נישט געזען - נאך אלעם בין איך דאך מומחה עצום - און אז איך לאז עס אין קעלער מיינט עס אז ס'איז נישט ווערד ארויפצוברענגען.

נוצט דעם קעפעלע

מיטוואך מרץ 04, 2015 3:30 pm

איך נעם שוין אן מזל טוב וואונטשן לכבוד מיין התמנות אלס שר האלף

מיטוואך מרץ 04, 2015 3:35 pm

עין טובה האט געשריבן:איך נעם שוין אן מזל טוב וואונטשן לכבוד מיין התמנות אלס שר האלף

מזל טוב צו דיין טויזענט'סטע תגובה

מיטוואך מרץ 04, 2015 3:49 pm

ס'גרינגער צו ליינען מגילת אסתר מיט א ליידיגע מאגן ווי מגילת איכה מיט א פילע מאגן

פרייטאג מרץ 06, 2015 12:29 am

כרם האט געשריבן:ס'גרינגער צו ליינען מגילת אסתר מיט א ליידיגע מאגן ווי מגילת איכה מיט א פילע מאגן

א שיינע דערהער!

זונטאג מרץ 08, 2015 10:04 am

אז קוואטען א תגובה איז אזוי ווי שיקן יענעמ'ס משלוח מנות פאר א צווייטן, מיט די ארגינעלע סטיקער אנגעקלעפט.

זונטאג מרץ 08, 2015 10:09 am

לדעתי איז עס ווי א בעל דרשן זאגט:
"א מורא'דיג'ע געדאנק האב איך געהערט פון מורי רבי"

זונטאג מרץ 08, 2015 11:05 am

און ווען מען קוואוט א אייגענע תגובה?
שרייב א תגובה

Advertisement